קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
א ה' איז לאו דוקא תימה, נאר א שאלה. ווי מ'זאגט אין אידיש צו/צי.
קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי דאס איז שייך פאר אֵיך?
גערעכט לאו דוקא לשון תימה אבער תימה-שאלה
מזאגט נישט האיך נאר ווען סשטעקט דארט א וואונדער למשל איך האב דיר א טובה געטוען האיך תוכל לגמול רעה תחת טובה, אבער ווען איך פרעגט סתם ווי קום איך א דארט זאגט מען איך מגיעים און נישט האיך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!

"איך מגיעים" וואלסטו אפשר געזאגט היינט, אין לשה"ק, אבער אין גמרא וואלט געשטאנען אויף דעם פלאץ "האיך/היאך," ס'איז מסתבר אז אז אן א' זאל זיך מתחלף זיין מיט א ה'. איך זע נישט קיין שום חילוק צווישן די צוויי, נאר אז זיי זענען אין אנדערע שפראכן. היכי, ווי אזוי, און אפשר אויך הכי, אזוי, קומען לכאורה פונעם זעלבן שורש.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
א ה' איז לאו דוקא תימה, נאר א שאלה. ווי מ'זאגט אין אידיש צו/צי.
קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי דאס איז שייך פאר אֵיך?
גערעכט לאו דוקא לשון תימה אבער תימה-שאלה
מזאגט נישט האיך נאר ווען סשטעקט דארט א וואונדער למשל איך האב דיר א טובה געטוען האיך תוכל לגמול רעה תחת טובה, אבער ווען איך פרעגט סתם ווי קום איך א דארט זאגט מען איך מגיעים און נישט האיך
"איך מגיעים" וואלסטו אפשר געזאגט היינט, אין לשה"ק, אבער אין גמרא וואלט געשטאנען אויף דעם פלאץ "האיך/היאך,"
ניין אין גמרא וואלט נאר געשטאנען היאך וואס אין אראמיש איז דאס די אפטייטש פון איך ברענג מיר א פלאץ אין גמרא וואס אנשטאט איך שטייט האיך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אין תנ"ך (לשה"ק) וועט שטיין "איך" - אן דעם ה' בכלל. אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח, א שטייגער ווי די נעמען בן עזאי און ינאי (אויך ר' יהודה ברבי אילעאי, ר' שמעון בר יוחאי, ר' דוסתאי, און נאך, כאטש מאנכע זאגן נישט אזוי), אבער "הֵיאַך" שפירט זיך עפעס אינטערעסאנט. דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
לויט וואס איך געדענק, 'היאך' = וויאזוי; 'האיך' = יענעם. אבער כאמור זענען רוב ספרים נישט צו שטארק מקפיד אויף דעם חילוק.
ריכטיג, דער טייטש פון "האיך" דער (אדער אפשר די) מלשון הא (לחמא) און האי זע למ' שבועות מא. אי אמר ליה האיך אשתבע לי דלא פרעתיך אדער נדה ג:
להאיך לישנאאיכא למרמינהו להני לישני ליכא למרמי ומאי איכא בין האי לישנא להאיך לישנא
זוכענדיג איז געווען אינטערעסאנט צו טרעפן ביידע לשונות אויף איין דף. אין ב"מ דף קטז: אין רש"י ד"ה מכלל זאגט רש"י "דמפולת זו היאך נפלה" (ווי אזוי) און אין די גמ' ווייטער (אביסל פאר די צווייטע משנה) "ואידך כולהו דהאיך נינהו" (יענער) http://beta.hebrewbooks.org/shas.aspx?m ... format=pdf
אבער אין די ספרים איז מען ווייניגער מקפיד אויף דעם חילוק און מ'שרייבט האיך פאר ווי אזוי.
גרשון האט געשריבן:
דאך זע איך אבער זייער אסאך מענטשן אזוי שרייבן, אזוי אויך אין פריערדיגע ספרים (הגם ס'איז נישט ממש קיין ראיה, ס'פעלן נישט קיין טעותים אין ערגעץ).
איין שורה האב איך לגמרי נישט פארשטאנען
אויב איז "האיך" דאס זעלבע ווארט [ווי "איך"] נאר צוגעלייגט א ה', איז פשוט אז דער א' קומט פאר'ן י'. אויך איז אזוי לאגיש, ווייל אן א' ווערט געניצט אין גמרא פאר א פתח
מיגו האט געשריבן:

ברכה והצלחה האט געשריבן:
האם יש לאיזה מהחברים היקרים ידיעה מספר [בוק בלע"ז] שמדריך ומאמן את האדם איך כותבים לשון הקודש [לא 'עיברית'] באיכות גבוהה ומקצועי?
שרייבן איז שווער צו לערנען, דו דארפסט פשוט ליינען אסאך.
@שמחת עולם,דאטענה'סטו אז ס'קומט צו זאגן "גיין צו שול", ווי איידער "גיין אין שול".
אין פאל ס'איז נאכנישט אפגעלאפן יענע תגובה, אויף וואס איז דאס באזירט? איך האב אלץ געוואוסט אז "גיין צו שול" איז פשוט איבערגעטייטש פון ענגליש; אין אלטע אידישע ביכער געפינט זיך נישט אזוינס.