נייעס און אלעס ארום קרית טאהש, קאנאדא
עס וואוינט דארט אויך דער שריד דור הישן זקן האדמורים. הרב הקדוש מטאהש שליט"א די גרינדער פונעם קרי' נאמנה וואס פארשיינט דעם שטעטל מיט זיין אנוועזנהייט און עס יאווענען זיך אהין טויזענטער אידן מארבע כנפות הארץ טעגליך,מקבל צוזיין ברכתו הק' און צו זעהן זיין פניו פון אזא אויסגעארבעטע איד
דארט קומען כסדר פאר נייעסלעך צו אינעם שטעטל, צו און שטוב פון רבין און אסאך פון זיי קומען נישט אהן ביז אהער און איז ווערד צו וויסן און פאראייביגט ווערן
דער וואונקל וועט איה כסדר ווערן געאפדעיט, און וועט זיין דער פלאץ וואו צו באזיכן בעפאר איינער פלאנירט צו אהינפארן. אויסציגעפינען ניצליכע אינפארמאציע אויף די שטעטל, אויף באזיכן,און אויף די וועגן אהין,
איך וועל זיין גרייט ארויסצוהעלפן אויב איינער האט פראגעס איבערן שטעטל אדער אויף אהינצופארן און איך וועל אויך אי"ה שרייבן נומערן אויב עס וועט זיין א געברויך(וואו למשל פון די ארטיגן אש"ל)
אלזא בעטן מיר סיעתא דשמיא פון אויבן