יידישע קהילות האט געשריבן: וואס איז די פאפולערסטע טעגליכע אויסגאבע אין ב.פ.? איך דארף אריינשטעלן א קלאסיפייד.
לוח הציבור ביי די מענער.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מזל מידיע האט געשריבן: בס"ד
איז דא אפשר ערגעץ א ליסטע פון אלע טעגליכע אויסגאבעס אין די גאנצע אידישע וועלט? מ'ווייסט שוין פון היום יום, דבר יום, לפרסם, גוט מארגן, קול הציבור, לוח הציבור, קול ברמה, ויבשר לעיקוואוד, אבער וואס נאך? פלעטבוש, בלומינגבערג, גרינוויל, קעטסקילס, סקרענטאן?
וואס טוט זיך אין אייראפע, ארץ ישראל, קאנאדא? אנדערע לענדער?
אויב איינער האט אזא ליסטע און וויל עס האלטן פריוואט, קען מיר שיקן אן אישי אדער אימעיל און מעמערעדן אי"ה.
א מחי' האט געשריבן: ווייסט אפשר עימיצער ווי אזוי מ'קען זיך אויפסיינען צו באקומען די טעגליכע אויסגאבעס ביי אימעיל?
ווי דבר יום ביומו וומ"ס-ק"י, לוח הציבור ב"פ, קול הציבור מאנסי, וכדו' ?
חסדי אבות האט געשריבן: אמאל פלעגט ארויסגיין אין מאנטרעאל א בלעטל מיטן נאמען "קהילה בלעטל". דוכט זיך אז עס האט געהערט פאר בעלזא.
קומט עס נאך אלס ארויס? - אויב יא, וואס איז זייער אימעיל, נומער וכו'?
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן: איך וואלט זייער גיוואלט וויסען וועלכע פון די וועכענטליכע advertising publications ווערען די מערסטע פארשפרייט
למשל און ברוקלין זעהט מיר אויס אז די לינק ווערט די מערסטע פארשפרייט וויל איך וויסען צו ס'איז טאקע אזוי. און ווי אויך וויל איך וויסען און אפסטעיט ווער ס'איז די שטערקסטע?
אויך צו אלע קומען ארויס מיטוואך אדער ס'איז דא וואס קומען ארויס אנדערע טעג פון די וואך?
ס'איז מיר שטארק נוגע