קנעפעל האט געשריבן:
ר' פרייליך , דורך windows media player , קען מען דאס נישט מאכן? נישט אז איך ווייס ווי אזוי עס צי ניצן דורך ווינדא, אבער עס וועט מיר מאכן גרינגער
ניין אבסאלוט נישט, כווייס נישט צו דו כאפסט דו ריכטיגע אינהאלט פון דיין שאלה , ס'הייסט אזוי ווינדאוס מידיא איז א מייקראסאפט סאפטווער איי-פאד איז דאך א עפל פאבריקאציע, יעצט וויזוי ווילסטו אז עפל מיט מייקראסאפט זאלן קענען לעבן אין פירן פריינטליכע געשפרעכן אינאיינעם, אמת כווייס אז אויף א עפל קאמפיוטער קען מען האבן מייקראסאפט סאפטווער , אבער אויף איי-פאד? די ליבלונג און שטאלץ פון עפל ניין דאס שוין נישט ,
און ווען איך בין געוועהן אין געשעפט פארן זיך איינקויפן דעם עפל, האט מיר טאקע די סעילס פערזאן (סטאר מענטש, אזוי רופט עס מיין יונגעל) דארט, ברם יזכר אותו איש לטובה, דאס ערקלערט בטוטו"ד, די שוועריקייט פון האנדלען מיט איי-פאד, סאיז טאקע סך מאדערנער אין שענער, אין סטייל , אבער סקוממט מיט א שיינע פאהר באגרעניצונגן , למשל אנדערש פון אלע אנדערע קאמפאניס קען מען עפלס איי-פאד נישט נוצן נאר מיט איין קאמפיוטער, ווייל מיט איהם קניפט ער אן א ידודות אין אז ער שפירט אז דו שטעקסט איהם אריין אין א אנדערעםס כלי וועט ער דיך געבן א ווארענונג אז דאס מיינט זיך געט'ן , אין אלס נקמה וועט ער אפמעקן אלע אינפארמאציע וואס דו האסט אנגעקליבן ביז אהין , זאגנדיג, לאזט מיר איבער פארגעס פון דיינע גוטע צייטן מיט מיר, אבער סדא אויף דעם אויך סאפטווערס וואס לאזן יא , אבער דאס קאסט שוין געלט , סדא למדל איי-דאמפ , אויך א פריווער פון עפל , וואס דאס לאזט אויף א לימיטעד פארמאט יא נאכקאפירן פון א איי פאד צו א קאמפיוטער ,
ווייסט אפשר איינער וועלעכע זענען די top rated בעלי דרשנים וואס מען קען אמת'דיג הנאה האבן צו watchen אנליין למשל אויף torahanytime.com א שטייגער ווי ראביי פסח קראון ישר כח
האפענטליך האבן זיי נישט ארויפגעשטעלט די אלטע קאסעטן ווערסיעס אנליין, ווי אויך האפן מיר אז מען הערט נישט צופיל מאל דעם בעקגראונד ווארענונג, ווייל דאס פארגייט נאר די אפעטיט פון צו איינקויפן נאך אן אלבום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קודם די גאנצע סייט איז נאך אינמיטן בויען ס'איז כלל וכלל נישט פערטיג. אפי' מען מאכט שון דעם ארדער ווערט די קארטל נישט גערעכנט, פעיפאל ארבעט נאך בכלל נישט ס'קומט אן צו א טעסט סייט.
אבער דאס רעגיסטערין איז גאר א גוטע זאך, מ'קען מיינען זיי בעטן די סאשול די געבורט טאג... סך הכל נעמען זיי די נאמען אדערעססע און טעלעפאן נומער, אזאך וואס יעדיר מוז נעמען צו קענען רעכנן די קק. + א יאזער נעים און פעסווארד אז נעקסטע מאל זאלסטו נישט דארפן אודך אריינלייגן די אינפא + ווי איינער האט שוין ערווענט צו קענען דאנלאדון די שיעורים נאכאמאל און נאכאמאל.