די ערשטע מענטשן אין אמעריקא
ווער ווייסט צו זאגן וועגן די ערשטע מענטשן אין אמעריקא. ס'שטייט אין פסוק ביי שלמה המלך אז זיינע עבדים האבן געברענגט גאלד פון א ווייטע לאנד, און עס איז דא א יש אומרים אז דאס מיינט מען אמעריקא, אזוי אויך די גאלד וואס ווערט אנגערופן 'כתם אופיר' איז דא וואס האלטן אז דאס מיינט פון מדינת 'פרו' שבאמריקה [נישט בחינם האט מען דאס גערופן די גאלדענע אמעריקא..].
די יערות דבש שרייבט אז אזויווי די מבול איז געווען אויך אין אמעריקא (ווי ס'איז משמע אז נאר אין א''י איז די מבול נישט אנגעקומען), מוז זיין אז ס'האבן שוין דאמאלט געוואוינט מענטשן דארט, און זיי אויך - פינקט ווי די אנדערע - האבן משחית געווען את דרכם על הארץ (דאס הייסט אז מושגים פון נארישקייט אין אמעריקא גייט שוין צוריק דורות..).
אבער באמת קומט אויס פון חז''ל אז אפילו אדם הראשון האט שוין באזוכט בארצינו הלא הוא מדינת אמעריקא, ווייל די גמ' זאגט (סנהדרין) כל מקום שנתיישבה, העביר הקב''ה את אדה''ר והראה לו את המקום ההוא, און אויב די חז''ל מיינען דאס כפשוטו, קומט אויס אז אונזער זיידע אדם, די ערשטע מענטש אויף דעם פלאנעט האט שוין אראפגעלייגט זיינע פוס על אדמתינו! ווער עס ווייסט נאך מקורות איז פארבעטן צו שרייבן וועגן דעם.