דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

SPUSMN האט געשריבן: ביזט גערעכט, בוט יו געט דע פוינט.

וועמען נארט מען?

ספאוסמאן פרעגט גוט, וועם נארט מען דא? איך פארשטיי אז טו wראנגס דאזענט מעק 1 רייט, מיט דעם אלעמען, עמיצער וואס איז א יושב על אינטערנעט רעדט נישט די אשכול בכלל צו אים. אנאנאמע גליונות איז גאלד קעגן אינטערנעט. אין אינטערנעט ׳קענסטו׳ טרעפן בליץ שנעל הן די אלע גליונות און נאך אסאאאך מער, ווי שוואכע בלאגס, שלעכטע השקפות, לינקע ספרים וכולהו. יעצט וועם נארט מען דא? עמיצער וואס איז ׳מגוגל׳ האלט אסאאך ווייטער ווי גליונות. ודי בזה.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ארטסקרול, האסט געליינט די תגובות נאך זיינע ווערטער? דו באציסט זיך נישט צו די ענפערס.

איינער אויפן אינטערנעט 'קען' אנקומען אויב וויל ער צו זאכן ערגער ווי גליונות אן הסכמות, דאס איז טאקע אמת, אבער עס בידו נישט אהינצוגיין, און לכה"פ נישט לערנען השקפה פון אזעלכע פלעצער.

משא"כ א גליון וואס לייגט אריין אומאויסגעהאלטענע זאכן וועט זיך דער ליינער קיינמאל נישט וויסן צו וואטשן דערפון, נישט קענענדיג נאכקוקן ווער דער ציטירטער ספר איז און ווער זענען אירע מסכימים.

איינער וואס איז מגוגל האלט אסאך ווייטער?! ער קען האלטן אסאך ווייטער, דעטס איט. און היות ער וויל נישט האלטן ווייטער איז ער דן אז אפשר וואלטן די גליונות אויכעט געדארפט הסכמות.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

קנאפער ידען ברענגט דאך עס אזוי גוט ארויס. וואס מישט מען?

לאמיר זיך טאקע נישט נארן, אויב איינער האט שוין עניוועי סייוויי געזינדיגט נעכטן דארף ער היינט אויך גיין זינדיגן? ווייל וועמען נארסטו? ביסטעך עניוועי א בעל עבירה…

קען זיין כ'האב שוין געשריבן די מעשה, געווען א על תשובה ביי מיינעם א קרוב, און נאך די סעודה פרייטאג צו נאכטס האט ער אים געזוכט צו גיין פארברענגען ביים פירות טיש, און… ער האט אים געטראפן…. רייכערן אינדרויסן אין די בעק פון הויז.

- רחמים, ס'איז דאך שבת היינט? מה קרה לך? מ'טאר נישט?
- נא, האליילא כורבאן…

נאך אפאר מינוט איז קלאר געווארן די נושא. ער איז אריין איז זיין שטוב אראפלייגן זיין הוט, און ער האט זיך פארגעסן און אנגעצינדן די לייט, און ער האט געכאפט און… געגעבן שנעל א לעש אויס די לייט. סאו האט ער דאך שוין סייווי צוויי מאל מחלל שבת געווען היינט, סאו הלילה חורבן… היינט ביינאכט איז שוין עניוועי דערנאך…. עמיר אנהייבן מארגן צופרי מיט א פרישקייט (אזויווי מיין דייעט…), נו קען מען דאך גיין כאפן א ציגארעטל…

ס'איז אן עקסטרים אבער איך ברענג עס פאר די עפעקט פונעם פוינט. וואס האט הודו מיט לעקיש?

גוגל איז איין גרויסע לאך וביודעים, און אפילו אויב מ'פאלט אריין דערין, איז נאכאלץ דא נאך אן עקסטערע אפגעטיילטע גרויסע לאך אין פאמפלעטן און גליונות וואו מ'קען עקסטער אריינפאלן און זיך גוט צוקלאפן רח"ל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב געליינט ספוזמנ'ס ווערטער ווי א ביטערע געלעכטער נישט אז ער מיינט חלילה מדמה צו זיין
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

געלעגער האט געשריבן: איך האב געליינט ספוזמנ'ס ווערטער ווי א ביטערע געלעכטער נישט אז ער מיינט חלילה מדמה צו זיין

גם אני, ער זאגט דאך אליין אז ער איז נישט אזוי ווייט מדמה ווי מען פארשטייט די פוינט. עס איז א עקסטרעמע משל טא סטרעס די פוינט.
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

זאל ער קומען האט געשריבן: קנאפער ידען ברענגט דאך עס אזוי גוט ארויס. וואס מישט מען?

לאמיר זיך טאקע נישט נארן, אויב איינער האט שוין עניוועי סייוויי געזינדיגט נעכטן דארף ער היינט אויך גיין זינדיגן? ווייל וועמען נארסטו? ביסטעך עניוועי א בעל עבירה…

קען זיין כ'האב שוין געשריבן די מעשה, געווען א על תשובה ביי מיינעם א קרוב, און נאך די סעודה פרייטאג צו נאכטס האט ער אים געזוכט צו גיין פארברענגען ביים פירות טיש, און… ער האט אים געטראפן…. רייכערן אינדרויסן אין די בעק פון הויז.

- רחמים, ס'איז דאך שבת היינט? מה קרה לך? מ'טאר נישט?
- נא, האליילא כורבאן…

נאך אפאר מינוט איז קלאר געווארן די נושא. ער איז אריין איז זיין שטוב אראפלייגן זיין הוט, און ער האט זיך פארגעסן און אנגעצינדן די לייט, און ער האט געכאפט און… געגעבן שנעל א לעש אויס די לייט. סאו האט ער דאך שוין סייווי צוויי מאל מחלל שבת געווען היינט, סאו הלילה חורבן… היינט ביינאכט איז שוין עניוועי דערנאך…. עמיר אנהייבן מארגן צופרי מיט א פרישקייט (אזויווי מיין דייעט…), נו קען מען דאך גיין כאפן א ציגארעטל…

ס'איז אן עקסטרים אבער איך ברענג עס פאר די עפעקט פונעם פוינט. וואס האט הודו מיט לעקיש?

גוגל איז איין גרויסע לאך וביודעים, און אפילו אויב מ'פאלט אריין דערין, איז נאכאלץ דא נאך אן עקסטערע אפגעטיילטע גרויסע לאך אין פאמפלעטן און גליונות וואו מ'קען עקסטער אריינפאלן און זיך גוט צוקלאפן רח"ל.

אני מודה. מיין נקודה איז אז אינטערנעט איז פיל ארגער פון גליונות ׳אין באציג צו עפענען א אשכול דערויף׳. די שלעכטע שקלא וטריא פון גליונות איז אין שאטן צו בלאגס למיניהם. ווען מען איז דן איבער א שלעכטע השפעה פון א פאמפלעט איז דא פיל מער צו דיסקוטירן איבער די ענדלאזע שרעק וואס די בלאגס וכו׳ ברענגן בשוגג אדער בלא יודעים אויפן מענטש ווי א אומשילדיגער גליון. (איך מיין אז זאכן וואס ווערן געשריבן אויף בלאגס קען מען נישט שרייבן אויף א גליון אפילו מיטן בעסטן ווילן צו מכשיל זיין)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נו, דו רעדסט דאך דא פון מענטשן (לכה"פ געוויסע פון זיי) וואס די בלאגס למיניהם איז נישט קיין ארט וואו זיי גייען, ביי אסאך איז עס פארשפארט מיטן פילטער, ווילן זיי וויסן צו גליונות איז אנדערש פון ספרים אין דער נושא פון הסכמות.

משל למה הדבר דומה, איינער - וואס האט נישט קיין אינטערנעט - וועט דן זיין איבער דער נושא פון הסכמות אין ספרים בכלל, וועט אים איינער קומען זאגן: "דו רעדסט פון ספרים? אין דיין שכינות איז דא א גוי'שע לייבערי און דארט איז דא אסאך ערגערע זאכן".

וואס כ'מיין צו זאגן אז פארוואס זאל א מענטש, וואס האט אינטערנעט בהיתר פון זיין רב מיט די תנאים וואס זיין מוסד פארלאנגט, און גייט נישט אויף קיין בלאגס און צו ספרים וואס האבן אין זיך נישט גוטע זאכן, נישט זיין בארעכטיגט צו זאגן: "פארוואס האבן די גליונות נישט קיין הסכמה?".
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

קנאפער ידען האט געשריבן: נו, דו רעדסט דאך דא פון מענטשן (לכה"פ געוויסע פון זיי) וואס די בלאגס למיניהם איז נישט קיין ארט וואו זיי גייען, ביי אסאך איז עס פארשפארט מיטן פילטער, ווילן זיי וויסן צו גליונות איז אנדערש פון ספרים אין דער נושא פון הסכמות.

משל למה הדבר דומה, איינער - וואס האט נישט קיין אינטערנעט - וועט דן זיין איבער דער נושא פון הסכמות אין ספרים בכלל, וועט אים איינער קומען זאגן: "דו רעדסט פון ספרים? אין דיין שכינות איז דא א גוי'שע לייבערי און דארט איז דא אסאך ערגערע זאכן".

וואס כ'מיין צו זאגן אז פארוואס זאל א מענטש, וואס האט אינטערנעט בהיתר פון זיין רב מיט די תנאים וואס זיין מוסד פארלאנגט, און גייט נישט אויף קיין בלאגס און צו ספרים וואס האבן אין זיך נישט גוטע זאכן, נישט זיין בארעכטיגט צו זאגן: "פארוואס האבן די גליונות נישט קיין הסכמה?".


פיין געזאגט! שכח פארן מיר דיפענדען!
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

קנאפער ידען האט געשריבן: נו, דו רעדסט דאך דא פון מענטשן (לכה"פ געוויסע פון זיי) וואס די בלאגס למיניהם איז נישט קיין ארט וואו זיי גייען, ביי אסאך איז עס פארשפארט מיטן פילטער, ווילן זיי וויסן צו גליונות איז אנדערש פון ספרים אין דער נושא פון הסכמות.

משל למה הדבר דומה, איינער - וואס האט נישט קיין אינטערנעט - וועט דן זיין איבער דער נושא פון הסכמות אין ספרים בכלל, וועט אים איינער קומען זאגן: "דו רעדסט פון ספרים? אין דיין שכינות איז דא א גוי'שע לייבערי און דארט איז דא אסאך ערגערע זאכן".

וואס כ'מיין צו זאגן אז פארוואס זאל א מענטש, וואס האט אינטערנעט בהיתר פון זיין רב מיט די תנאים וואס זיין מוסד פארלאנגט, און גייט נישט אויף קיין בלאגס און צו ספרים וואס האבן אין זיך נישט גוטע זאכן, נישט זיין בארעכטיגט צו זאגן: "פארוואס האבן די גליונות נישט קיין הסכמה?".

משל למה הדבר דומה, עמיצער וואס וואונט אין א ארט וואס העכער אים איז דא א לייבערי, און די טיר איז הערמאטיש פארשלאסן. אבער ההכרח לא יגונה אז דא און דארט פאלט ארויס א בוך, דא און דארט טרעפט ער א בלעטל ארויסגעריסן פון א בוך וואס אנטבלאנגט א לייבערי. און עמיצער וועט קומען און רעדן איבער די שעדליכקייט פון לייבעריס, וועט דער חכם זאגן, וואס דארפסט מער פון דער מענטש וואס וואונט הינטער א לייבערי און איז אויסגעשטעלט צו בשוגג׳דיגע הסתכלות פון ביכער. דער מענטש קען זען בין תנור לכריים ערגערע זאכן. הכלל, רעד פון יענע ארט ממש וואס דארפסטו קריכן אזוי ווייט, שם מנוחתו, און יא! מיט א שלאס און ריגל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

במחילת כבודך, אויב מענטשן פרובירן זיך אייביג צו היטן, און זיי ווערן נכשל בשוגג פון מאל צו מאל, מעגן זיי נאכאלץ זיך פרובירן צו היטן ווייטער אין אנדערע פעלדער.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

שמעתי מהרה"ח ר' סאניש וואקס ז"ל שסיפר לו רבו הרה"ק מקלויזענבורג זי"ע, שאחר ימות מלחמת העולם הראשונה, התאכסן בבית הגה"צ רבי חנוך צבי הכהן לוין אב"ד בענדין, [גיסו של האמרי אמת מגער] וראה איך שבכל לילה מביאים לו את הצייטונג של היום המחרת, והוא עובר על כולו ומה שלא מצא חן בעיניו היו משמיטים, והרבי התאונן על זה שהיום כל אחד מה שהוא רוצה הוא מדפיס.

ועל דרך אגב, לפעמים גם הר[ע]בנים שמסכימים על הספרים צריכים הסכמה לדבריהם! רח"ל וד"ל.
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

ראיתי בספר משנה זכרון לר' יהושע העשיל סינגער (ירושלים, תרע"ג) וז"ל:
גם על ספרים חדשים מלאים אמרי הבל יש הסכמות, על זה אמר הגאון ר' מאיר שמחה שליט"א אנו מסכימים והם מסכימים אנו מסכימים לדברי תורה כו'.
משנה זכרון.pdf
(62.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 2 מאל
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איבער הסכמות רעדט איך נישט אריין.

אבער די מציאות האט געוויזן אז איינער וואס וויל יעדע וואך ארויסגעבן א גליון, אנלעס ער אדער זיין קוואל איז א מעיין המתגבר וועט ער צום סוף זיך טרעפן שרייבן עכטע נארישקייטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 2:20 pm
איבער הסכמות רעדט איך נישט אריין.

אבער די מציאות האט געוויזן אז איינער וואס וויל יעדע וואך ארויסגעבן א גליון, אנלעס ער אדער זיין קוואל איז א מעיין המתגבר וועט ער צום סוף זיך טרעפן שרייבן עכטע נארישקייטן.

אבל זה על זה הדרך הם כותבים דברי הבל ושטות, והם כותבים דברי תורה
וכל הערום יעשה בדעת
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”