קושיות והערות על שיעור היום - פרק תמיד נשחט

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קושיות והערות על שיעור היום - פרק תמיד נשחט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בדף סה.

די גמ' ברענגט א ברייתא א מחלוקת ר"א ורבנן לגבי כיבוד וריבוץ בשבת ויו"ט צו דאס איז א דאורייתא אדער נאר א שבות.

מוטשעט זיך תוס' בד"ה המכבד צו פארשטיין שיטת רבי אליעזר. איז אינטערעסאנט אז דאס וואס דאס תוס' האלט דא פאר א דוחק צו זאגן אז די מחלוקת איז צו במציאות איז דאס א פסיק רישא, נעמט עס אבער תוס' אין מס' שבת צה. ד"ה המכבד אן פאר א פשטות.

ולענין מה שלמסקנא כתבו עי' בגה"ש לרעק"א שהניח את דברי התוס' בקושית "לא זכיתי להבין".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שבת נאכמיטאג האבן צוויי חשוב'ע חברי חבורת תורתך שעשועי געשמועסט צווישן זיך איבער די סוגיא פון יש מחשבת אוכלים בזריקה אויף דף סא:

אויסער די פלא דארט למסקנא ווי רב אשי לערנט פשט אין א מחלוקת רבה ורב חסדא אינגאנצן אנדערש ווי זיי זעלבסט שמועסן עס אויס בתחלת הסוגיא (עס דערמאנט פון וואס מ'זאגט נאך אויף רבי אהרן זצ"ל ווען ער האט אמאל מבאר געווען א הארבע רמב"ם האט מען אים געוויזן אז פון רמב"ם זעלבסט שפעטער אין א תשובה זעהט מען אז ער האט אנדערש געלערנט, האט רבי אהרן געזאגט "איינמאל דער רמב"ם האט געשריבן אן הלכה בספר הי"ד איז דאס ברוח הקודש ותורה מסיני, נאכדעם איז דער רמב"ם גארנישט מער בעה"ב דערויף מפרש צו זיין דבריו ווי אן אנדערער..... )

עכ"פ זאגט רב אשי אז לכו"ע ווען מען איז מחשב ביי די שחיטה על מנת שיתכפרו ערלים שאינן מנוין בזריקה אז ווען נישט די סברא פון הואיל וואלט עס נישט גע'פסל'ט.

לפי"ז וואס וועט זיין דער דין ביי די שחיטה זעלבסט אז ער שחט לערלים שאינן מנוין איז עס אויך נישט פסול לויט רבה?

אונז האבן געקלערט אז וויבאלד שלא למנוייו ביי די שחיטה לערנט זיך נישט פון ונרצה לו לכפר עליו נאר פון במכסת נפשות איז נישט דא דארט דער לימוד חברו דומיא דידיה.

אבער מיר וואלטן געוואלט טרעפן א מקור דערצו, וויאזוי האבן אנדערע חברים דא געלערנט?
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

ס״ג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

רש״י ד״ה ״עדיין היא מחלוקת ״ פירט רש״י אויס אז הקדים מולין לערלים איז כשר וויבאלד אין שהות לומר שני דברים אין נישט אלטס תפוס לשון ראשון
איז מיר שווער דעלמטס וואס איז די ראיה פין רבא פין מהשוחט את הזבח אז עדיין מחלוקת אין ר׳ מאיר וועט האלטען תפוס לשון ראשון ? דארט איז דאך אויך ווייל אין שהות לומר שני דברים נישט וועגען תפוס לשון ראשון

ר״ח האט אן אנדערע פשט אין די גמרא תוס׳ נעמנט אן די פשט פין ר״ח
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

אגב נאך דע גמרא איז כדי צי לערנען תוס׳ דף נ״ט: ד״ה דאי ר׳ מאיר
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

סב:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

רש״י ד״ה אי אפשר לברר
איך פארשטיי נישט פשט אין די צווייטע וועג
וואס הייסט ונמצאת מחשבתו ביטלה למפרע , ביי פיגול קען מען זאגען די זעלבע אויב מען זעט אז ער עסט עס בתוך זמן קען מען זאגען מחשבתו ביטלה, ? אין די זעלבע ביי שחטו שלא לאוכליו אין יאכילנו לראויין קען מען אויך זאגען מחשבתו ביטלה ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה ״עדיין היא מחלוקת ״ פירט רש״י אויס אז הקדים מולין לערלים איז כשר וויבאלד אין שהות לומר שני דברים אין נישט אלטס תפוס לשון ראשון
איז מיר שווער דעלמטס וואס איז די ראיה פין רבא פין מהשוחט את הזבח אז עדיין מחלוקת אין ר׳ מאיר וועט האלטען תפוס לשון ראשון ? דארט איז דאך אויך ווייל אין שהות לומר שני דברים נישט וועגען תפוס לשון ראשון

זעה מהרש"ל בחכמת שלמה וואס לייגט צו בדברי רש"י אז דער אין שהות איז מכריח אז געזאגט האט ער עס קודם און חל איז די ערשטע מכח תפוס לשון ראשון עיי"ש.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה אי אפשר לברר

איך האב עס געלערנט אז ס'איז נישט געווען קיין מחשבה, ער זאגט נאר אזוי, אבער פרעגסט גוטע קשיות.

וואס וועט זיין אויב ער זאגט אז ער איז מסופק וואס ער האט אינזינען געהאט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה אי אפשר לברר
איך פארשטיי נישט פשט אין די צווייטע וועג
וואס הייסט ונמצאת מחשבתו ביטלה למפרע , ביי פיגול קען מען זאגען די זעלבע אויב מען זעט אז ער עסט עס בתוך זמן קען מען זאגען מחשבתו ביטלה, ? אין די זעלבע ביי שחטו שלא לאוכליו אין יאכילנו לראויין קען מען אויך זאגען מחשבתו ביטלה ?

פיגול איז א גזירת הכתוב אז א מחשבת חוץ לזמנו אדער חוץ למקומו פסל'ט דעם קרבן אפי' אויב במציאות גייט ער נישט מוציא זיין מחשבתו מכח אל הפועל.

דא רעדט מען אלס דעם פסול פון שלא לשמו ווען עס איז געמישט מיט לשמו און קאנטראסט צו שלא לאוכליו ווען עס איז געמישט מיט לאוכליו, און איך וויל קלערן וועלכע איז זיין עכטע און עיקר מחשבה.

איז ביי לשמו ושלא לשמו קען איך עס נישט פושט זיין על ידי ברירה למפרע, עס בלייבט שטענדיג אן עירוב מחשבות.

משא"כ ביי שלא לאוכליו אז איך וועל שפעטער עס נישט מאכיל זיין פאר זיי נאר פארקערט שיחזור להם דמיהן וועט זיין הוברר הדבר למפרע אז זיין עיקר מחשבה איז געווען לאוכליו.

בדף סד. זאגט די גמ' בטעמא דרבי יהודה אז אויך דער תמיד של ביהער"ב טאר נישט גע'שחט'ען ווערן על החמץ אז דאס לערנט מען פון 'זבחי - זבח המיוחד לי'.

איך זעה נישט אויפן פלאץ איינער זאל מפרש זיין פארוואס ווערט דער קרבן תמיד אנגערופן דער זבח המיוחד לשמו יתברך מער ווי אלע קרבנות?

(לתומי חשבתי שהיא ע"ש הכתוב את קרבנ"י לחמ"י לאשי ריח ניחוח תשמרו להקריב ל"י במועדו, בכל זאת אשמח לקבל מקור לזה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן: אגב נאך דע גמרא איז כדי צי לערנען תוס׳ דף נ״ט: ד״ה דאי ר׳ מאיר

אמת.

דאס מערסטע איז כדאי צו לערנען בפנים די גמרא אין זבחים דף ל, כי חיים הם למוצאיהם ואותיות מחכימות.

בכלל האבן מיר די סוגיא פון תפוס לשון ראשון דריי מאל אין צעהן בלאט, און יעדעס מאל ווערן נתברר נאך עטליכע פרטים דערוועגן אין א סוגיא מסובכת וענופה בהרבה מקומות בש"ס.

הלוואי זאל איינער טרעפן א גוטן ליקוט דערוועגן ונהי' לו אסיר תודה.
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

מיללער האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה ״עדיין היא מחלוקת ״ פירט רש״י אויס אז הקדים מולין לערלים איז כשר וויבאלד אין שהות לומר שני דברים אין נישט אלטס תפוס לשון ראשון
איז מיר שווער דעלמטס וואס איז די ראיה פין רבא פין מהשוחט את הזבח אז עדיין מחלוקת אין ר׳ מאיר וועט האלטען תפוס לשון ראשון ? דארט איז דאך אויך ווייל אין שהות לומר שני דברים נישט וועגען תפוס לשון ראשון

זעה מהרש"ל בחכמת שלמה וואס לייגט צו בדברי רש"י אז דער אין שהות איז מכריח אז געזאגט האט ער עס קודם און חל איז די ערשטע מכח תפוס לשון ראשון עיי"ש.

שכח מיר וועלן נאך קיקען
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

מיללער האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה אי אפשר לברר
איך פארשטיי נישט פשט אין די צווייטע וועג
וואס הייסט ונמצאת מחשבתו ביטלה למפרע , ביי פיגול קען מען זאגען די זעלבע אויב מען זעט אז ער עסט עס בתוך זמן קען מען זאגען מחשבתו ביטלה, ? אין די זעלבע ביי שחטו שלא לאוכליו אין יאכילנו לראויין קען מען אויך זאגען מחשבתו ביטלה ?

פיגול איז א גזירת הכתוב אז א מחשבת חוץ לזמנו אדער חוץ למקומו פסל'ט דעם קרבן אפי' אויב במציאות גייט ער נישט מוציא זיין מחשבתו מכח אל הפועל.

דא רעדט מען אלס דעם פסול פון שלא לשמו ווען עס איז געמישט מיט לשמו און קאנטראסט צו שלא לאוכליו ווען עס איז געמישט מיט לאוכליו, און איך וויל קלערן וועלכע איז זיין עכטע און עיקר מחשבה.

איז ביי לשמו ושלא לשמו קען איך עס נישט פושט זיין על ידי ברירה למפרע, עס בלייבט שטענדיג אן עירוב מחשבות.

משא"כ ביי שלא לאוכליו אז איך וועל שפעטער עס נישט מאכיל זיין פאר זיי נאר פארקערט שיחזור להם דמיהן וועט זיין הוברר הדבר למפרע אז זיין עיקר מחשבה איז געווען לאוכליו.

אין וואס וועט זיין ביי שחטו שלא לאוכליו אין יאכילנו לראויין קען מען אויך זאגען מחשבתו ביטלה ?
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

מיללער האט געשריבן: בדף סד. זאגט די גמ' בטעמא דרבי יהודה אז אויך דער תמיד של ביהער"ב טאר נישט גע'שחט'ען ווערן על החמץ אז דאס לערנט מען פון 'זבחי - זבח המיוחד לי'.

איך זעה נישט אויפן פלאץ איינער זאל מפרש זיין פארוואס ווערט דער קרבן תמיד אנגערופן דער זבח המיוחד לשמו יתברך מער ווי אלע קרבנות?

(לתומי חשבתי שהיא ע"ש הכתוב את קרבנ"י לחמ"י לאשי ריח ניחוח תשמרו להקריב ל"י במועדו, בכל זאת אשמח לקבל מקור לזה)

פשוט ווייל מען האט עס מקריב געווען יעדע טאג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד,

מברר זיין איז נאר שייך ביי א ספק און א צומישעניש, ווען ער זאגט קלאר "שלא לאוכליו" וואס איז שייך מברר צו זיין למפרע?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: בדף סד. זאגט די גמ' בטעמא דרבי יהודה אז אויך דער תמיד של ביהער"ב טאר נישט גע'שחט'ען ווערן על החמץ אז דאס לערנט מען פון 'זבחי - זבח המיוחד לי'.

איך זעה נישט אויפן פלאץ איינער זאל מפרש זיין פארוואס ווערט דער קרבן תמיד אנגערופן דער זבח המיוחד לשמו יתברך מער ווי אלע קרבנות?

(לתומי חשבתי שהיא ע"ש הכתוב את קרבנ"י לחמ"י לאשי ריח ניחוח תשמרו להקריב ל"י במועדו, בכל זאת אשמח לקבל מקור לזה)

פשוט ווייל מען האט עס מקריב געווען יעדע טאג

וממילא?

חביתי כהן גדול האט מען אויך מקריב געווען טעגליך
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

סתם א קליינע דיוק
סד ע''ב זאגט די גמרא נותנו לחבירו מכאן הולכה שלא ברגל הויא הולכה, למעשה קומט די גמרא צו, ניין, ווייל עס קען זיין נייד פורתא,
שפעטער סוף פרק סה ע''ב פרעגט די גמרא ובהולכת דם היכי הוה אזלי?, ענטפערט די גמרא אז זיי זענען געגאנגען אויף די בענק, פון דא קוקט אויס אז מען איז יא געהעריג געגאנגען, נישט איבערגעגעבן אדער זיך פלען געשאקלט ?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

moshele11211 האט געשריבן: סתם א קליינע דיוק
סד ע''ב זאגט די גמרא נותנו לחבירו מכאן הולכה שלא ברגל הויא הולכה, למעשה קומט די גמרא צו, ניין, ווייל עס קען זיין נייד פורתא,
שפעטער סוף פרק סה ע''ב פרעגט די גמרא ובהולכת דם היכי הוה אזלי?, ענטפערט די גמרא אז זיי זענען געגאנגען אויף די בענק, פון דא קוקט אויס אז מען איז יא געהעריג געגאנגען, נישט איבערגעגעבן אדער זיך פלען געשאקלט ?

ווער זאגט אז די הולכה מיינט אנדערש ווי די הולכה פון נייד פורתא?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
moshele11211 האט געשריבן: סתם א קליינע דיוק
סד ע''ב זאגט די גמרא נותנו לחבירו מכאן הולכה שלא ברגל הויא הולכה, למעשה קומט די גמרא צו, ניין, ווייל עס קען זיין נייד פורתא,
שפעטער סוף פרק סה ע''ב פרעגט די גמרא ובהולכת דם היכי הוה אזלי?, ענטפערט די גמרא אז זיי זענען געגאנגען אויף די בענק, פון דא קוקט אויס אז מען איז יא געהעריג געגאנגען, נישט איבערגעגעבן אדער זיך פלען געשאקלט ?

ווער זאגט אז די הולכה מיינט אנדערש ווי די הולכה פון נייד פורתא?

נייד מיינט זיך געריקט בעצם, אדער נאר געשאקלט? דאס פרעגט ר' משה'לי
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

מיללער האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן: רש״י ד״ה ״עדיין היא מחלוקת ״ פירט רש״י אויס אז הקדים מולין לערלים איז כשר וויבאלד אין שהות לומר שני דברים אין נישט אלטס תפוס לשון ראשון
איז מיר שווער דעלמטס וואס איז די ראיה פין רבא פין מהשוחט את הזבח אז עדיין מחלוקת אין ר׳ מאיר וועט האלטען תפוס לשון ראשון ? דארט איז דאך אויך ווייל אין שהות לומר שני דברים נישט וועגען תפוס לשון ראשון

זעה מהרש"ל בחכמת שלמה וואס לייגט צו בדברי רש"י אז דער אין שהות איז מכריח אז געזאגט האט ער עס קודם און חל איז די ערשטע מכח תפוס לשון ראשון עיי"ש.

איך פארשטיי עס נישט אויב די קענסט זיי עס בסביר
איך זעה עס נישט אין מהרש״ל

אין לויט רבא וואס האלט ר׳ יוסי? עס איז אין שהות לומר שני דברים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: בדף סד. זאגט די גמ' בטעמא דרבי יהודה אז אויך דער תמיד של ביהער"ב טאר נישט גע'שחט'ען ווערן על החמץ אז דאס לערנט מען פון 'זבחי - זבח המיוחד לי'.

איך זעה נישט אויפן פלאץ איינער זאל מפרש זיין פארוואס ווערט דער קרבן תמיד אנגערופן דער זבח המיוחד לשמו יתברך מער ווי אלע קרבנות?

(לתומי חשבתי שהיא ע"ש הכתוב את קרבנ"י לחמ"י לאשי ריח ניחוח תשמרו להקריב ל"י במועדו, בכל זאת אשמח לקבל מקור לזה)

דברי תורה עניים במקו"א וכו' לערנענדיג היינט דף לו. ממסכת סנהדרין איז פארהאן אן ענחיכע לימוד אין די גמרא - מעם מזבחי, מזבחי המיוחד לי ומאי נינהו תמיד' און דא זאגט יא רש"י פארוואס די קרבן תמיד הייסט 'המיוחד לי' ובלשונו: שהוא עיקר כל הקרבנות
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”