כלל ישראל שוהל אין וואדבוירן

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 7:22 pm
ווארטמיר צו הערן יעדע צופרי פון דיין ותיקין מנין...
כ'האב גראדע געפרעגט פריער דעם רבי'ן פארוואס ס'נישטא קיין ותיקין מנין אימיטן וואך, נאר זונטאג מאנטאג און פרייטאג, זאגט ער אז מענטשן גלייכן מער צו דאווענען מיט א קביעת, און נישט יעדן טאג אן אנדער זמן, גיי פארשטיי די מענטשן..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

און א שמועס פריער מיט'ן רבי'ן און מיט'ן רבי'נס זון, דערציילט ער מיר א מורא'דיגע מעשה בנוגע וואס די לאליס טוען אלס אויף!

געווען פאר צוויי יאר צוריק ווען די רבי האט באמערקט א בחור'ל וואס קומט אריין אין שול, פארשטייצעך אז ער האט אים מקבל פנים געווען מיט גרויס ליבשאפט, דער בחור איז געגאנגען נעמען א לאלי, זיך געשטעלט דאווענען, און אהיים.

פאריגע וואך קומט א אינגערמאן אריין אין שול און גייט צו צום רבי'ן און דערציילט אים דאס פאלגענדע מעשה, איך האב אלס בחור געהאט א גאר שווערע דורכגאנג, און ליידער אויף אזוי ווייט אז איך האב נישט געדאוונט און נישט געלייגט קיין תפילין, איין טאג, - פאר צוויי יאר צוריק -, בין איך פערצופאל אדורך געגאנגען דעם שול, און אזוי ווי כ'האב געהערט אז דא איז דא לאליס, האב איך אפגעמאכט זיך אריינצושלייכן דא און ארויסדערווישן א לאלי צוויי און גיין ווייטער, ווי נאר איך בין אריינגעקומען בין איך ארומגענומען געווארן מיט גרויס ליבשאפט, און איך בין ממש צושרויפט געווארן, מיינע שטענדיגע טראכטונגען פון: "איז נאך דא מענטשן אין דער וועלט וואס האלטן פון מיר?! איז נאך דא איינער וואס מיין אנוועזנהייט גייט נאך אן פאר אים?!" איז ווי צולאזט געווארן, דער רבי האט מיך ממש געמאכט דעמאלטס פאר א נייע מענטש, און זינט דאן לייג איך תפילין יעדן טאג און דאווען דריי מאל א טאג, און ב"ה כ'האב חתונה געהאט מיט אן ערליכע פיינע אשת חיל, און איך פיר אן ערליכן שטוב! רבי שכ"ח!!!

#דער רבי זאל געזונט זיין!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

עפעס איז אין די לעצטע פאר טעג געווען א מעשה מיט א הינט, איינער מיט פרטים?

בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 8:08 pm
עפעס איז אין די לעצטע פאר טעג געווען א מעשה מיט א הינט, איינער מיט פרטים?
אינטערוויו: א כלב האט אריינגעוואנדערט אינעם באקאנטן כלל ישראל וואובארין שוהל : הרב מרדכי יונגרייז, אדמו"ר מניקלשבורג
https://www.yiddish24.com/interviews/12/109629
אוועטאר
מאדערן ארט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 2:41 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדערן ארט »

מען דארף ווען מאכן אן אנקעטע זען וויפיל מענטשן עסן טאקע פון די מזונות דארט..

פון ווי קומט טאקע די מזונות? איז עס פריש?
בערשטלעך-קנעפלעך-פעדערן-ווערטער-פאעזיע-און וואס נישט = מאדערן ארט
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

א ווינדערליכע פאסירונג, [אינעם סעריע פון די היינט געהערטע מעשיות פונעם רבי'ן אליין, אדער פונעם זון] איז געשען די וואך ווען אן עלטערע איד [דער איד וואס ברענגט יעדן טאג הארטע אייער פארן שול] האט אנגעהויבן זיך גאר שטארק נישט גוט שפירן, מען האט גערופן הצלה, און ביפארן אים אריינפירן איז די רבי צוגעגאנגען און אים ארומגענומען זאגענדיג, האלט דיך שטארק!

ווי נאר יענער איז אריין אינעם אמבאלאנס, איז א נייע גייסט אריין אין אים, און ער האט זיך אנגעהויבן שפירן ווי א נייע מענטש, אויף אזוי ווייט אז מען האט אים מער נישט געדארפט אריינפירן!

ווי נאר יענער איז ארויס פונעם אמבאלאנס האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און א חסדי ה' טאנץ, אבער נישט ביפארן קאנטאלירן די טראפיק מאכנדיג זיכער אז פונעם בעסמעדרש קומט נישט ארויס א חילול ה'.

נאך איינס און מען וועט מסיים זיין, דער רבי האט באשטעלט אזאנע קארטלעך מיט א בילד פונעם טשענגער רב, דער בעל מנוחת אשר, וואס איז מסוגל אויף יר"ש, דער פרינטער האט כאולי אפגעטון דעם רבי'ן, און ארויפגעלייגט א בילד פון אים אויפן צווייטן זייט.

יעצט הערט דעם מעשה, דערציילט א איד, אז ער איז געפארן אויפן 42 א טראפקי מער ווי ערלויבט, און פאליציי האט אים אפגעשטעלט, און אנשטאט ווייזן זיין איי די, האט ער געוויזן דעם בילד, און אט הערט, דער פאליציי נעמט דאס קארטל און רופט זיך אן, "דאס איז די גרענד ראביי אין וואדבערן", און אים געלאזט גיין!

ויהי לפלא!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 8:08 pm
עפעס איז אין די לעצטע פאר טעג געווען א מעשה מיט א הינט, איינער מיט פרטים?
די רבי שליט"א זאגט אז אידן קומען דאווענען אין לערנען, ער פארשטייט נישט פארוואס מ'איז ביזי מיט די הינט...
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
בר כוזיבא
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:29 pm
לאקאציע:אויף פויזע, כזיבה וחסימה טובה!

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר כוזיבא »

מאדערן ארט האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 8:54 pm
מען דארף ווען מאכן אן אנקעטע זען וויפיל מענטשן עסן טאקע פון די מזונות דארט..
איך.

איז עס פריש?
יא.
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

בר כוזיבא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:28 am
מאדערן ארט האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 8:54 pm
מען דארף ווען מאכן אן אנקעטע זען וויפיל מענטשן עסן טאקע פון די מזונות דארט..
איך.
מאדערן ארט האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 8:54 pm
איז עס פריש?
יא.
אפשר ווען דו ביסט דארט געווען איז עס נאך געווען פריש...
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

די גוי דרייט זיך ארום מיט א MAGA קעפ.

#קידוש_השם
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

ס'דא sugar free יאוגערט! קומט און כאפט!
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

וואס מיינט דאס 'קוויטל' וואס איז צוגעשריבן צו אלע צעטלעך?
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4194
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

צדיק'ל... ( @האמפטי דאמפטי ) איך האב נישט געוואלט שרייבן ווען איך האב דיך באמערקט...

אבער דו האסט זעקס מאל אריינגעוואקט אין מענטשען בשעת'ן שרייבן...

נעקסטיים שרייב ווען דו גייסט ארויס, נישט ווען דו ביסט נאך דארט...

עניוועי, ס'איז נישט שיין אוועק צו וואקן אהן זיך אנטשולדיגן נאכן אויסגיסן קאפי...
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

כ'האב געגעסן צופיל אסטרייכערס הייליגע קוקיס ביז איך בין איינגעשלאפן, פלוצלינג זעה איך די רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג אין חלום און ער זאגט מיר אז ווער עס עסט אסאך פון די הייליגע קוקיס אין די ניקלשבורגער שול אין וואודבורן וועט וואקסן גאר גרויס אין אידישקייט.
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:00 pm
כ'האב געגעסן צופיל אסטרייכערס הייליגע קוקיס ביז איך בין איינגעשלאפן, פלוצלינג זעה איך די רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג אין חלום און ער זאגט מיר אז ווער עס עסט אסאך פון די הייליגע קוקיס אין די ניקלשבורגער שול אין וואודבורן וועט וואקסן גאר גרויס אין אידישקייט.
א ברכה אויפן קאפ האסטו נישט באקומען?

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

די רבי שטייט אינדרויסן מיט א היט רעקל און גארטל ביי די עבודת הקודש פון קאנטראלירן די טרעפיק, איינער קען ברענגן א טרינק?
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

ווער זענען די צעלאזטע בחורים דארט היינט?
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
shita
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 3:32 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shita »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:00 pm
כ'האב געגעסן צופיל אסטרייכערס הייליגע קוקיס ביז איך בין איינגעשלאפן, פלוצלינג זעה איך די רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג אין חלום און ער זאגט מיר אז ווער עס עסט אסאך פון די הייליגע קוקיס אין די ניקלשבורגער שול אין וואודבורן וועט וואקסן גאר גרויס אין אידישקייט.
אגב די רבי האט גארנישט מיט רבי שמעלקא זי"ע
ער איז א אייניקל פון רבי מרדכי בנעט זי"ע
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:54 pm
ווער זענען די צעלאזטע בחורים דארט היינט?
ס'נישט היינט ס'נישט נעכטן און אוודאי נישט מארגן... נישט צעלאזט און נישט פארפרוירן... נישט באלעבאטיש און נישט חאניאקיש... נישט ליטוויש און נישט ספרדיש... נישט קיין קראך און נישט קיין פיקל... ס'איז ועמך כולם צדיקים..!

[כ'בין נאך אונטערן השפעה פונעם מעריב דארט..]
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: ביסט אריינגעפאלן אין כלל ישראל שול? ברענג א באריכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

עמצעיר האט די אימעיל פונעם רב שליט"א?!
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”