א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע:ששש.. ס'גילו!!

א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

איכה ישבה בדד?! העיר רבתי עם היתה כאלמנה?! מיט די ווערטער פון ירמי-ה הנביא, וועלכער האט מקונן געווען אויפ'ן שרעקליכן חורבן וואס ער האט צוגעזען מיט זיינע אויגן, נאכן אזוי לאנג שרייען און מוסר זאגן די אידן אז עס וועט קומען א חורבן, מיט די זעלבע ווערטער קלאגן מיר היינט, ווען מיר זעצן זיך אנידער אויף דער ערד אין דעם ביטערן נאכט פון תשעה באב, די נאכט וועלכע איז שוין באשטימט געווארן אלס א בכיה לדורות מיט איבער פיר טויזנט יאר צוריק.

זעצט מען זיך ווידעראמאל אראפ אויף דער ערד. אין בית המדרש איז האלב טינקל, דער גייסט אנידערגעשלאגן, מען ברומט זיך אונטער די ווערטער פון די קינות מיט די באקאנטע טרויערדיגע מעלאדיעס. דא און דארט זעט מען נאך אידן וועלכע כליפען אויפ'ן קול און לאזן טרערן נאכאנאנד. אנדערע זיצן סתם מיט אנידערגעשלאגנקייט און שפירן ווי דער קוואל פון טרערן איז אויסגעטריקענט. דאס הארץ פארקנאקט, דאס לשון פארשטומט און די מוסקלען פארקרעמפט. מען שפירט ווי דער אבל וואס לעכצט כאטש צו קענען וויינען אויף זיין פארלוסט אבער ווי צו להכעיס וויל מער קען טרערן נישט קומען.

מען זאגט איבער די הארצרייסענדע ווערטער פון דעם געטליכן פייטן רבי אליעזר הקליר, מען לאזט א קרעכץ אויף די טרויערדיגע קלאג-רייד פון רבי שלמה אבן גבירול, און מען טרייסט זיך מיט די בעקענדע ווערטער געמישט מיט האפענונג פון דעם גרויסן רבי יהודה הלוי מחבר ספר הכוזרי.

*

מען גייט דורך איין קינה נאכן צווייטן; מען דערמאנט די פילע צרות און מיטמאכענישן וואס עס איז אויף דעם כלל ישראל דורך זינט מיר זענען פארטריבן געווארן מבית חיינו. "גולה אחר גולה גלתה יהודה": אין יעדער גלות, אין יעדער לאנד, אין יעדער תקופה דורכאויס דעם באלד-צוויי-טויזענט-יאריגער גלות, זענען מיר געזיצן אויף דער ערד און זיך אונטערגעברומט אט די זעלבע מעלאדיעס און געטרויערט אויף די כסדר'דיגער המשך פונעם גלות, מיט אירע פרישע יסורים און מיטמאכענישן.

אונטער דעם גרויזאמען אנדרינוס קיסר שחיק טמיא, האט זיך דער דערשראקענער מיטגעמאכטער איד, וועלכער איז אין זיינע יוגענט יארן געווען א לעבעדיגער עדות צו דעם ביטערן חורבן הבית און די מאוימ'דיגע צרות, אנידערגעזעצט אויף דער ערד, ווען ער ציטערט פאר זיין לעבן, צוליב די גזירות השמד וואס יאוועט אין די גאסן.

ער האט נישט געדארפט זאגן דעם 'קינה' פון ''על אלה אני בוכיה'', וואו עס ווערט דערמאנט די גרויזאמע רשעות'דיגע הריגות אויף די ארזי הלבנון, אדירי התורה, די עשרה הריגי מלכות, ווייל ער האט דאס צוגעזען מיט זיינע פליישיגע אויגן. ער האט מיטגעלעבט ווי מען פארכאפט זיינע הייליגע רבי'ס, די הייליגע תנאים, פאר'ן בלויזן חטא פון מפיץ זיין תורה און מסמיך זיין זייערע תלמידים אז די תורה הקדושה זאל האבן אן עקזיסטענץ, און דערנאך האט מען זיי אומגעברענגט מיט די ברוטאל'סטע מיתות משינות, וואס שוידערט נאך ביזן היינטיגן טאג ווען מיר ליינען די קינה.

דער זעלבער אידעלע האט געיאמערט מיט געוויין, סיי ווי אויפ'ן פלאנעט ער איז נאר פארווארפן געווארן; אונטער די רומישע הערשאפט ווי אונטער די פערסישע, אונטער די קריסטליכע בישאפן ווי אונטער די מסולמענער שעיכען. איבעראל האבן זיי געוויינט א פרישער געוויין על עם השם אשר נפלו בחרב, אויף די קדושים וטהורים שמסרו נפשם על קדושת השם.

אין מזרח אייראפע האט דער אידעלע זיך געזעצט צום קינות-זאגן, ווען די אש אין וואס ער האט געטינקן די אייער ביים סעודת המפסקת האט געקענט זיין די אש פון זיינע נאנטסטע וועלכע זענען פארברענט און געהארגעט געווארן מיט די מיתות משונות דורך די פאנאטישע מאסן פון די קרייץ-ציגלער. ווי נאר עס איז געווען א איד פון שפייער ביז מאגענצא ביז ווערמייזא האבן זיי מיטגעלעבט אויף די אייגענע הויט דאס וואס מיר זאגן נאך מיט שרעק עד היום אין די קינה פון "מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי" וואס עס האט מחבר געווען רבי קלונומוס בן יהודה.

מיט א קורצע צייט שפעטער האט דער מהר''ם מרוטנבורג מקונן געווען דעם "שאלי שרופה באש", ווען די אויבי התורה האבן הונדערטער גמרות אריינגעווארפן אין ברענעדיגן פייער. אין קאמפ קעגן דעם איד און זיין באשעפער האבן די רשעים אריינגענומען אויך דעם דריטן רינגל אינעם בונד, דאס איז אונזער הייליגע תורה, דער תורה שבעל פה, וואס איז געווען ווי א דארן אין אויג פאר די העסליכע קירכעס.

אין די טינקעלע קעלערן אין שפאניע האבן זיך ווידער אראפגעזעצט די פארפלאגטע אנוסים מיט פאכעדיגע הערצער ציטערנדיג פון די גרויזאמע אינקוויזיציע און נישט וויסנדיג וואס די קומענדיגע מינוט וועט ברענגען, און געקרעכצט זייער לעבעדיגע קינה אויף זייער חורבן, מיטהאלטנדיג דעם שרעקליכן גירוש ספרד און די טעגליכע פייערונגען, ווען זייערע אידישע ברודער רייכערן און גייען ארויף לעבעדיג אין פלאמען אויפ'ן שייטער-הויפן אויסשרייענדיג מיט שטאלץ דעם 'שמע ישראל', און אויסגייענדיג אויף קידוש שם שמים.

מיט אנגסט אין ציטער האבן דער אידעלע צאפעלדיג געטרויערט אויף דעם חורבן הבית און אויף דעם חורבן פון צענדליגע אידישע קהלות אין די יארן פון ת''ח ות''ט, דורך די טרויעריג-בארימטע קאזאקן בראש פון דעם רשע מרושע כאמעלניצקי ימ''ש, וועלכע האבן אויסגעשאכטן טויזענטער מענער און פרויען, פיצלעך קינדער און יונקי שדים שלא חטאו מיט אלע סארט מיתות משינות.

דאס אומאויפהערליכער געוויין האט פארגעזעצט אונטער די אונטערדריקונג פון די סאדיסטישע פריצים און גראפן, וועלכע זייער גרעסטע שמחה איז געווען זיך צו איזדיעקעווען אויף די אומבאשיצטע אידעלעך. דאס געוויין האט ארויסגעשריגן די מיטמאכענישן פון דעם שה פזורה אונטער די יאך פון בלוט-דארשטיגע גלחים וועלכע האבן אנגעהעצט זייערע אנגהענגער מיט אויסגעטראכטע בלוט-בלבולים וועלכע האבן געפירט צו רשעות'דיגע פאגראמען אדער ביטערע גירושים.

דער 'או לבנים שהגלו מעל שולחן אביהם' האט נישט געדארפט קיין בעסערן משל אין רוסלאנד אונטער דעם רשע צאר ניקאליי, ווען טויזנטער צארטע קינדער וועלכע האבן נישט געוואוסט פון קיין שלעכטס, זענען מיט רשעות פארכאפט געווארן פון די שויס פון זייערע ווארימע עלטערן, צו דינען אלס קאנטאניסטן און זיי פארוואנדלען אין טריקענע, פארשמאכטע גייסטער.

פארשטופט אין די באראקן אין די ארבעט'ס און קאנצעטראציע לאגערן אין אוישוויץ, טרעיזנשטאט, סאביבאר און טראבלינקע, און איבעראל אויף דעם בלוט-דורכגעווייקטן-אייראפעישן קאנטינענט האט דער פארפייניגטער איד אנטבלויזט פון זיין ווארימע פאמיליע, וועלכע זענען נארוואס ארויף מיטן רויעך אין די גאז-קאמערן, געברומט זיין אייגענע קינה.

דער אכזר און אשמדאי פונעם יאר טויזנט אדאלף היטלער ימ''ש האט באוויזן צו פארשאטענען אלע פריערדיגע צרות ומכאובים פונעם עם ישראל, און שאפן א נייעם אפטייטש אויף דעם ביטערן גלות. מיט די ערגסטע פייניגונגס-מיטלען האבן זיי אויסגעלייטערט אידישע נשמות ביזן אפטיילן זייער זעהל פון די פארפייניגטע גופים.

די זעלביגע זאלציגע טרערן האט זיך געגאסן אין דעם נאכט אינעם פראסטיגן סיביר אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג פון דעם טיראן סטאלין ימ''ש, וואו דער גלות איד האט ווידער געקרעכטצט פון זיין פיל פיין, געקעמפט צו אויפציען אידישע דורות, און זיך געשלאגן מיט דעם שרעקליכן שטן פון קאמוניזם.

*

אינעם היינטיגן דור ווען אויסערליך שלאגט מען אונז נישט, מען הארגעט נישט קיין מענטשן אויף די גאסן, אויבנאויפיג לאזט מען אונז ע''פ רוב לעבן ווי אידן, איז אבער די גלות הפרט, די באהלטענע גלות, וואס יעדער שפירט ביי זיך אין הארץ, טיפער און ווייטאגליכער פון סיי וועלכער צייט.

במסתרים תבכה נפשי. אן אינערליכע צער וואס צעפליקט דאס וועזן. די געפיל פון אומזיכערקייט, שרעק, צרות און יללות וואס הערט זיך פון אלע ווינקלען. דאס געוויין פון די שטערבליכע חולים ל''ע וועלכע וואלגערן זיך מיט יסורים און די שפיטעלער; פון די יושבי חושך וצלמות וועלכע זיצן אין פינסטערן טורמע און האבן קיין לעבן נישט; די איינזאמקייט און צעריסנקייט פון יתומים'לעך און יתומות, פון טויטע ווי לעבעדיגע עלטערן, רייסט טיף טיף אין הארץ און ניטאמאל קען מען דאס אנכאפן און אפשאצן.

דאס שטילער געוויין פון פארביטערטע חולי נפש. צווישן זיך און זיך-זעלבסט איז דער אידעלע פארשלאסן און געפאנגען שווימנדיג אין ענדלאזע צער, מען איז געפאנגען אין א שרעקליכער גלות. וואו איז דער צוים? פון וואו קריכט מען ארויס?

עס בוזשעוועט ווינטן פון אסימילאציע, שטורעם-ווינטן פון כפירה און זוהמה, ביטערע נסיונות פון דער ברייטער גאס, יעדער פארעם פון נסיון וואס איז נאר געווען זינט בריאת העולם פארקערפערט אין איין אומשולדיגע כלי. און צו אלעם זענען מיר פארטעמפט: מען שפירט נישט, מען כאפט נישט, עס וויינט זיך נישט, עס ברעכט זיך נישט איבער דער גלייכגילטיגקייט.

לאמיר וויינען אזוי הויעך אז דאס זאל שוין זיין דער ענדגילטיגער געוויין וואס וועט דורכברעכן די לעצטע מויערן! אוי טאטע... עד מתי? איז נאך די ענדע ווייט? מיר קענען נישט מער!... פארקוק אויף אונזערע חטאים! פנה נא אל התלאות ואל לחטאות!

"יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך". מיר זאלן שוין דערלעבן א נקמה אין אלע שונאי ישראל! תבא לפניך אנקת אסיר! מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די לעכטיגע טעג! די טעג וואס וועט אונז מאכן פארגעסן פון אלע פארגאנגענע שלעכטס. די טויזנטער יארן צער וועט אונז אויסקוקן ווי אן אויגן-בליק פון אסאך גוטס. או טאטע!! מהר אהוב כי בא מועד!!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

האמיר שוין מיט וואס צוצוגיין צום טרויעריגן טאג.

א מייסטער ווערק, הערליך און רירנד ביז גאר, וואו נעמט מען אזא שריפט ?
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3901
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

כלל ישראל׳ס היינטיגע פראבלעמען זענען ווי קיינמאל בעפאר, משיח זאל א ודאי קומען ווי פריער.

עניוועי א גרויסן יישר כח, זייער גוט געשריבן.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

בעתו ובזמנו....
זייער רירענד און הארציג
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

פיטום האט געשריבן: בעתו ובזמנו....
זייער רירענד און הארציג
Alien
פה לבנה יצ"ו
המבואר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המבואר »

א מייסטער ווערק, הערליך און רירנד ביז גאר.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך בין ספיעטשלעסס!!
א מעסטערפיעס אין שריפט און געפיל,
א דאנק.
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער זייער צום פונקט ליידער! זאל זיך דער אויבערשטער מרחם זיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

ובנה ירשלים עיר הקודש במהרה בימינו
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

גאר א רייכע שריפט, גלייכי. האסט ערוועקט טרערן אין מיר. גיימיר דאס ארויספרינטען פאר די ב"ב.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

רירנד און הערליך שיין. גיימיר עס אי"ה איבערליינען ערב תשעה באב
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין, נע וואס שיין, הערליך!
באצויבערנדע שריפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אביסעל "געפיעלט", נישט נאר געליינט!

יישר כח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

גאר טיף און שטארק
שכח פארן שרייבן
קענעך שוין צוגיין צום שבת חזון חזון'דיג
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אויסנאם הארציג! יישר כח גלייכגילטיג.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ידיד האט געשריבן: אויסנאם הארציג! יישר כח גלייכגילטיג.
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע:אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

דבר בעתו\בעטו מה טוב, געוואלדיג רייך, הארציג, און באצויבערנד!

נאך אזא מייסטער ווערק פון 'גלייכגילטיג' ווער קען דען אדורכלאזן דעם קינות 'גלייכגילטיג'...

א הארציגן יישר כח!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

:-(:cry:

דאס איז מיין מצב רוח נאכן ליינען דעם ארטיקל
אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע:אטע דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזאטיוו »

גלייכגילטיג האט געשריבן: פארשטופט אין די באראקן אין די ארבעט'ס און קאנצעטראציע לאגערן אין אוישוויץ, טרעיזנשטאט, סאביבאר און טראבלינקע, און איבעראל אויף דעם בלוט-דורכגעווייקטן-אייראפעישן קאנטינענט האט דער פארפייניגטער איד אנטבלויזט פון זיין ווארימע פאמיליע, וועלכע זענען נארוואס ארויף מיטן רויעך אין די גאז-קאמערן, געברומט זיין אייגענע קינה.

דער אכזר און אשמדאי פונעם יאר טויזנט אדאלף היטלער ימ''ש האט באוויזן צו פארשאטענען אלע פריערדיגע צרות ומכאובים פונעם עם ישראל, און שאפן א נייעם אפטייטש אויף דעם ביטערן גלות. מיט די ערגסטע פייניגונגס-מיטלען האבן זיי אויסגעלייטערט אידישע נשמות ביזן אפטיילן זייער זעהל פון די פארפייניגטע גופים.

גלייכגילטיג, כ'בין שפראכלאז, אנע ווערטער.

צו באמערקען, בלויז אט די צוויי שורות אנטהאלטען שוידערליכע השמדות פון מיליאנען הי"ד
ינקום נא לענינו נקמת דם עבדיך השפוך
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ גלייכגילטיג
---
א פדף ווער ס'דארף
אטעטשמענטס
PDF GLIECHGILTIG.pdf
(32.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 406 מאל
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אנפין נהירין
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

שיעור ענין תשעה באב תשע'ג ר בנציון ריגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מי זה?
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

green האט געשריבן: גאר טיף און שטארק
שכח פארן שרייבן
קענעך שוין צוגיין צום שבת חזון חזון'דיג
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך קען נישט בלייבן "גלייכגילטיג" נאך אזא באשרייבונג
וויליאמספעסט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2009 6:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמספעסט »

זאל זיך דער ארטיקל שוין ענדיגן! טאטע מיר ווילן נישט נאך בלוטיגע פאראגראפן! 1948 יאר איז געווען איבער גענוג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”