שמחת עולם האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:מאָזעס האט געשריבן: איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?
פארוואס עפעס? ווא זעסטו - אין אונזער היימישן אידיש אז צוויי יו"ד'ען זאלן געזאגט ווערן מיט א חיריק?
מיר געפונען בעיקר צוויי אופנים ארויסצושרייבן דאס ווארט: "יידיש" און "אידיש", אויך זענען דא אזעלכע וואס שרייבן "יודיש". אלע דריי וועגן זענען בעצם נישט 100 פראצענט ריכטיג. פארוואס?
די גראמאטיק פון דאס יידישע שפראך איז געבויעט אויף די גראמאטיק פון דאס דויטשע שפראך, און ווי מען שרייבט א U אויף דויטש (ווי למשל JUDE) ווערט געשריבן אויף יידיש א וא"ו (יוד), דארט ווי מען שרייבט אויף דויטש א Ü אדער א i (ווי למשל J ÜD ISCH) שרייבט מען אויף יידיש א "י" (דארף זיין אזוי: י יד יש), דאס הייסט אז לויט די יידישע גראמאטיק איז דער בעסטע וועג צו שרייבן "יידיש". די פראבלעם דערפון איז אבער, אז אויף לשה"ק געפונען מיר נישט אז דארט ווי דער "י" ווערט גענוצט אלץ consonant זאל קומען גלייך נאך איר א "י" וואס איז א vowel (וידם אהרן, ויגש אליו... מען קען עס נישט שרייבן: ויידם, וייגש...), ממילא איז דאס נישט אויסגעהאלטן לויט די לשה"ק דקדוק. (כאטש וואס אויף יידיש געפונען מיר אסאך זאכן וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן לויט דקדוק).
די אנדערע וועג פון שרייבן "אידיש" איז אויסגעהאלטן לויט דקדוק אבער איז נאר ריכטיג פאר די ארץ ישראל'דיגער.
און די אופן פון שרייבן "יודיש" איז טאקע זייער שיין, אבער ריכטיג איז עס נישט ווייל עס גייט נישט לויט די כללים פון יידיש.
איין גרויסע שוועריגקייט מיט שרייבען 'איד' (וואס דערפאר בין איך זיך טאקע מונע דערפון), איז דאס לויט די כללים קען מען נישט ענדיגען א ווארט פאר אן 'א' מיט אן אפענע וואקאל (לדוגמא 'א אוגערקע'), נאר מען מוז עס פארמאכען מיט א 'ן' (לדוגמא 'אן אשכול'). לויט דעם וועט אויסקומען אז מען וועט מוזען שרייבען 'אן איד', און דער ליינער וועט מוזען משנה זיין צוויי ווערטער לויט זיין אקצענט.
לגבי דעם וואס איר שרייבט אז מען טרעפט נישט אין לשה"ק א י' נאך א חיריק י', איז נישט אינגאנצען ריכטיג, ווייל א חיריק בתנועה גדולה איז מלא. עס טרעפט זיך טאקע נישט אזוי פיהל א חיריק מלא נאך א י', אבער מיר זאגען לדוגמא יעדען טאג אין ויושע 'וייראו' (דער ר' האט א שוא נע ווייל עס קומט נאך א חיריק מלא).
מיין פערזענליכע פרעפערענץ איז 'יודיש' ווייל עס זעהט אויס בעסער פארען אויג (לענ"ד), כאטש עס שטימט טאקע נישט אזוי גוט.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים