Re: בארא פארק און איר אידישע היסטאריע
ווער קען ענטפערעו?
א ניק כן יום אחד האט געשריבן: א גוטן הרב קיקיון,
אנטשולדיג פאר'ן פרעגן פריוואט נישט אין פאבליק, [אבער דאס איז מיין פריוואטע החלטה, נישט צו ווערן אריינגעצויגן אין סכסוכים].
אפשר קענט איר מיר העלפן: טוענדיג אין א געוויסן בוך, איז מיר נוגע צו וויסן, וויפיל מקוואות האט בארא פארק געהאט אין די יארן פון תש"י'ס. וועלכע בתי מדרשים זענען געווען די פריעסטע צו האבן א מקוה.
שנית, ביי 12 עוו. און 42 אדער 43, איז געווען א בית המדרש שפת אמת, אדער תורת אמת, (דערמאנט לעצטענס ביי די בילדער אין ב"פ), ווי אזוי איז די ריכטיגער נאמען? און האט דאס געהאט עפעס מיט גור? איז דארט געווען א מנינים צענטער, ווייל אויפ'ן בילד שטייט "לשמוע אל הרנה וכו'".
עוד: ווען האט זיך אנגעהויבן דאס גיין אין ב"פ אין גאס מיט שטריימלעך.
יש"כ גדול
נ.ב. איך האב זייער הנאה פון אייער פונקטליכקייט און ידיעות.