ו' חוקת! פארוואס טרויערן מיר אין דעם טאג?!
אין די קומענדיגע בלעטער וועלן מיר אייך אויפדעקן א קאפיטל אין היסטאריע א שפאנענדע געשיכטע וועלכע האט זיך אפגעשפילט מיט זיבן הונדערט אכט און זעכציג יאר צוריק, וואס צוליב דעם איז ו' חוקת באשטימט געווארן אלץ א תענית יחידים ווי די מג"א (סימן תק"פ סק"ח) ברענגט בשם דער תניא: ביום השישי פ' חוקת נהגו היחידים להתענות, און אזוי אויך איז געווען פלעצער ווי מען האט זיך געפירט מיט פארשידענע חומרות אין דעם טאג ווי מיר טרעפן אין ספר מועד לכל ח' (סימן ד' פון הגאון ר' חיים פלאגי ז"ל) ובעירינו איזמיר שבתורכיה נהירנא כד הוינא טליא שהיו כמה אנשים סוחרים אשר היו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערש"ק חוקת, ומה שהיה להם לעשות בערב שבת היו עושים ומתקנים ביום חמישי, והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לככר ביום הזה והשם שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רעה אכי"ר.
עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז ו' חוקת איז אנדערש באשטימט געווארן ווי אלע אנדערע תעניתים, און יומא דפגרא, געווענליך זענען די טעג באשטימט אין א טאג אין חודש, אבער ו' חוקת איז באשטימט געווארן אין א טאג פונעם וואך, אין ספר שבילי הלקט (סימן רס"ג) ווערט געברענגט אז מען האט געמאכט א שאלות חלום צו וויסן אויב די גזירה איז געווען מן השמים, און מען האט צוריק גענטפערט פון הימל אז "דא גזירת אורייתא" וואס דאס זענען די ווערטער פון אונקלס אויפ'ן פסוק פון 'וזאת חוקת התורה', און זייט דעמאלט'ס איז עס באשטומט געווארן אויפ'ן פרשה און נישט ט' תמוז די טאג אין חודש.
די גמרא, אדער 'תלמוד' ווי אזוי מען האט עס דעמאלטס גערופן איז אלץ געווען דער וואס די שונאי ישראל האבן אויף איר געצילט אפצומעקן לגמרי, און במשך די דורות האבן די שונאי ישראל געטוהן פארשידענע מיטלן נישט נאר אויף ש"ס נאר אויף סתם ספרי קודש אויך דאס אוועק צו נעמען פון אונז ווי איר וועט ליינען אינעם דאזיגן אויסגאבע, און זיך באקענען מיט היסטארישע קאפיטלן וועלכע זענען אמאל געווען עכט, אונזערע זיידעס זענען געשטאנען דארט און זיך צוגעקוקט צו אלעס וואס געשעהט מיט אונזער שווארץ אפל, און ס'האט זיי אויסגעקוקט ווי אידישקייט ענדיגט זיך, אבער די הבטחה פון 'לא תשכח מפי זרעו' איז למעשה ערפילט געווארן מיטן גאנצן אפקלאנג.
עס איז שווער צו זאגן אז אונזערע זיידעס האבן גלייכגילטיג געקענט באשטיין אז אזעלכע זאכן זאלן פארגעסן ווערן פון די וועלט, אזא קאפיטל וועלכע האט גערודערט א וועלט און געדינערט מיט א שטארקייט, וואס זייער בלוט און פלייש האבן מיטגעהאלטן זאל מען פארגעסן.
לכן קומען מיר צו אייך מיט אט דעם באשרייבונג צו עפענען דעם דורך געווייקטן קאנווערט וועלכע אונזערע זיידעס האבן באנעצט מיט הייסע טרערן און פארשריבן די שרעקליכע איבערלעבעניש וועלכע זיי האבן ליידער מיט געהאלטן ראשו ורובו מיט פארקלעמטע הערצער.
פאריז איז געווען א גרויסע שטאט וועלכע האט געווירבלט מיט אירע איינוואוינער, און האט שטאלצירט צו דער גאנצער וועלט מיט איהר גינגאטישן תורה אימפעריע וועלכע האט געשיינט צו יעדן לעכל פונעם וועלט מיט אירע בריליאנטן די גאונים וועלכע האבן ממשיך געווען די הייליגע תורה.
פאריז אין יענע צייט האט געהאט די זכיה צו זיין דער אכסניה של תורה ארייננעמענדיג אין זיך דער גאון הגאונים ר' יחיאל ב"ר יוסף פון די בעל התוספות וועלכע האט געדונערט און געבליצט מיט זיין בקיאות און חריפות.
אין פאריז אין יענע צייט האט אויך געוואוינט א משומד מיטן נאמען דינין (וועלכע האט זיך שפעטער געטוישט צו ניקלוש) דינין האט נישט געקענט דערליידן דעם אידישן פאלק און האט געזוכט און יעדן געלעגענהייט זיי אונטערצוברענגען ה"י.
דער שונא ישראל דינין האט מזלזל געווען אין אידישקייט בפרהסיא, און האט כסדר געשטערט די ארטיגע אידן אזש אז רבינו יחיאל ובית דינו האבן איהם געלייגט אין חירום.
פאר דינין האט גאר שטארק געבאדערט דעם געוואגטן שריט וואס בי"ד האט מיט איהם געטוהן, און ער איז נישט שטיל געבליבן נאר דאס האט איהם געגעבן א שטופ אונטערצוברענגען אידישקייט איינמאל פאר אלעמאל, און גענדיגט מיט די מעשיות.
דינין האט געשוימט פאר כעס, דינין איז ארום געלאפן מיט רויטע באקן, עס האט איהם געברענט און געפלאמט, דינין האט אנגעהויבן פלאנירן פארשידענע אקטן מיט שמוציגע און בייזוויליגע פלענער אונטערצוברענגען כלל ישראל און מאכן פון זיי א סוף רח"ל.
אין יאר ד' אלפים תתקצ"ט האט דינין געטוהן זיין ערשטע שריט, דינין האט געשריבן א טייוולאנישן בריוו מיט הונדערטע מאמרי חז"ל וועלכע זענן קעגן די קריסטליכע גלויבינג, דער בוך איז באשטאנען פון '238 זייטן', דינין האט דאס געשיקט פאר די קעניג פון פראנקרייך לואי דעם ניינטן, און ווען דער קעניג האט גענדיגט מעיין זיין דערין האט ער מחליט געווען אז מען גייט מאכן א ויכוח ווי מען גייט זיך אויסטענה'ן איבער דעם ענין, און זעהן ווער עס איז גערעכט, דער ויכוח איז באשטימט געווארן אויף מאנטאג בלק ה' אלפים.
פון מויל צו אויער האט די בשורה זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן, די בשורה האט געמאכט א היפשע אנגעצויגעניש צווישן דעם עולם, מען האט אנגעהויבן מורא האבן פארן עתיד פון כלל ישראל אויב דער ויכוח וועט זיך אויסלאזן אויף ... ח"ו, מען האט ערנסט אנגעהויבן טראכטן וואס מען קען אצינד טוהן להצלת הדורות, ווי אזוי מען קען אראפנעמען דעם שרעקליכן גזירה וועלכע הענגט איבער די פאריזע אידן.
דערוווייל האט די קעניג פון פראנקרייך ארום געשיקט בריוון צו אלע רעגירונג באמטע לכבוד דעם בעפארשטייענדן ויכוח, ווי די קעניג שרייבט אז ער האט געהערט אז די אידן האבן מיט זיך ספרים וואס זיי זאגן אז זיי האבן דאס מקבל געווען פון זייער רבי משה, און מיט דעם זענען זיי מחזק זייער אידישקייט, דערפאר די ערשטע שבת נאך די תענית הנוצרים אין די צייט וואס אלע אידן געפונען זיך אין זייערע שוהלן זאלן די מיליטער ארום גיין נעמען די תלמוד פון די הייזער, און זעהן אויב עס איז אמת וואס דינין שרייבט.און טאקע שבת בייטאג האבן די מיליטער אנגעהויבן אוועק צונעמען די תלמוד'ס פון די אידישע הייזער וועלכע האט גענומען עטליכע חדשים.
די פאריזע גאסן רודערן זיך צום בעפארברייטונג פונעם גרויסן ויכוח וועלכע גייט מארגן פארקומען, די מצב איז גאנץ הייס, די אידן ארגענעזירן א העפטיגע יום תפלה אויף די מארגענדיגע פארטאגס שעה'ן ביזן ויכוח, די פאריזע קהילה האט ארויס געשטעלט פארן ויכוח די חשובע אידן פון שטעטל אלץ פארטרעטער ר' יחיאל מפאריז ז"ל (מבעלי התוספות), ר' משה מקוצי ז"ל (הסמ"ג), ר' שמואל ב"ר שלמה מטיירי, ז"ל און ר' יהודה ב"ר דוד פון מלאון ז"ל.
עס איז מאנטאג בלק פארטאגס, די שוהל איז געפאקט מיט אנשים נשים וטף, טייכן הייסע טרערן ווייקן דורך די בלעטער פון די תהילמלעך, די אנגעצויגענקייט איז אויפן העכסטן סטאנדארט, די פחד און שרעק בצויבערט יעדן איינעם, הויכע וויינערייען הערן זיך פון אלע זייטן, די טענער פארן פון מינוט צו מינוט, מען רייסט איין ביים בעל הרחמים והסליחות אז ער זאל אוועק נעמען דעם שרעקליכן גזירה, די לויטערע תפילות פון די קליינע קינדערלעך ברעכן טויערן און עפענען וועגן צום כסא הכבוד, די מצב איז גאר גאר ערנסט.
מאסן מענטשן שטרוימען לחצר גנת ביתן המלך ווי דער ויכוח דארף פארקומען, די זאל פולט זיך איבער פון מינוט צו מינוט, פון אלע עקן קומט מען מיט האלטן דעם גרויסארטיגן ויכוח, און אויך די אידן מיט די נאסע אויגן און באנעצטע תהילימלעך קומען צו גיין צום מעמד בראשות פון די הייליגע ראשונים.
די אידישע פארטרעטער האט מען צו טיילט אין עקסטערע שטובער כדי זיי זאלן זיך נישט קענען צוזאם רעדן וואס צו ענטפערן ביים ויכוח.
עס הערשט א שווערע געדרענג, א ריזן עולם באטייליגט זיך ביים מעמד, און אויפן אויבן אן זיצן דינין מיט זיינע חברה לייט, דער קעניג מיט די קעניגן, און ר' יחיאל ז"ל.
א געדעכט טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אינעם גאנצן היכל ווען דער משומד דינין האט גענומען דאס ווארט און פארלאנגט פון ר' יחיאל א שבועה אז אלעס וואס ער גייט דא זאגן איז אמת ויציב, ר' יחיאל האט זיך אנגערופן און געזאגט: ווער ביסטו די אכזר צו פארלאנגען פון מיר א שבועה? און אונזער תורה זעהט מען נאר א שבועה ביי ממונות, אבער אויף אזעלכע פיסטע זאכן טרעפט מען נישט קיין שבועת הדיינין.
די קעניגן וועלכע איז געזיצן דארט האט אויך פארלאנגט א שבועה, און דא האט ר' יחיאל צוריק גענטפערט מיט א צווייטע תירוץ אז ער האט אין זיין לעבן נאך קיינמאל נישט געשוואוירן און ער וויל נישט אז יעצט זאל זיין זיין ערשטע מאל, ר' יחיאל האט אבער פארשפראכן אז ער וועט זאגן אמת.
די קעניגן האט אנגענומען וואס ר' יחיאל האט געזאגט און האט נאך געגעבן פאר ר' יחיאל'ן אז ער דארף נישט שווערן.
די ויכוח מיט ר' יחיאל האט זיך פארצויגן פאר לאנגע צוויי טעג במעמד פון א ריזיגע צאל באטייליגטע, די פען און פאפיר ערלויבן נישט אראפצו ברענגען דא אויף איין פיס די גאנצע ויכוח, (אויב איר ווילט קענט איר ליינען דעם ויכוח אין ספר "ויכוח רבינו יחיאל מפאריז",) מיר וועלן אייך נאר אראפברענגען איינצעלע שטיקלעך אייך צו געבן א בליק בערך ווי אזוי די ויכוח איז צו געגאנגען.
דינין האט ברייט צועפענט זיין מויל און פארגעשטעלט א פראגע פאר ר' יחיאל, און תלמוד ווערט געברענגט (סנהדרין סד:) אז איינער וואס פירט אריבער א קינד פאר א פייער לשם ע"ז איז חייב סקילה, אבער איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער איז פטור, אלע האבן אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער, ווי נאריש קען מען זיין, איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער זאל זיין פטור, אונז האבן גוט געהערט??!...
ר' יחיאל האט זיך נישט דערשראקן און זיך ארום געדרייט צום הויכן געשעצט קעניגן און געפרעגט, פאר וועם קומט זיך א גרעסערן שטראף פאר איינער וואס הרג'ט איין מענטש אדער איינער וואס הרג'ט צוויי מענטשן? די קעניגן האט גענטפערט אוודאי, איינער וואס הרג'ט צוויי מענטשן, און אויך איינער וואס הרג'ט פיר מענטשן ווי איינער וואס הרג'ט דריי מענטשן האט די קעניגן צוגעלייגט נישט פארשטייענדיג דעם מאדנעם פראגע.
ר' יחיאל האט צוגעשטימט צום קעניגן און געזאגט, גערעכט, זייער גוט געזאגט, אבער און אונזער תורה איז פארהאן ארבע מיתות בי"ד, סקילה, שריפה, הרג, חנק, די אלע מיתות זענען איבערגעגעבן געווארן פאר בי"ד פאר איינער וואס עס קומט זיך איהם איינע פון ד' מיתות, און דערמיט נעמט ער אראפ פון זיך זיין עבירה וואס ער האט געטוהן, אבער איינער וואס פירט אריבער אלע זיינע קינדער איז עוונו גדול מנשוא, זייער א הארבע עבירה, און דעמאלטס איז נישט געגעבן געווארן פאר בי"ד איהם מתקן צו זיין, נאר ער דארף שטארבן מיט זיין חטא און אויבן וועט מען איהם שוין באשטראפן.
אזוי האט מען זיך ארום געטענה'ט אויף פארשידענע זאכן שעות על גבי שעות ווי ר' יחיאל האט אלץ געוויזן אז 'משה אמת ותורתו אמת' און יעדע זאך וואס שטייט אין חז"ל האט א פשט.
דאן האט דינין זיך גענומען איבער זיינע ביינער, און מיט א בלוטדורשטיגע שטימע געהעכערט זיין טאן און זיך גענומען שרייען, רוצחים וואס עטץ זענט'ס! און ענקער תורה שטייט אז "הגוים והרועים בהמה דקה לא מורידין בבור ולא מעלין מן הבור ואפילו טובע בבור", און אזוי האט דינין אנגעהויבן ברענגען פולע מאמרי חז"ל ווי מען זעהט די ביליגקייט פון די גוים, נאך שטייט אז "אם יש בחצר א' ט' גוים וישראל א' ביניהם וזרק אבן והרג ישראל פטור כיון שהגוים רובים, ואיכא למימר לישראל לא נתכוין רק לגוים", און אויך שטייט אז א גוי קען מען הרג'נען בעד אחד, און אן התראה, און ממון גוי מעג מען גנב'נען, גזלן, און איהם אויספאפן, אויך שטייט "שור של ישראל שנגח שורו של נכרי פטור, ושל נכרי שנגח שור של ישראל משלם נזק שלם בין תם ובין מועד", און אויב א גוי רירט אן וויין איז די וויין אסור, אפילו תינוק בן יומו, און אויך האט זיך דינין געבייזערט אז עס שטייט כל לצנותא אסירא בר לצניתא דע"ז, און אויך מעג מען נישט געבן א בהמה פאר א גוי צו האלטן ווייל מען האט מורא אז ער וועט טוהן דערמיט עבירות, אויך מעג מען נישט געבן פאר קיין גוי א מתנה בחנם ווייל מען מעג זיך נישט חנפ'נען און אויך אויב מען טרעפט מען אן אבידה פון א גוי מעג מען עס נישט צוריק געבן.
אזוי האט דינין געברויזט אויף ר' יחיאל אויפווייזענדיג ווי ביליג די גוים זענען אין תלמוד, און מען מוז דאס פון ענק אוועק נעמען ווייל דאס איז אונז נישט קיין כבוד.
די תירוץ וואס ר' יחיאל האט אויף דעם גענטפערט איז גאר א לאנגע, ר' יחיאל ווייזט דארטן אויף וואס דער ווארט "גוי" מיינט, און פון וועם מען רעדט ביי די אלע מאמרי חז"ל, ואין המקום לפרטם כי רבים המה.
אויך האט דינין אראפגעברענגט אלע מאמרי חז"ל קעגן אותו האיש ימ"ש, און האט געקאכט און געפלאמט היתכן, אזא חוצפה, אזוי איהם צו באשרייבן, אזוי ביליג, ער איז דאך געווען פון אונזערע הייליגסטע, דינין האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער איז צושמאלצן געווארן פון די היץ וועלכע האט אין איהם געפלאקערט.
און אויך דאס איז פונקטליך מסודר געווארן און אויסגעקלארט געווארן מיט די קלוגשאפט און זעלטענע גאונות פון ר' יחיאל ז"ל. ר' יחיאל האט באריכות מסביר געווען אז נאר די הלכות וועלכע זענען געפסק'נט קען מען פארשטיין פשוט פשט, אבער "אגדה" איז זייער שווער צו פארשטיין, און עס איז דא אין דעם פולע פירושים.
אזוי האט זיך די העפטיגע ויכוח געצויגן מאנטאג און דינסטאג, דינסטאג מיטאג האט ר' יחיאל פארענדיגט דעם ויכוח ווי ער האט אויפגעוויזן אלעס אקעגן די בלוטיגע שונאי ישראל, און מיטוואך האט מען געברענגט צום ברעטל ר' יהודה ממלאון ז"ל, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, מען האט איהם אויסגעפרעגט מיט די אלע אפקורסישע שאלות וכדו', ובדרך נס האט ר' יהודה ז"ל גענטפערט גענוי ווי ר' יחיאל ז"ל.
די גרויסע ויכוח האט זיך גענדיגט, און מען שטייט אצינד ביים שליסן ווער עס האט מנצח געווען, אין די איצטיגע מאמענטן ווענדט זיך די קיום פון כלל ישראל, עס קען גאר זיין אז אידישקייט שטייט אצינד ביי אירע לעצטע מינוטן, יעדער זיצט געשפאנט מיט געשפיצטע אויערן, און באנומענע געפילן פון שרעק און ציטער, די עולם פחד'נט צו הערן די קומענדיגע ווערטער, די שטילקייט אין זאל קען ברעכן אייזן אלע בעטן מיט הייסע טרערן אז מען זאל דערלעבן לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, די הייליגע תורה זאל בלייבן ביי אונז און נישט ח"ו ווערן אוועק געגעבן אין פרעמדע הענט.
איינע פון די אנגעזענע שרי המלך האט זיך אויפגעשטעלט און א קלאפ געגעבן אויפן טיש, מורי ורבותי, ווי איהר אלע האט געהערט און געזעהן האבן די אידישע פארטרעטער פארענטפערט יעדע קשיא, און אויפגעוויזן די אמת פון דער תלמוד, און די אידן זענען טאקע גערעכט און זיי מעגן צוריק נעמען זייערע ספרים און מען איז נישט גוזר קיין שריפת התלמוד, א גוטן טאג....
די טאפענדע שטילקייט האט נאך אנגעהאלטן פאר עטליכע סעקונדן ביז די אידישע הערצער האבן זיך צועפענט פאר פרייד און זענען ארויס אין טענץ מיט רירענדע געפילן פון שמחה אז אידישקייט וועט בלייבן און מען וועט קענען אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות "נצח ישראל לא ישקר".
דעם קומענדיגן טאג איז פארגעקומען א רייכע סעודת הודאה, ווי מען האט געלויבט און געדאנקט דעם הייליגן באשעפער על כל הטוב אשר עשית עמנו דערלעבנדיג אזא נס, אונז געראטעוועט פונעם שרעקליכן געפאר, און די הייליגע תורה וועט ווייטער זיין מיט אונז און באלייכטן ווייטער די אידישע הערצער.
די שר וועלכע האט ארויסגעגעבן דעם פרייליכן פסק, איז צוויי יאר שפעטער קראנק געווארן מיט א שווערע קרענק פון וועלכע ער איז געשטארבן, איינע פון די אנדערע באדינער אינעם פאלאץ איז געלאפן צום קעניג אז ער זאל מחדש זיין די גזירה פון פארברענען די ספרים זאגענדיג אז די שר איז געשטארבן נאר ווייל ער האט מתיר געווען די ספרים ביי די אידן און דאס איז געווען א שטראף, די קעניג האט ליידער גאר ערנסט אנגענומען די טענה פון די שר, און האט אנגענומען דעם פארלאנג און ארויס געשיקט א באפעהל אז מען מוז ארויסגעבן אלע תלמוד'ס פאר די מיליטער וועלכע וועלן שוין טוהן מיט דעם וואס עס פעהלט זיך אויס.
די מיליטער איז ארוים געגאנגען צו יעדן הויז אין גענישטערט אין יעדן ווינקל אין אנגעפילט '24' וואגאנען פון ספרי קודש, און בעוונותינו הרבים האט מען ליידער ליידער אנגעצונדען א גרויסע פייער און אין פרייטאג חוקת, ט' תמוז אין יאר ה' אלפים וד' נשרפה תורת אלוקינו מיט ביזי בזיונות.
די דראמאטישע געפילן איז נישט מעגליך צובאשרייבן און די צער איז ניטאמאל שייך אראפצומאלן וואס די אידן האבן דעמאלטס געהאט ווען און פראנט פון זייערע פארגאפטע אויגן איז דער הייליגער תורה אזוי קאלטבלוטיג פארברענט געווארן צווישן די ווילדע פייער צינגען מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות, יא! די הייליגע תורה, די טייערסטע מתנה וואס מיר פארמאגן, די הייליגע תורה וועלכע איז די שטאלץ און פראכט פון אונזער לעבן, די הייליגע תורה וועלכע האלט אונז אין די שווערסטע צייטן, די הייליגע תורה וועלכע שפינט א קשר צווישן די אידן מיטן הייליגן באשעפער, איז פארניכטעט געווארן אין העלישע פלאמען און פראנט פון די שאקירטע צוקוקער, א בילד וועלכע האט צונומען די הערצער, א בילד וועלכע האט צוריסן די באנומענע געפילן, א בילד וועלכע האט זיי געמאכט פאר יתומים.
די פאריזע אידן האבן נישט געוואוסט וויאזוי אראפצושלונגען אזא דראמאטישע סצענע וועלכע זיי האבן מיטגעלעבט מיט די אייגענע אויגן, נעכטלאזע נעכט זענען פאריבער אויף די אידישע געמיינדע אין פאריז נישט קענענדיג אוועקרייסן פון זיך די שרעקעדיגע בילד וואס האט געבאזשוועט פאר די אויגן ווי די הייליגע ספרים ווערן אזוי בייזוויליג פארברענט אין די הייסע רויטע פייער פלאמען, די געקלאפטע הערצער האבן זיך נישט געקענט מוחל זיין און זיך בארואיגן פון אזא שוידערליכע שריט וועלכע איז אויף זיי פאריבער מיט ציטער און שרעק.
נאך די שרעקליכע געשעהניש וועלכע האט אויף געטרייסלט יעדן אידישן פינק וועלכע פלאמט טיף טיף פון יעדן איד, האבן די שונאי ישראל נישט גערוהט, און האבן פארשטערקערט די ביטערן גזירה אויף אלע ספרי קודש נישט נאר אויפן תלמוד, און ביי וועם מען וועט טרעפן ספרי קודש וועט מען איהם פארטרייבן פון גאנץ פראנקרייך.
פיל האבן דאן פארלאזט פראנקרייך צווישן זיי רבינו יחיאל ז"ל וועלכע ווערט פארצייכנט אלץ ראש הלוחמים ביי דעם ויכוח, און איז געגאנגען קיין עכו ווי ער איז דארט נסתלק געווארן לגנזי מרומים זיע"א.