Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש, קאנאדא
ווינטער נאכט-פארקינג – ענדערונגען צום געזעץ RV-1366 וועגן גאס-שילדן און די באנוץ פון עפנטליכע גאסן
פרעסע מעלדונג / אקטאבער 29, 2024
בּואַזבריאַנד, אקטאבער 29, 2024 — די שטאט בּואַזבריאַנד וויל מעלדן פארן ציבור אז מ'האט געמאכט ענדערונגען צום געזעץ RV-1366 וועגן גאס-שילדן און די באנוץ פון עפנטליכע גאסן, וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכן ספעציעלן ראט זיצונג דעם 24סטן אקטאבער.
לויט דעם געזעץ איז פארבאטן צו פארקירן א קאר אויף די גאסן אינגאנצן, פון דעם 15טן נאוועמבער ביז דעם 15טן אפריל, צווישן מיטלנאכט און 7 פארטאגס, נאר אויב די שטאט געבט ארויס א מעלדונג יענעם טאג וואס ערלויבט דאס.
“דאס וועט זיכער מאכן אז מען קען בעסער רייניגן די גאסן איבעראל אין שטאט און עס וועט אויך פארגרינגערן דעם פארשטאנד פון די רעגולאציעס וועגן נאכט-פארקינג אין ווינטער," האט דערקלערט די מעיאר, קריסטין בעודעט.
ווען די שטאט ערלויבט נאכט-פארקינג, וועט מען עס מעגן לאזן אויף ביידע זייטן פון די גאסן, אויסער אויב די גאס-שילדן ערלויבן עס נישט. אין דערצו דארף מען מער נישט האבן קיין פארקינג סטיקער. פאר די וואס האבן נאך די אלטע סטיקער, מעג מען דאס ארויסווארפן אין די מיסט.
אבער, עס זענען פאראן געוויסע אויסנעמען:
אין די גאסן פון איל דע מאי און איל מעריס, ווי אויך אין די אינדוסטריעלע געגנטן:נאכט-פארקינג איז אלעמאל פארבאטן פאר זיכערהייט אדער פלאץ גרעניצן;
אויף גאסן מיט אינזלען, מיטל-גארטנס אדער וועג פאר ביציקלן:נאכט-פארקינג איז נאר ערלויבט אויף דער זייט וואס איז פארקער פון אינזלען, גארטן אדער ביציקלן וועג.
ווי קען מען וויסן ווען די שטאט ערלויבט נאכט-פארקינג?
- דורך באזוכן די היים בלאַט פון די שטאט וועבזייטל . א מעלדונג וועט ווערן ארויסגעשטעלט יעדן טאג פון 4 נאכמיטאג.
- דורך רופן 450-234-1272. א וואויס מעלדונג וועט ווערן איבערגעגעבן יעדן טאג פון 4 נאכמיטאג.
- קיין טעקסט מעסעדזשעס אדער אימעילס וועלן נישט געשיקט ווערן. יעדער בירגער איז פארפליכטעט זיך צו באקאנט מאכן אויב א מעלדונג צו ערלויבן נאכט-פארקינג איז ארויסגעגעבן געווארן פארן לאזן א קאר אויף א עפנטליכן גאס, אנדערש קען מען באקומען א פארלעצונג טיקעט.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות
we protest!
~ מעלות
we protest!