כלל ישראל שוהל אין וואדבוירן
אביסל באטראכטן אלע פארשטיפטע פלעצער, היסטארישע פלעצער, געוויסע האבן אפילו אידישע היסטאריע, ס'וואלט גוט געווען צו האבן אזא אשכול ווי יעדער קען מיטטיילן די ידיעות פון זיין געגענט, ווי בתי מדרשים, פלעצער ווי מ'קען זיך ארויסזעצן למשל א וואסער, אדער סתם שיינע וויואס.
לעצטענס בין איך געגאגנען אין די נייע וואדבוירן שיהל אנגעפירט דורך ר' מרדכי יונגרייז שליט"א אדמו"ר מניקאלשבורג ער איז שוין באקאנט אין ב"פ מיט זייין אהבת ישראל מיטן מקרב זיין אידן פון אלע סארטן לאביהם שבשמים.
פאר צוויי יאר צוריק האט ער אפגעקויפט די שטאטישע וואדבוירן שיהל נאכן זיין פארמאכט און פארלאזט פאר א וויילע ער האט עס אויפגעפרישט און צוביסלעך ווערט עס אויפגעכאפט.
די עיקר חן פונעם שיהל איז די רב אליין, ער שטייט ביים טיר און נעמט אויף יעדעם פערזענליך זאגט אין קורצע ווערטער די היסטאריע פון שוהל און ווייזט אן ווי די נעקסטע מנין שטעלטסוך, נאכן מנין שטעלט ער זיך אויף באגריסן דעם עולם און רעדט א מינוט צוויי איבער די היסטאריע פון דעם שוהל קודם אין ענגליש נאכדעם אין אידיש און איבער זיין כולל מסירות נפש.
גלייך נאכדעם גייט ער אראפ באגריסן די וואס גייען שוין אהיים, אבער פארן אהיים גיין דארף מען מאכן א ברכה, אויפן טיש איז אנגעגרייט פון אלעם גוטן צוצובייסן (קוק דעם בילד) א בחינה ווי שומר שבת,
דאנערשטאג איז דא טשאלענט וכל טוב.
ביים ארויסגיין ווייזט ער מיר אן ווי אינגעלייט לערנען זאגענדיג אז דאס איז נאר א דאנק זיין מסירות נפש כולל פון צופרי, מ'לערנט זיך אפ פון זיי צו לערנען... ער איז מסביר אז ס'הייסט מסירות נפש ווייל די אינגעלייט מטשענען זיך אנצוקומען פארטאגס דורך היטשעס,
א עלעטערע איד הערענדיג וואס ער זאגט האט ארויסגענומען געלט פארן כולל מיינענדיג אז דאס איז זיין ציל זאגט ער יענעם קלאר אז ער פאנרעיזד נישט בכלל, יענער האט זיך אזוי געבעטן אז ער וויל האבן א חלק האט ער צוליב געטיהן און גענומען די געלט נישט פארן אויפשרייבן יענעמס נאמען מיט די מאמעס נאמען אין זיין רויטע ביכל..
(ער לייגט מיר צי אז אסאך וואונטשן אים אן אז מ'איז מקנא זיין עולם הבא, ער פארשטייט נישט די ברכה, וואס עפעס שיקט מען אים אוועק ער האט נאך אסאך אויפצוטיהן אויף דעם עולם...)