מהר"א - מעמד אסיפת פתיחת הזמן לשכונת דברי חיים - זרע קודש - שאגת ארי' יתקיים אי"ה ביום ג ' פרשת אמור הבעל"ט בביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב דסאטמאר שכונת דברי חיים קרית יואל דרשות פתיחת הזמן ע"י הגה"צ אב"ד בית שמואל שליט"א - ישא מדברותיו נואם הכבוד שליט"א, דרשת קביעת עתים ע"י הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל התאחדות אברכים קרית יואל - חברותא דרייוו ע"י גבאי קביעת עתים לתורה אחר המעמד
ווען הייבט זיך אן די קאנסטראקשאן ביי מהר"א שוהל אויף ראוינאק?
דעי וואך האט מען אנגעהויבן די ארבעט צוצולייגן דעם צייטווייליגן אריינגאנג צום ביהמ"ד בית שמואל וואס וועט באנוצט ווערן דורכאויס די ארבעט צו פולקאם פארענדיגן דעם פראכטפולן בית השם. בורא עלם עולם בקנין השלם זה הבנין.
לכבוד תושבי שכונתינו שיחיו: געווענליך פרוביר איך נישט צו שרייבן אין דעם דעזיגנירטן אשכול, נאר איך באגעניגן זיך מיט די קר”י אשכול, היות דעי אשכול רעדט זיך געווענליך פון זמנים לשבת ויו”ט און פעולות פון ujc. אבער דאס רעדט זיך ממש פון אונזער געגנט.
ממש לעצטענס איז געבויעט געווארן א נייע פארק מיטן נאמען ”קינדערלאנד”, וואס איז -לויט די פאפירן- באגריסט געווארן ווארעם דורך די תושבי השכונה, און אני בתוכם, וואס איינע פון די לעצטע נאכמיטאג’ס פון די ימים טובים העעל”ט בין איך אראפגעגאנגען נאך די סעודה צו באזוכן די נייע פארק. הגם, מה לי ול’פארק? נאר שטייענדיג נאך אזויפיל סעודות קע”ה, האב איך געדארפט א שפאציר, קום איך אן דארט, און עס טוט זיך ב”ה לעכטיגע אידישע קינדער שפילן זיך לכבוד יו”ט, בערך 5 - 6 משפחות, אבער צו מיין וואונדער שפילט זיך דארט אויך א גוי’אישע פאמיליע פון שרצים, אויף א אופן ווי דער גוי באקליידעט זיך (נישט) אום זומער רח”ל! און אפגערעדט אז א גויטע דרייט זיך ארום און וואטש”ט אויף איר סמארטפאון ווען הייליגע אידישע קינדער וועלן זיך דארפן צוגעוואוינען צו אזא שרעקליכע מראה, נאכדערצו יו”ט, און דא גייט עס ווערן א עמטליכע שפיל פלאץ פאר די קומענדיגע זומער.. ה”י. פארדעם אליינס וואלט איך זיך נישט באמיעט צו שרייבן דערוועגן.
נעכטן נאכמיטאג אחרון של פסח, זענען מיינע קליינע ברודערס געגאנגען שפילן אין פארק, און אינמיטן קומען זיי וויינען צו מיין מאמע אז א קליינע גוי גראדזשעט אלע קינדער, און א אינגערמאן האט זיך דארט אריינגעמישט און געוואלט אפטיילן צווישן די אידישע קינדער און דעם שרץ, און א נישט אידישע פרוי איז געקומען שרייען אז ער טשעפעט דאס קינד און דאס קינד איז אויטיסטיק וכו’, בקיצור ס’געווארן דארט א מהומה ווען נאך א נישט אידישע פרוי האט זיך אריינגעמישט לטובתה פארשטייט זיך... און ענדליך האט מען זיך פארגליכן, האט מיין מאמע תחי’ שוין געוואלט אפיאגן פונעם שטח מיט די קינדער... פלוצלינג ויבא... א שכן’טע (פארשטייט זיך א נישט אידישע) האט זיך גענומען שרייען פון קעגן איבער צו דעי גוים אז זי האט שוין גערופן פאליציי ווייל זי האט געזעהן ווי דער אינגערמאן האט גאר געשלאגן דעם גוי... בקיצור א בראך... פאליציי איז אנגעקומען און גענומען די פרטים פון דים אינגערמאן... און לאמיר האפן אז דא ענדיגט זיך די מעשה...
בקיצור, אויב מ’וויל קען מען זיך ארויס לערנען פון דעי געשעעניש אז די בלומינגראוו גוים זענען אנטיסעמיטן... אבער איך וויל ארויסברענגען צוויי וויכטיגע נקודות: א. למעשה, האט נישט א איד וואס צו זוכן דארט נישט ברוחניות און נישט בגשמיות. ב. אז אפשר דארף מען פשוט פארשפארן דעם פארק, אדער אויב מען קען נישט ווייל ס’באלאנגט פאר די ווילידזש.. דעמאלטס מען קען שתד’לען צו בויען אויך א פארק אין די אידישע געגנט.. דעיס איז דאך אין די נאז אריין אין די גויאישע געגנט, און קיינער פארשטייט נישט פארוואס.
האטס אלע א פרייליכע זומער!
אפדעיט: די גוים האבן יעצט גערופן דעם אינגערמאן אין קארט פארן שלאגן זייער קינד... דער אינגערמאן האט געפרעגט משה לייב וואס טוט מען דא, און ער האט אים געזאגט צו נעמען א לויער. די לויער בעט אים 2000 דאלער. ידע הציבור ויזהר.
עטרת חייםהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:37 pm
מהר"א - מעמד אסיפת פתיחת הזמן לשכונת דברי חיים - זרע קודש - שאגת ארי' יתקיים אי"ה ביום ג ' פרשת אמור הבעל"ט בביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב דסאטמאר שכונת דברי חיים קרית יואל דרשות פתיחת הזמן ע"י הגה"צ אב"ד בית שמואל שליט"א - ישא מדברותיו נואם הכבוד שליט"א, דרשת קביעת עתים ע"י הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל התאחדות אברכים קרית יואל - חברותא דרייוו ע"י גבאי קביעת עתים לתורה אחר המעמד
פתיחה א.jpgפתיחה ב.jpgפתיחה ג.jpg
מהר"א - סדר המעמד פתיחת הזמן ע"י התאחדות אברכים סניף שכונת דברי חיים - זרע קודש - שאגת ארי' דברי פתיחה ע"י הגה"צ רב בית מדרשינו שליט"א משא הפתיחה ע"י הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א החלטת הפתיחה ע"י הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א מנהל התאחדות אברכים קרית יואל
עטרת חייםהאט געשריבן:↑מאנטאג מאי 13, 2024 10:37 pm

מהר"א - נאכן געלונגענעם מעמד פתיחת הזמן בביהמ"ד בית שמואל, איז געמאלדן געווארן פון התאחדות אברכים קרית יואל איבער די גרינדונג פון א פרישע פליגעלע פון התאחדות אברכים דעזעגנירט ספעציעל פאר די תושבים פון די שכונת דברי חיים, זרע קודש, שאגת אריה. תורת השם תמימה משיבת נפש, טעמו וראו כי טוב
בס"ד איך בין אדורך די שארט קאט פון מאונטען צו קינגסוויל, וואס כידוע איז דארט באהאנגען מיט do not enter סיינס פון אלע זייטן און אויך אפאר אויגעלעך אויף די ביימער, וואס דאס אלעס הענגט אויף דער ערל וואס וואוינט דארט נעבן די קאזניצער רבי, עכ"פ טרעף איך אן דארט דעם ערל וואס וואוינט דארט גיב איך אים א פרעג צו ער האט א פראבלעם אז איך גיי דא אדורך, און איך בין זיך מתנצל אז איך האב נישט קיין קאר וכו', זאגט ער מיך בעצם שטערט אים נישט אז מען וואקט דא ווילאנג מען איז שטיל נאר היות מען אביוזט די סיסטעם דהיינו מענטשן רופן קאר סערוויסעס פאר זיין הויז וכו' ע"כ וויל ער עס אפשפארן אבער ער לייגט צו אז שבת פלאנט ער עס יא צו לאזן אפען, און ער זאגט מיך אז וועגן די מענטשען וואס אביוזען די סיסטעם דארף יעדער ליידן, ע"כ על הציבור להיזהר יש"כ
בס"ד נאך אן ענין אז מען שרייבט שוין יא, וואוינענדיג דא אין בלומינג גראוו און נישט האבענדיג קיין קאר, פיל איך אויף טריט און שריט די נחיצות פון איינאררדענען שארט קאטס און סייט וואלקס , אפילו דאס גייט אויפן חשבון פון שניידן שטח פון יחידים וואס די ווילעדש האט די פולע רעכט דערצו כידוע, הן מדיני תורה הן מחוקי המדינה ( פארשטייט זיך אויף א מענטשליכע אופן פון באצאלן פולע פרייז און בויען invisible Gates ) אפילו פאר די רובה דרובה וואס דרייווען איז עס וויכטיג פאר שבת ויו"ט און פאר די נשים און קינדער, אויף א שטייגער ווי די קרית יואל'ע ווילעדזש האט איינגעפירט און די גאנצע שטאט איז זיך מחי', אזוי אויך וואלט זייער געראטען געווען אז מען זאל ארייצוען די עירוב ביי די שטח המוסדות אויף פארט ווארד דורך גינזאגע פארק אז שבת ויו"ט זאל מען קענען גיין מיט קעריזשעס אריין אין קרית יואל