מיטהאלטן יולי 4 (July) פייערונגען ע"פ הלכה
איך האב איינער וואס לאזט מיר אריין אין א אפיס, קיין חשש שמירת עינים איז נישט דא, תערובת אויף נישט, איז די עצם פייערונגען א פראבלעם??
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מחותן האט געשריבן: איז דא סיי וועלכע הלכה/השקפה/מנהג/מוסר/רבי זי"ע פראבלעם מיט צוהאלטען די JULY 4 פייערונגען? איך וועל נעמען מיינע קינדער איך טראכט אז עס וועט זיי זיין אינטערסאנט צו זען.. {איך האף אז עס איז היינט נאכט נישט מארגען נאכט}
איך האב איינער וואס לאזט מיר אריין אין א אפיס, קיין חשש שמירת עינים איז נישט דא, תערובת אויף נישט, איז די עצם פייערונגען א פראבלעם??
,,,,,אף על עשיית
אותו יום ליום משתה ושמחה, אין לאסור מצד איסורי ע"ז,
אלא איסור חוק נכרים בעלמא, כדלעיל, וגם באיסור זה
אינו ברור ויש לעיין עוד.
מספר האשכול.
וכי יקרה בעירך קניגאות של גוים כגון טורלנג״א וטורניר״א, השמר לך
פן תראה, והוא הדין מחולתם או שום דבר שמחתם, כי אז תזכה ותחזה
קניגיי״ן של לויתן והשור [הבר]. וכי תשמע קול המון גוים מחנגים ומחללים
בחלילים ושמחים, האנח ותאמר, רבון העולמים, עמך אשר הוצאת ממצרים,
חטאו בכפלים, ולקתה בכפלים, ונמדד לו במדה כפושה. ארמונותו הרסת,
משושיו השבת, שמחותיו ערבת, ששונו הפכת, לאבל גאונו שמת, תפארתו
השלכת, מן השמים לארץ. הודות קרנו גדעת, צריו שמחת, אנוש לראשו
הרכבת, עליון עליהם שמת, חרפתם ראית. ואתה ה׳ אל לעד תאנף בנו
ואל לנצח יעשן אפן בצאן מרעיתך, יהי רצון מלפניך שתבנה ירושלים עיר
קדשך במהרה בימינו אמןע״כ:
SPUSMN האט געשריבן: נישט אלץ ענטפער צו דער פראגע פון פותח האשכול, און מען קען נישט מדמה זיין מלתא למלתא, אבער פאר אינטערעסאנטקייט,
פאראיאר אין דער טעגליכע אימעיל וואס ברענגט הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ענטפערס אויף פארשידענע ענינים, ברענגען זיי וואס ער האט געזאגט לגבי ארויס הענגען דער אמעריקאנער פאן אין יולי 4.
Should American Jews hang a flag on the Fourth of July?
America is a good country. We came from countries where we were persecuted, and this country gave us all the rights. We should kiss the ground of America.
I was in Europe for some time; I went to study in Yeshiva. I came back, and I saw this was a blessed country; it's a gift from Hashem to us. Shouldn't we appreciate it? Therefore I say a Jew should hang out the flag. (#750)
אין אידישע איבערזעצונג:
פראגע: זאלען אמעריקאנער אידען ארויס הענגען דער אמעריקאנער פאן אין דער "פארט אוו דזוליי"?
ענטפער: אמעריקע איז א גוטע מדינה. מיר קומען פון מדינות ווי מען האט אונז גערודפט (אינטערדריקט), און דאס לאנד (אמעריקע) האט אונז געגעבען אלע רעכטען. אונז וואלטען געדארפט קישען (דאס ערד פון) אמעריקע.
איך בין געווען אין אייראפע פאר א שטיק צייט. איך בין געגאנגען לערענען אין ישיבה (סלאבאדקע). ווען איך בין צוריק געקומען האב איך געזעהן אז אמעריקע איז א געבענטשע לאנד, עס איז א מתנה פון באשעפער צו אונז. זאלען מיר נישט דאס עפרישיעטען [דאס אפשאצען, זיין דאנקבאר, ארויס ווייזען הכרת הטוב]? דערפאר זאג איך אז א איד זאל ארויס הענגען דער אמעריקאנער פאן.
נישט האט געשריבן: ווייסט איינער אין וועלכע פון זיינער ספרים אדער טעיפ דאס ווערט אראפגעברענגט??
טראכט נאר גוט האט געשריבן: זיי נישט אזוי עקסייטעד מיט די גרויסע אמער-ריקא די סטאטיסטיג ווייזט אז אידן האבן יעדע הינדערט יאר געוואנדערט אין געוואלגערט ערגעץ ווי !!