די היסטאריע פון די גרעניצן פון מדינת ישראל

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

די היסטאריע פון די גרעניצן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאר די ערשטע וועלט מלחמה, האט געהערשט אויף א גרויס חלק פון די מיטל מזרח די "אטעמען עמפייער" (Ottoman Empire). כאטש וואס זי האט שוין נישט געהערשט אויף אזא ריזן חלק ווי אין די פריערדיגע פאר הונדערט יאר, איז עס נאך געווען א ריזן שטח. אנגעהויבן האט זיך די עמפייער אין יאר 1300, און פון דארט איז עס געווארן גרעסער און גרעסער, ביז די יארן 1500-1600, ווען זי איז געווען אין איר גרעסטע פארעם און געהערשט אויף ריזיגע שטיקער פון אייראפע אויך.

בילד

פון יאר 1700 בערך איז עס געווארן קלענער און קלענער, אבער זיי האבן נאך געהאלטן - ווי דערמאנט - א ריזן שטיק פון די מיטל מזרח.

בילד

ביי די ערשטע וועלט מלחמה, איז די "אטעמען עמפייער" געווען פארמישט אויף די זייט וואס האט פארלוירן (דייטשלאנד, אסטרייך-אונגארן און די עמפייער). נאך די ענדע מלחמה, האבן זיך צוזאם גענומען די געווינער (ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד), מען האט דאן געגרינדעט די "לעיג אוו נעשאנס" (League of Nations), און אונטער די ליעג האבן זיך די געווינער "געטיילט מיטן רויב"! פראנקרייך, ענגלאנד און רוסלאנד האבן באקומען א חלק, און א חלק איז געווארן "אראבישע" שטאטן.

וואס איז היינט סיריע און לבנון, האט באקומען פראנקרייך, און וואס איז היינט איראק, ירדן האט באקומען ענגלאנד. וואס איז היינט מדינת ישראל האט ארגינעל געברויכט זיין "אינטענעשענעל", אבער ענגלאנד האט געלייגט דרוק עס צו באקומען - צוליב גרינג טרענספאטירן אויל און נאך סיבות - און מצליח געווען עס צו באקומען. די אנדערע חלקים האבן באקומען פארשידענע אראבישע מאכטן. דאס האט געהייסן די "מאנדאט" סיסטעם. די חלק פון ירדן און וואס איז היינט מד"י איז געווען די "בריטישע מאנדאט פאר פאלעסטינע".

בילד

אלזא איז ענגלאנד געהאט די בעלות אויף די שטחים. צוליב פארשידענע סיבות - אריינגערעכענט א פערזענדליכע נאנטשאפט צווישען די אויסרן מיניסטער פון ענגלאנד "אוטער דזשעמס באלפור" און איינע פון די גרינדערס פון מדינת ישראל "חיים ווייצמאן" - האט ענגלאנד אין נאוועמבער 2 917' געמאכט די "באלפור דעקלעראציע" ווי זי דערקלערט, אז די חלק פון איר מאנדאט וועט ווערן א היים פאר די אידן. און אין אפריל 24 920', איז וואס איז היינט ירדן און מדינת ישראל, באשטימט געווארן פאר די היים. עס האט ווייטער געזארפט זיין אונטער ענגלאנד, נאר א "היים פאר די אידן" אונטער ענגלאנד. (אנדערע זאגו אז די פלאן איז לכתחילה געווען פאר ענגלאנד עס אינגאנצען איבערצוגעבן פאר די אידן אלס א לאנד מיט די צייט)

בילד

עס איז געווארן א גרויסע שטורעם צווישען די אראבער. עס אין אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, ביז אין 922' האט ענגלאנד "צושניטן" די שטח פונעם ארגינעלן "באלפור דעקלעראציע. די רוב חלק - 77 פראצענט - האט מען דעזעגנירט אלס אן אראבישע שטאט -גערופן "טרענסזשורדן" - דאס איז היינט ירדן - און די קלענער חלק - 23 פראצענט - אלס די היים פאר די אידן - דאס איז היינט מד"י און די אוקופירטע שטחים -. דאס איז געווען די ערשטע "צוויי שטאטען" פלאן פאר שלום.

בילד

ביז די צווייטע וועלט מלחמה איז אנגעגאנגען א קריג צווישען די אראבער און די ניי געקומענע אידן, און ענגלאנד איז געווען אינדערמיט. נאך די צווייטע וועלט מלחמה, איז די פארלאנג פאר א "אידישע היימלאנד" שטארק געשטיגן. אבער ווי געזאגט איז געווען א גרויסע קעגנערשאפט פון די אראבער.

אלזא דאס צו איינשטילן, האט די יו-ען - וואס איז אויפגעקומען נאך די צווייטע מלחמה, אנשטאט די "ליעג אוו נעישאנס" וואס איז אונטערגעגאנגען - נאכאמאל געמאכט א נייע מאפע אין יאר 947'. ענגלאנד האט שוין געהאט גענוג פון די קריגערייען, און זי האט "אויפגעגעבן" איר מאנדאט אויף פאלעסטינע, צו נעמען אפעקט מאי 15 948'.

אלזא איז די שטח געווארן "הפקר". אלזא האט די יו-ען גענומען די חלק וואס איז געווארן דעזעגנירט פאר די אידן אין יאר 922' - נאכן אראפשניידן וואס איז היינט ירדן - און מען האט די חלק אליין ווידערצוטיילט. עס האט געזאלט זיין אנשטאט די "בריטישע מאנדאט" א "אידישע שטאט" א "אראבישע שטאט" און ירושלים "אינטערנעשענעל". דאס איז געווען די צווייטע "צוויי שטאטען" פלאן פאר שלום.

נאוועמבער 29 947' איז געווען וואלן, און די יו-ען דזשענערעל אסעמבלי האט געשטימט אנצונעמען די רעזעלוציע.

מדינת ישראל האט מסכים געווען, אבער די אראבער נישט. עס האבן אויסגעבראכען שלאכטען אין די גאסן, און ווי די אידן האבן זיך געשטארקט, זענען טויזענטער אראבער אנטלאפן. מד"י האט מאי 14 948' - איין טאג פאר די מאנדאט האט אויפגעהערט - דערקלערט "א נייע זעלבשטענדיגע לאנד".

בילד

אזוי ווי מד"י האט דערקלערט זעלבסשטענדיקייט האבן די אראבער ארום מד"י - די נעקסטע טאג - דערקלערט קריג. אין די קריג האבן אנטייל גענומען עגיפטן, סיריע, טרענסזשורדען (ירדן) און איראק. סודיע אראביע האט אויך געשיקט מיליטער אונטער עגיפטן, און אויך תימן האט דערקלערט מלחמה אבער נישט געשיקט קיין טרופן.

די נייע לאנד האט צוריק געקעמפט, עס איז געווען א מלחמה פון א יאר. נאך א יאר האט מען געמאכט א "פייער אפשטעל" מען האט דערקלערט נייע "צייטווייליגע" גרעניצן, און דאס איז היינט די "גרין ליין" גרעניץ. ווען די שטויב האט זיך געזעצט, איז עס געווען א געווינס פאר מד"י, און זי האט אצינד קאנטראלירט נאך מער שטח ווי זי איז ארגינעל געגעבן געווארן דורך די יו-ען. אבער וואס איז היינט די "מערב ברעג" - אריינגערעכענט אלט שטאט ירושלים - איז געפאלן צו ירדן, און די עזה פאס, איז געפאלן צו מצרים.

בילד

דאס איז אזוי געווען ביז אין יאר 967', ווען נאך א מלחמה האט אויסגעבראכען צווישען מד"י און אירע אראבישע שכינים.

אבער פאר מען גייט צו די 67' מלחמה, איז געווען נאך א קאנפליקט, ווען עגיפטן האט "נאציאנליזירט" און "פארשפארט" "סועז קאנאל". די קאנאל איז געווען א זייער וויכטיגע דורכגאנג פאר שיפן. און צוליב פארשידענע קאנפליקטען צווישען עגיפטן אמעריקע, פריינקרייך און ענגלאנד, און צוגאב צו די אטאקעס פון עגיפטן אויף מד"י און מד"י קאנטער אטאקעס, האט מצרים באשלאסען "איבערצונעמען" די קאנאל - וואס איז ביז דאן געווען אונטער די קאנטראל פון ענגלאנד, און בלאקירן שיפן מיט מד"י קארגא אריבערצופארן.

עס האט אויסגעבראכען א קריג, און מד"י האט צוזאמען מיט פראנקרייך און ענגלאנד אטאקירט מצרים. ביי יענע קריג האט מד"י איינגענומען מדבר סיני. אבער א שנעלע פייער אפשטעל איז געקומען, מצרים האט צוריק געפענט די קאנאל, און אמעריקע און די יו-ען האבן געלייגט דרוק און מד"י האט זיך ארויסגעצויגען פון סיני וואס זי האט איינגענומען.

עס איז געווען א שטארקע אנגעצויגענקייט די אלע יארן פון דערקלערן זעלבסשטענדיג, אבער אין די עטליכע יאר פאר 967' איז געווארן נאך מער אנגעצויגן. עגיפטן האט ארויסגעשיקט די "שלום היטער" פון מדבס סיני - וואס זענען דארט געווען זינט די ערשטע "פייער אפשטעל" - און די רעטאריק איז געווארן הייסער און הייסער. מד"י מורא האבענדיג אז עס קומט נאך אן אטאקע פון די אראבישע שטעט, האט אטאקירט מצרים, סיריע, ירדן און איראק.

יענע קריג האט אויך מד"י געווינען, און אצינד האט זי קאנטראלירט נאך סאך מער שטח. די נייע שטחים איז געווען וואס עס איז געווען די ארגינעלע בריטישע מאנדאט פלאן פון 922' - דאס רעכענט אריין ירושלים, וואס זי האט ביז יעצט נישט געהאט - און אויך די ריזיגע שטח פון מדבר סיני, וואס מד"י האט איינגענומען פון מצרים. אויך האט זי איינגענומען די "גולן הויכן" פון סיריע.

בילד

כ'לייג נאך א בילד, וואס ווייזט אויף איין מאפע, אלע דריי שטאפלען פון די גרעניצן.

בילד

כאטש מד"י האט געהאלטן די איינגענומענע שטחים, איז געווען שטארק אמרואיג איז מד"י. פילע טעראר אקציעס זענען דורכגעפירט געווארן, און מד"י האט צוריק געקעמפט. אין יאר 973' איז געווען די יום כיפור מלחמה, ווען יום כיפור האט עגיפטן און און סיריע אטאקירט מד"י. עס איז געווען אומגערישט, און כאטש מד"י האט מצליח געווען אפצושלאגען די אטאקעס, האט זי געליטען שטארקע פארלוסטען. דאס האט נאך מער פארשטארקערט די דרוק אויף מד"י צו קומען צו א שלום, און ברענגען רואיקייט.

אין 978' נאך אן אטאקע פון לבנון, איז מד"י אריין אין לבנון, און איינגענומען דארט א שטח נאנט צו די מד"י גרעניץ.

אין יאר 979, איז אונטער געשריבן געווארן די "שלום אפמאך" צווישען מצרים און מד"י. מד"י האט צוריק געגעבן פאר מצרים די מדבר סיני, און איינגעגעאנגען אויף פארהאנדלען איבער די שטחים פון גזה און די מערב ברעג.

זינט דאן גייט פאר די "שלום פארהאנדלונגען"! אהין און אהער, נאכאמאל און נאכאמאל, אבער גארנישט איז נישט געווארן דערווייל. אינצוויעשן האט מד"י דערקלערט ירושלים - אין 980' - און די גולן - אין 981' - אלס א חלק פון מד"י. די וועלט האט עס נישט אנערקענט, אבער די מדינה האט גענומען בויען ישובים און געמוטיגט פאר אירע בירגער צו באזעצען די לאנד אין ירושלים, און די אנדערע אוקופירטע שטחים.

אין יאר 987' איז געווען די ערשטע אינטעפאדא. און די טעראר קעגן מד"י איז געווארן שטארק פארשטערקערט. אין די ערשטע איראק מלמה, האט איראק אין שטיצע פון די אראבער געשאסען סקאד מיסל'ס אויף מד"י.

אין יאר 992' האט מד"י און די אראבער - אין שפיץ פון יאסיר אראפאט - אונטערגעשריבן די "אסלא שלום". די אראבער האבן דערקלערט אז זיי הערן אויף מיט טעראר, און מד"י האט איבערגעגעבן פאר די אראבער געוויסע קאנטראל אויף חלקים פון די מערב ברעג און גזה.

אין 994' האט מד"י אונטערגעשריבן א שלום מיט ירדן.

די טעראר איז אבער וייטער אנגעגאנגען, צוליב מד"י בויען ווייטער אין די איינגענומענע שטחים, און די פארשידענע "טשעקפוינטס" און אנדערע איינגעצויגענקייטן וואס מד"י האט געהאלטן איבער די אראבער.

אין 997' האט מד"י איבערגעגעבן פאר די אראבער קאנטראל אויף רוב פון חברון.

אין 999' איז די פראבע פאר שלום נאכאמאל געמאכט געווארן. קודם האט מד"י ארויסגעצויגען אירע קרעפטן פון לבנון, און די פרעימיר אהוד באראק האט ארויפגעברענגט די פלאן אויפשטעלן א "פאלעסטינער שטאט" פאר די אראבער, און א ענדגילטיגען שלום. מען האט פארהאנדעלט פאר בערך צוויי יאר, און די געשפרעכן זענען למעשה דורכגעפאלן.

אזוי ווי די געשפרעכען זענען צוזאם געפאלן - און אריק שרון'ס ארויפגיין אויפן הר הבית - האט אויסגעבראכען די צווייטע אינטעפאדע.

אינמיטן יאר 05' האט מד"י באשלאסען אז עס איז איר נישט כדי אויפצוהאלטן די ישובים אין עזה מיט א רעלאטיוו קליינע צאל איינוואוינער. עס איז כסדר פארגעקומען אטאקעס אויף די איינוואוינער, און א ערענסטע מיליטערישע אנוועזענהייט איז אלס געווען אויספעליג. די מד"י רעגירונג האט באשלאסען זיך ארויסצוציען פון עזה.

די זעלבע צייט האט מען אנגעהויבן בויען די "סעפעראציע וואנט". די וואנט איז געבויט געווארן אין ריאקציע צו די צווייטע אינטיפאדע. די וואנט איז געבויט מער ווייניגער בערך אויף די גרענעצין פון די "גרינע ליניע. אבער ממש אויף די גרינע ליניע איז נאר 20 פראצענט, און די איבריגע איז עטוואס אפגעריקט. אבער געוויסע חלקים - דארט ווי עס זענען דא גרויסע אידישע ישובים אין די מערב ברעג, און אזוי אויך מזרח ירושלים - איז די וואנט היפש אוועק געריקט פון די גרינע ליניע. אזויפיל ווי 10 פראצענט פון די מערב ברעג, איז "אינעווייניג" פון די וואנט. דאס האט געברענגט נייע גרויסע דרוק אויף מד"י, ווייל די ארבער האבן געטענה'ט אז דאס איז איז א דעפאקטא "אייננעמען" פון יענע שטחים. און אזוי אויך האט עס צוטיילט געוויסע פלעצער ווי די אראבער האבן געפלאנצט אדער געפאשעט זייערע שאף.

אט איז די מאפע. די גרעי - אדער ברוין אפשר - איז די שטח אינדרויסען פון די גרינע ליניע. און די אראנדזשע איז די מערב ברעג, און די רויטע ליניע איז די וואנט, און די בלויע איז ווי די וואנט גייט "אריין" אין די שטח נאך די גרינע ליניע.

בילד

אויף צו פארשטיין פארוואס מד"י האט אזוי פאריקט די וואנט אוועק פון די גרינע ליניע, און פארוואס עס שטערט אזוי פאר די אראבער, לייג איך נאך א בילד, דאס איז פארגרעסערט ממש ארום ירושלים. מערקט די אידישע ישובים ארום ירושלים. דאס איז מזרח פון ירושלים. די ישובים זענען אין א פערפל קאליר. די גרעי חלק איז אינדרויסען פון די גרינע ליניע, (חוץ די חלק פון ירושלים גופא וואס אויף די בילד איז עס "אין" די גרינע ליניע, אבער עס איז א עקסטערע מחלוקה.) און די רויטע חלק איז די וואנט. זעהט ווי די וואנט גייט אוועק פון די גרינע ליניע, "אריינצונעמען" די ישובים. (נישט אלע, אבער אסאך.) אצינד געט א קוק אויף די אראבישע ישובים, ווי זיי זענען צומאל פשוט "ארומגענומען" מיט די וואנט! זיי מוזן אריבערגיין די וואנט, פשוט ארויסצגיין פון זייער שטעטל!

בילד

אין יאר 06' אין ריאקציע צו ראקעטן וואז זענען אריינגעשאסען געווארן קיין מד"י פון לבנון, האט מד"י אונטערגענומען א 34 טאג אטאקע און אינוואזיע פון לבנון. נאך 34 טעג איז געקומען צו א פייער אפשטעל, און מד"י האט זיך ארויסגעצויגן.

אין יאר 08' איז געווען א קורצע פראוו פאר שלום מיט סיריע, אבער עס גארנישט געווארן.

אזוי ווי מד"י האט זיך ארויסגעצויגען פון עזה, איז עזה געפאלן צו זיין אונטער די אראבישע הערשאפט. סוף יאר 08' אין ריאקציע אויף כסדר'דיגע אטאקעס פון עזה אויף די ישובים אין מד"י נאנט צו עזה, האט מד"י אטאקירט עזה. עס איז געווען א דריי וואכען אינוואזיע ווי מד"י קרעפטן זענען אריין אין עזה. נאך דריי וואכען האט מד"י זיך ארויסגעצויגען, און די אראבער האבן אפגעשטעלט די אטאקעס.

אין יאר 12' איז ווידער געווארן א פארמערונג פון אטאקעס פון עזה, און מד"י האט ווידעראמאל אטאקירט עזה. דאס מאל איז עס נישט געווען א אינוואזיע, נאר א לופט אטאקע פון א וואך, ווען א פייער אפשטעל איז דערגרייכט געווארן.

און אצינד ווי די שורות ווערן געשריבן, קומט פאר א דריטע אטאקע פון מד"י קעגן עזה, ווען די ראקעטען האבן ווידער אנגעהויבן אריינגשאסען ווערן, אין ריאקציע צו מד"י קאמפיין קעגן די כאמאס טעראר גרופע, וואס האבן פארכאפט און אומגעברענגט דריי בחורים.

דאס איז מער ווייניגער די היסטאריע פון די גרעניצען פון מד"י דורכאויס די יארן.

נאך אינפארמאציע איבער די שטחים, די מערב ברעג, און גזה מדינת ישראל אויף די מאפע, און באציאונג צו די לעצטע שלאכטען .
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 13, 2014 11:41 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOW!!!

זייער שיין און קלאר מסביר געווען!!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן: WOW!!!

זייער שיין און קלאר מסביר געווען!!

שוין גענדיגט ליינען??:roll::roll:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יעפ!

עס איז אזוי קלאר אז עס ליינט זיך ממש פון זיך אליינס...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

זייער קלאר ווי אלעמאל
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

שנאפס האט געשריבן: יעפ!

עס איז אזוי קלאר אז עס ליינט זיך ממש פון זיך אליינס...
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

פששששש. זייער ברייט!!! און קלאר!! דאנקאך
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: WOW!!!

זייער שיין און קלאר מסביר געווען!!

שוין גענדיגט ליינען??:roll::roll:

נאך נישט,, סליינט זיך נישט סתם אזוי אויבן אויף, דאס ליינט מען גרינטלעך און מען קומט צוריק אויב עס בלייבט איבער עפעס אומפארשטענליך, וואס געשעהט ווייניג צוליב די קלארקייט פונעם מגיד שיעור!!!
א רעיז האלטעך מעגסטו שוין באקומען,,, גיי מיר ליינען..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער זייער שיין, א שיינעם דאנק!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

לכאורה האט געשריבן: זייער זייער שיין, א שיינעם דאנק!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

פיטום האט געשריבן: פששששש. זייער ברייט!!! און קלאר!! דאנקאך

גא"מ
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע:משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

זייער שיין אבער עס איז דא אפאר וואס די לייגסט צי ווי אזוי מען זאגט אין ארץ ישראל פרשנות עס געוואלט בעסער ווען די לאסט עס אויס
נאך אזאך פארוואס האסטו אויסגעלאזט די צירוק געבען עזה און די דורכפאל דערפון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

משנה מקום האט געשריבן: זייער שיין אבער עס איז דא אפאר וואס די לייגסט צי ווי אזוי מען זאגט אין ארץ ישראל פרשנות עס געוואלט בעסער ווען די לאסט עס אויס
נאך אזאך פארוואס האסטו אויסגעלאזט די צירוק געבען עזה און די דורכפאל דערפון

עזה איז יעצט אקטועל, דאס האלט דער עולם מיט לייוו.

די אנדערע חלק, פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

שכח לכתחילה, זייער גוט ארויסגעברענגט אלע דיטעילס.
איין זאך האסטו פארזען די סיני מלחמה 56' וואס דעמאלטס האט שוין מדינת ישראל איינגענומען עזה מיט סיני פענינסולא, נאר זיי האבן געמוזט צוריקטרעטען.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צוויי פונקטן:
ווען איז געווען די גוש קטיף גירוש?
אויך ליגט מיר אין קאפ א צווייטע לבנון מלחמה וואס די מדינה האט פארלוירן און אולמערט איז געפלויגן צוליב דעם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא, כ'ברויך טאקע צולייגען איבער די לבנון מלחמה. טאקע אויך געווען ראקעטן. און אזוי ווי נאך איינער בעיט, וועלעך אויך צולייגן איבער גוש קטיף און די עזה ארויסציען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לעיקוואד האט געשריבן: שכח לכתחילה, זייער גוט ארויסגעברענגט אלע דיטעילס.
איין זאך האסטו פארזען די סיני מלחמה 56' וואס דעמאלטס האט שוין מדינת ישראל איינגענומען עזה מיט סיני פענינסולא, נאר זיי האבן געמוזט צוריקטרעטען.

גערעכט, וועלמער אויך צולייגן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך און באלערנד, כשלחן הערוך ומוכן לפני האדם לאכול!

לכתחלה, א דאנק!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קען עס איינער ביטע שטעלן אויף א פי די עף אז מ'זאל עס קענען ארויסלויפן?

ישר כח לכתחלה יעצט ווי אלעמאל!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צוגעלייגט:

סיני מלחמה אין 56' איבער די סועז קאנאל.
לבנון מלחמה אין 06',
עזה ארויסציען אין 05', און די דריי נאכפאלגענדע קאנפליקטן, אין 08', 12', און היצט.
די "סעפעראציע וואנט".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יישר כח. הערליך און באלערנד
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען איז געווען די מעשה איבער א ראקעט וואס אומגעברענגט אידן רח"ל אין מירון א ליל שבת? לויט די ליסט קוקט עס אויס אז עס איז געווען אין 06 קען זיין?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בתוך רבים אהללנו.

אונזער אלעמען באקאנטער איש הישר והטוב, וואס האט מער ארויסגעהאלפן מאכען די בילדער גרעסער און מער ליינבאר.

תזכו למצוות.

עס איז כדי נאכאמאל צו באטראכטען די מאפעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישר כח
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מייסטערווערק. וואונדערבאר.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”