מיללער האט געשריבן: פון די גמרא בדף פ' ע"א אז ביי מחצה על מחצה כדי שלא יהיה קרב"צ חלוק זאל מען מטמא זיין אחד בטומאת שרץ, אויב לערנט מען אין שוחטין וזורקין בטומאת שרץ, קומט לכאורה אויס לפי שיטה זה, אם רוב ציבור היו טמאי שרץ מאכט מען דעם קרב"פ בטומאה.
למעשה אין פסוק שטייטט שאך נאר "לנפש" און דערפאר איז מען מפיק זבין ומצורעין, נעמט זיך דער דין פון דעם וואס שרץ איז איתקש לטומאת מת פונעם ווארט "וכל" טמא לנפש כדלעיל? אפשר שטייט דאס ערגעץ בפירוש שפעטער.
פון דא איז נישט קיין ראי' אז אויב רוב ציבור איז טמא שרץ מאכט מען עס בטומאה, ווייל איך זאג דאך נאר מ'זאל מטמא זיין איינעם וואס איז טהור און אפילו ער ווערט נישט אריינערעכנט אין די חשבון פון עושי פסח איז דאך נאך אלץ דא א רוב וואס איז טמא.
אין די ארטסקרול גמרא האב איך געזען אז אויף דף ע"ט ווען מ'רעדט אויב די סכין איז טמא געווארען פון א שרץ אז דארטן איז משמע אז אויב רוב ציבור איז טמאי שרץ איז מען עס מקריב בטומאה און אזוי נעמן אן רוב ראשונים.