קימפעטארן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

קימפעטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איך וויל מיר פשוט אויסרעדן אביסל!: ס'טוט מיר נאכוויי ווען איך האב 'געמוזט' זיין ביי מיין שוויגער זאל מיר זיין געזונט אינדערהיים פאר 'גאנצע' פ-י-ר ו-ו-א-כ-ן... פראווענענדיג קימפעטארן...
זענדיג לעצטענס איינע פון מיינע שכינם אזוי אנידער געלייגט האב איך מיר גענומען דער קאנפידענס און אים א פרעג געטאָן: זאגשע מיר וואס ביסטו אזוי צוטראגן? האסטעך געהאט א קינד צו מזל? זאגט ער מיר, יא! יא! ב"ה. אבער איך דארף יעצט זיין ביים שוויגער...
איז מיר איינגעפאלן א מוראדיגער איינפאל וואס וואלט אפשר געווען א מוראדיגער הילף פאר די באטראפענע, אפשר זאל מען מאכן א " חסד שטוב ביים שוויגער אינדערהיים" ווי מען זאל זיך קענען אביסל אפרוען און כאפן צומאל איבערבייס!!! נו וואס זאגט איר צו דעם?????
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

ביסטעך דאך סותר מיניה וביה, דו זוכסט צו אנטלויפן פונעם שוויגער און דו ווילסט מאכן א חסד שטוב ביי איר אינדערהיים? דו מיינסט אוודאי צו שרייבן אז ס'זאל זיין אזא פלאץ ערגעצוואו אינמיטן שטאט ווי יונגעלייט "קימפעטערס" זאלן קענען אריינסטאפן זיך אויסטשוכענען אביסל. איא?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

קיווי סטראבערי האט געשריבן: ביסטעך דאך סותר מיניה וביה, דו זוכסט צו אנטלויפן פונעם שוויגער און דו ווילסט מאכן א חסד שטוב ביי איר אינדערהיים? דו מיינסט אוודאי צו שרייבן אז ס'זאל זיין אזא פלאץ ערגעצוואו אינמיטן שטאט ווי יונגעלייט "קימפעטערס" זאלן קענען אריינסטאפן זיך אויסטשוכענען אביסל. איא?



אינעם זעלבן בילדונג

פיטום;l;p-
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

לאוו דווקא!!! אז מען העט באקווען מאכן ביים שוויגער אפשר העט מען שוין נישט ווילן אנטלויפן
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מזל טוב פיטום, אסאך אידיש נחת.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אמן! אי"ה ביי דיר און פאר אלע ליינער פון דעם אשכול און פאר די ליינער פון איי וועלט בפרט און פאר גאנץ כלל ישראל בכלל
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

כ'האב אמאל געהערט א טייער ווארט פון עמיצן וואס איז פסח איינגעשטאנען ביי זיין שוויגער זייענדיג א קימפעטארן און ארויס פון דארט עטליכע טעג פאר פסח. זאגט ער אזוי זאגט ער: דאס יאר האב איך מקיים געווען דעם 'בכל דור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא עצמו יצא ממ....
שליבוביץ
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע:ביים פלעשל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליבוביץ »

?? לאנגזאם האט אמאל אויסגעשפילט עפעס אויף דעם דאכט זיך מיר?
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביי מיר איז איינגעפירט אז די יולדת און דאס קינד וויילן ביים שוויגער, בעת איך שלאף אינדערהיים.

דער מנהג איז כמובן נישט איינגעפירט געווארן ביים ערשטן קינד, אבער מיט די צייט איז דאס געווארן א פעסטע מנהג פון וואס מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא..
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

און ווי עסטע?
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך זייער פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויפט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסט קיין פעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס גאנץ לעבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.

ווי עס שרייבט:

א מאן פון א יתומה.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ר' יענק'לען איז זענט גערעכט און איר האט א פוינט, די מציאות איז אבער אז אין בעל הנס מכיר בניסו... מיין שכן זייענדיג ביי זיין שוויגער איז אים געווען זייער אומבאקוועם, ס'איז פארשטענדליך און נארמאל אז א יונגערמאן א קארגע יאר נאכן חתונה זאל זיין זייער אומבאקוועם וויילענדיג פ-י-ר וואכן ביי זיין שווער און שוויגער אינדערהיים. אוודאי דארף צען און מען מוז לויבן און דאנקן דעם באשעפער דערויף!!! דער שאלה איז נאר צו דארף מען טאקע זיין דארט צו נישט! אפשר ברויך מען איינפירן אז צוליב די באקוועמליכקייט פון די מאן זאל מען שניידן אביסל דערפון, איך זאג נישט אז מען דארף גיין צאלן גרויסע געלטער צו זיין אין אם בישראל אדער אין אשת חיל, אבער דער יונגערמאן האט די רעכט צו זיין אומבאקוועם.
מיט פארשטענדעניש -פיטום-
אויף שמחות
שליבוביץ
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע:ביים פלעשל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליבוביץ »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן: צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך זייער פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויפט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסט קיין פעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס גאנץ לעבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.

ווי עס שרייבט:

א מאן פון א יתומה.

ווי האסטו למשל געפראוועט קימפעט?
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן: צודעם אינגערמאן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז געווען פיר וואכן ביים שוויגער
קודם כל, פריי זיך אז דו האסט א שוויגער, יא, עס איז מעגליך פענסי און קיל ביי אינגעלייט צו שעלטן אויפ'ן שוויגער, אבער רעד נאר צו די וועלכע האבן נישט, די וועלכע האבן חתונה געהאט מיט יתומות. א מאמע פעלט זייער אויס פאר א יונגע ווייבל אן אויך פאר אן עלטערע ווייבל, איר אלע ווייסט נישט וויפיל א שוויגער קומט צונוץ אין לעבן ביז איר האט דאס נישט.
אין מיינע אויגן, די אלע אפרעדעכצער אויף שוויגערס זענען פשוט'ע נארישע גרייפּס. (וויאזוי שפירט איר ווען אייערע ווייבער רעדן מיט האס אויף אייערע מאמעס-זייערע שוויגערס, עס האט קיים טעם נישט, זייט מודה).
א הויט מעלה ווען מען האט א שוויגער, מען האט ווי צו קימפעטן, אז נישט האט מען נישט. פינטל. אינגערמאן, דיין שוויגער האט דיך געהאלטן פיר וואכן, מטה כסא שולחן ומנורה, עס האט דיך נישט געקאסטפעני דאס לעבן, באקומען סעודות, קעיר גענומען פון דיין ווייב און דיין פיצל בעבי און דו האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען? פליז, געט יור פריאריטיס אין ארדער.
זיי צופרידן אז דו האסט א שוויגער, זי קומט דיר גוט צונוץ, זיי מודה, און הער אויף האקן אין טשייניק. א שוויגער איז צומאל אן איריטעישאן, שוין געהערט אזוינס, דאס עבן איז פיל מיט קלענערע און גרעסערע איריטעישאנס. בעיקר, רעד צו עמיצן וואס האט נישט קיין שוויגער און דאן וועסטו דאס בעסער פארשטיין.

ו שרייבט:

א מאן פון א יתומה.


יענעמס גראז איז גרינער, איך האלט נישט אז אן א שוויגער איז גרינג. אבער די ווייסט אפשר וואס מענטשן מאכן מיט מיט שוויגערס באמת?
מיין חבר האט געקימפעט ביי זיין שוויגער. און זיין ווייב האט אלעס געדארפט צושטעלן. אפילו גיין אין גראסערי מיטן קינד! ס'שוויגער האט מער געקימפעט ווי די טאכטער.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דאס איז שוין ממש אן אפטער ערשיינונג
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3372
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

שליבוביץ האט געשריבן: ווי האסטו למשל געפראוועט קימפעט?

דארט ווי איך האב געפראוועט מיט א שוויגער.
צען טעג אין א קימפעטארען היים, און נאך דעם אינדערהיים.
עס איז גארנישט אזוי שלעכט.

ווי עס שרייבט
א מאן פון א יתומה (פון די טאטע)
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

הרב צוקערמאן
איר זענט 100% גערעכט
די פראבלעם איז נאר אז די חברה זענען נאך אביסל אינג און זיי מיינען אז ס'קומט זיך זיי די גאנצע וועלט,
נישט ח"ו פאר שלעכטקייט פשוט דאס איז די טבע פון מענטשן,
לאז זיי נאר אביסל עלטער ווערן און זיי וועלן אליין איינזען ווי שטארק זיי דארפן באדאנקען זייערע עלטערן/שוויגער עלטערן
און יא אויך אז ס'איז נישט אזוי שלעכט צו זיין ביי די שוויגער פאר אביסל
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פיטום האט געשריבן: ר' יענק'לען איז זענט גערעכט און איר האט א פוינט, די מציאות איז אבער אז אין בעל הנס מכיר בניסו... מיין שכן זייענדיג ביי זיין שוויגער איז אים געווען זייער אומבאקוועם, ס'איז פארשטענדליך און נארמאל אז א יונגערמאן א קארגע יאר נאכן חתונה זאל זיין זייער אומבאקוועם וויילענדיג פ-י-ר וואכן ביי זיין שווער און שוויגער אינדערהיים. אוודאי דארף צען און מען מוז לויבן און דאנקן דעם באשעפער דערויף!!! דער שאלה איז נאר צו דארף מען טאקע זיין דארט צו נישט! אפשר ברויך מען איינפירן אז צוליב די באקוועמליכקייט פון די מאן זאל מען שניידן אביסל דערפון, איך זאג נישט אז מען דארף גיין צאלן גרויסע געלטער צו זיין אין אם בישראל אדער אין אשת חיל, אבער דער יונגערמאן האט די רעכט צו זיין אומבאקוועם.
מיט פארשטענדעניש -פיטום-
אויף שמחות


איך פארשטיי נישט, ווער צווינגט אייך דעם דארט צו בלייבען? האט איהר אוועקגעדינגען אייער אייגענע דירה? טאמער נישט גייט אהין שלאפען עטליכע טעג אין דער וואך. אפילו עסען איז נישט קיין פראבלעם, ווייל ווי שווער איז דען אפצוקאכען אביסעל טשיקען מיט לאקשען, אייער מיט פארפעל, טשיז טויסט מיט טאמאטאוס, סטעיק מיט רייז און מעש פאטעיטאוס א.א.וו.?

אפילו את"ל אז עס איז נישט שייך, וויסען זאלט איהר אז יעדע זאך אין לעבען האט א פרייז. דער באקוועמליכקייט פון האבען א 'קעירער' פארען קימפעטארין במשך פיהר וואך קומט מיטען פרייז פון וואוינען אונטער איין דאך מיט די שוויגער עלטערען. די אנדערע ברירה איז צו צאלען פאר אן קימפעטארין היים אדער צו דינגען א נייט נעירס - און דאן וועט דער פרייז זיין געלט. אלענפאלס, יעדע זאך האט א פרייז.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ווען דער קימפעטארן וואלט וועין געקענט באשטיין אז איק מאן זאל אוועקגיין וואלט עס אפשר געווען א גוטער עצה, אבער איך מיין אז ווייניג קימפעטארענס זענען מסכים אז זייערע מענער זאלן זיי לאזן אליינס
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פיטום האט געשריבן: ווען דער קימפעטארן וואלט וועין געקענט באשטיין אז איק מאן זאל אוועקגיין וואלט עס אפשר געווען א גוטער עצה, אבער איך מיין אז ווייניג קימפעטארענס זענען מסכים אז זייערע מענער זאלן זיי לאזן אליינס


ראשית כל you'd be surprised - די ערשטע פאר וואכען נאכען געבורט זענען די פרויען בעיקר פארנומען מיטען קינד, און עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג דער מאן זאל דארט זיין דער גאנצע צייט. הא ראיה וויפיהל פרויען גיין צו קימפעטארין היימער פאר צוויי וואכען אהנע שום פראבלעם. (פארשטייט זיך מען באזוכט און מען רעדט, איך שרייב נאר לגבי שלאפען דארט).

אויב נישט, ליין מיין צווייטע פאראגראפע.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אַהאַ! אפשר וועט מאכן א 'כינוס קימפעטארענס' צו הערן די מיינונג
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מזל טוב פיטום ,איין זאך איז זיכער -מיר האבען פארדינט, דער פיטום האט אסאך צייט צו שרייבען יעצט אז ער איז אויף קימפעטעריי......
סע פליען ארויס תגובות פינעם ארמעל. כן ירבו,אויף שמחות.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

גראדע בין איך נישט דער קימפעטארען, מיין שכן , אבער איך האב געקעטשט די רואיגקייט פון אים, אדער א צווייטער פשט אז ער גייט דאך אהיים קומען, יא?1 און איך ווייס נישט וויסאך איך וועל קענען שלאפן מיט דעי דינע וואנט מילא נעם איך וואקאציע
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

איך געב רעכט פארן צוקערמענטש
אבער מיט אלעס אויף דער וועלט איז אזוי אז די וואס האבן רעדן זעך אפ אין די וואס האבן נישט שרייען רעד דיך נישט אפ ווייל אונז האב מיר דאס אויך נישט וכדומה
אלעס האט אפס ענד דאונס
מען דארף דאנקען גאט אין איעדע מצב
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

אַה! ברוך השם יום יום!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”