דריידל האט געשריבן: איך געדענק אויך אז סקווירא חדר איז געווען ביי 17 אין 59 און כמדומה איז עס דארט געווען שפעטער ווי תשמ"ד אויך
אין ב"פ איז אויך דא א תימנ'ער ביהמ"ד ביי 12 און 45 לעבן רחמיסטריווקא. מונח בזכרוני אז ס'איז נישט קיין פרומע שול. ווייסט איינער עפעס מער איבער די שול?
נאך צוויי גרויסע אלטע שולן וואס מ'האט נישט אויסגערעכט.
בני יהודא - אויף 16 און 53 און א ביהמ"ד אויף 63 צווישן 17 און 18 ווי ר' טובי' גאלדשטיין ז"ל האט שפעטער געהאט זיין ביהמ"ד און נאכדעם איז געווען דארט די אלכסנדר ישיבה.
ליובאוויטש האט אויך געהאט א שול אין ב"פ אין די ת"ר'ס.,ס'איז דא א ווידעא ווי ריי"צ באזיכט בארא פארק אין די תר"פ יארן. כמדומה אז דאס איז היינט די ליאזנא שול אבער די חב"ד שול אויף 45 איז דאכציכמיר אויך זייער לאנג שוין דארט.
קעגן איבער די חב"ד שול אויף 45 פלעגט זיין א קאנסערוואטיוו שול וואס איז אנגעגאנגן נאך ביז א 10-15 יאר צוריק. אויך איז געווען א רעפארם טעמפל אויף 14 און 49 וואס איז פאר 10 צוריק געווארן אפגעקויפט דורך באבוב
בעזרת השי"ת דבר דבר על אופניו:
א. תשמ"ו האט סקווירא אריין געגאנגען אין בנין אויף 14 - 43.
ב. די תימן'ער שוהל איז געגרנדערט געווארן דורך זייער א ערליכע תימן'ער איד, הרב צמח קעדי, געווען אויך א בילדער. ער האט זיך געצויגן צו אנטווערפן פאר א שטיק צייט דעמלאסט איז דאס געווארן תימן ספרדיש. ער האט נפטר געווארן בערך 5 יאר צוריק און א הויכע עלטער.
ג. בני יהודה, איז געווען היפש א שוואכע שוהל. הרב מרדכי אהרן קאפלאן איז דארט געווען רב, שפעטער איז הרב קירזנער געווען דארט רב (ער איז געווען א תלמיד חכם און אן ערליכע איד) איך געדענקט ר' יחזקאל ראטה און הרב ביק און נאך זענען געווען ביי זיין לויה.
ג. וועגען לויבאוויטש.
1 ליאזנע, האט זיך געגרונדערט ביי 9 עוו., דערנאך אריבער די גאנצע רבנות צו 16 עוו., די בית המדרש און מיוזעם.
2. דער בית המדרש אויף 12 עוו. איז א לויבאוויטשער שוהל, האט גארנישט מיט לעיאזנע. עס איז אבער נישט קיין טיפיקל לויבאוויטשער שוהל, און נישט געשטאנען אונטערן שירעם פונעם אגודת בתים מדרשים נוסח האר"י. דארט איז הרב אושפאל געווען רב, שעפטער הרב רייטפארט, היינט איז ר' ישראל מרדכי סאמעט נכד השמע ישראל מקליינווערדאן, ער רופט זיך סאמבור רבי. איך האב די וועדיא פון ריי"ץ בשנת תרפ"ט, איך האב קיין בארא פארק נישט געזען דארט.
די בית המדרש אין 46 האט הרב סימפסאן געגרונדערט ער איז געווען דער גבאי פון די מהריי"ץ.
4. דער קאנסערוועטיווער שוהל גייט ליידער נאך אן.