ר' ישכר בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב - כ"ו אב תרפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

פאלגענד האט מיר אריינגעשיקט ידידי ש"ב מו"ה שליט"א:

בנוגע לשאלתך יחוס האהל תורה למשפחת שליסל, הנני בזה מה שיש אתי בכתובים

דאס איז זיכער אז דער אהל תורה'ס מאמע איז געווען א שליסל, כמפורש יוצא פון איינע פון זיינע בריוון ואכמ"ל, און דאס איז אויך זיכער אז זי איז נישט געווען א טאכטער פון ר' משה יהודה שליסל, ווייל דאס שטימט נישט לויט די סדר השנים, אזוי אויך האט דער אהל תורה געהאט א עלטערער ברודער ר' משה צבי זצ"ל וואס איז געבוירן תרט"ו, בחיים חיותו פון ר' משה יודא.

זאת ועוד, ווייל אויב איז ר' אשר זעליג געווען אן איידעם ביי ר' משה יודא, קומט אויס אז ר' דוד שליסל ראב"ד מונקאטש איז געווען א פעטער פאר דעם אהל תורה, וזאת לא שמענו מעולם.

וואס איז יא דא חוקר צו זיין אויב איז חנה גיטל - פרוי פון ר' אשר זעליג און מוטער פון אהל תורה - געווען א טאכטער פון ר' נטע שלמה שליסל דער פאטער פון ר' משה יודא, אבער דאס שטימט אויך נישט, ווייל אין די רשימות פון טורנא, זעט מען אז אין יאר תרט"ו איז נפטר געווארן א מיידל "חנה" א טאכטער פון ר' נטע שלמה, אין עלטער פון אכט יאר, דאס הייסט אז זי איז געבוירן כאטש שנת תר"ז, און אין דעם זעלבן יאר האט שוין "חנה גיטל" די ווייב פון ר' אשר זעליג געבוירן איר זון ר' משה צבי. (ר' אשר זעליג איז געבוירן שנת תק"צ און זיין פרוי איז אויך געווען אין זעלבן יארגאנג)

אויך זעט מען אין די רשימות פון דזיקוב, אז חנה גיטל די פרוי פון ר' אשר זעליג איז געבוירן אין "דזיקוב" און ר' נטע שלמה שליסל האט געוואוינט אין טארנא (וראי' זו יש לדחות קצת).

פון דעם זענען מיר געקומען צו די מסקנא, אז דער אהל תורה שטאמט נישט פון ר' יאסקי קדוש דורך ר' משה יהודה און זיין פאטער ר' נטע שלמה.

פון וועמען יא?

ר' נטע שלמה שליסל האט געהאט א ברודער אין דזיקוב, מיט'ן נאמען ר' אלכסנדר זיסל, וואס ער איז געווען דער חזן און ראש הקהל אין דזיקוב, ער איז געבוירן אין שנת תק"ס, [געהאט א זון אברהם אין יאר תק"פ, נאך א קינד אין יאר תקפ"ג], און לפי דעתי, איז חנה גיטל די מוטער פון אהל תורה געווען א טאכטער פון ר' אלכסנדר זיסל

זאת ועוד: שמעתי פון הרה"ח ר' משה לייב וויינבערגער ז"ל (ראצפערט - ניו יארק - קרית טאהש), ב"ר דניאל בן רבקה בריינדל בת ר' נטע שלמה, אז ביי זיי האט מען אלץ געוואוסט אז משפחת לויפער זענען אייניקלעך פון זייער פעטער ר' אלכסנדר זיסל. דאס הייסט אז זיי האבן בכלל נישט מייחס געווען דעם אהל תורה אלץ א פעטער.

עוד כדמות ראי': ר' אשר זעליג ומשפחתו זענען געווען פייערדיגע חסידים פון ר' אליעזר מדזיקוב, האמרי נועם, והעטרת ישועה, דאס מאכט גוט אויס אויב ר' אשר זעליג איז געווען אן איידעם ביי ר' אלכסנדר זיסל, וואס איז געווען א חסיד פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע און בהשתדלותו האט מען געברענגט זיין זון ר' אליעזר אלץ רב אין דזיקוב כידוע, משא"כ ר' נטע שלמה ומשפחתו זענען נישט געווען אזוי באקאנט אלץ חסידי דזיקוב, מער אלץ חסידי צאנז

ידעתי אז דאס וועט זיין א דבר חדש פאר די משפחה, און אויך קשה לקבל, אבער לכאורה זעט דאס אויס די מערסטע אמת'דיג, און אדרבה מי שיש בידו להשיב בדברים מוכיחים וברורים יתקבל בתשואות חן

ע"כ מדברי ידידי החשוב חוקר היוחסין שליט"א ודפח"ח
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חכם לב האט געשריבן: פאלגענד האט מיר אריינגעשיקט ידידי ש"ב מו"ה שליט"א:

תודה רבה אבל למה כתבת "קשה לקבל"?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

קשה לקבל פארלירנדיג א יחוס וואס מאנכע זענען צוגעקלעבט דערצו...
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: תשובה להדיין מדזיקוב בשו"ת כוכב מיעקב, ח"ב סי' ח

[שם המשפחה נקרא מקודם "לייפער" ובצוק העתים נשתנה ל"לויפער"]

די ערשטע מאל וואס איך געגען אן א'לייפער נישט קיין נאדווערנא אייניקל.

מידידי החשוב הנ"ל:

שם המשפחה איז אלעמאל געווען לויפער און קיינמאל לייפער, סיי אין די רשימות העיר דזיקוב ווערט דארט אנגעגעבן laufer און נישט leifer שוין אזוי פרי ווי יאר תקע"ה און אזוי ווייטער ביז צום קריג
די משפחה איז זייער גרויס געווען אין דזיקוב, און אלע האבן זיך גערופן לויפער, דער "איינציגער" וואס האט זיך גערופן "לייפער" איז געווען דער אהל תורה, אלע זיינע פיר זון ר' רפאל, ר' יושע, ר' שלום, ר' שמעון האבן זיך גערופן לויפער נאך בחיים חיותו.

שמעתי פעם שהעטרת ישועה האט אים אזוי גערופן, דערפאר האט זיך דער אהל תורה משתמש געווען בלשון רבו המובהק ביי וועמען אין שטוב ער האט זיך געדרייט פון די דרייצן יאר און געלערנט פון אים כל תורתו וחכמתו.

עכ"ד
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חכם לב האט געשריבן: קשה לקבל פארלירנדיג א יחוס וואס מאנכע זענען צוגעקלעבט דערצו...

אבל למעשה הלויפערס הם נכדי רבי יוסקי קדוש ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

הכוונה על איבוד היחוס של ר' נטע שלמה שחוטר מגזע המשנת דר' עקיבא ועוד
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע:ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

א גרויסן ש'כח ר' חכם לב פאר'ן מעתיק זיין דעם בריוו
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי שמואל וואלף לויפער מדזיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מנו"כ בלאנדאן - היה אחיו של רבי אשר זעליג אבי האחים רבי משה צבי ורבי בעריש דומ"ץ
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

dovidal האט געשריבן: מנו"כ בלאנדאן - היה אחיו של רבי אשר זעליג אבי האחים רבי משה צבי ורבי בעריש דומ"ץ

אם יש למע"כ תמונה ממצבתו נא להעלות כאן
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובה דורך איטשע »

פון די דזיקובער מעטריקעל שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע:

[אשר] זעליג לויפער האט געוואינט אין דזיקוב, אין הויז נומער 330.
ער איז געבוירן תק״צ, אזוי אויך זיין פרוי חנה
אינען צענזוס פון יארע 1880, ווערן דערמאנט 3 קינדער:

פריווא, געבוירן תרכ״ב
חיה געב. תרכ״ה
בערל געב. תרל״א

פריווא ווערט שפעטער דעראמנט אלס פריווא [אשת אביגדור] הערינגפאס
חי׳ ווערט דערמאנט אלס חיה שינדל, אבער כ׳קען נישט געפונען איר פארהייראטעטע נאמען

פריווא האט געהאט א טאכטער, מיט׳ן נאמען ״ברכה״, זעהט אויס אז ס׳איז דאך א משפחה נאמען.

דא ווערט עס אינטערסאנט, אין די נישט ווייטע מעליץ, געפונען מיר א רעקאדר פון איינעם יודא הירש קעללער, געב. תרל״ט, קארגע 8 יאר נאך ר׳ בעריש, ער ווערט פארצייכענט אלס א זוהן פון זעליג לויפער און חנה ״קעללער״!
איז עס א ברודער פון ר׳ בעריש? איז געווען צוויי משפחות זעליג און חנה לויפער?
לכאורה איז עס פון א צווייטער משפחה, וועל וון יא, וואלט ער געדארפט דערמאנט ווערן אין די 1880 צענזוס, וואס איז פארגעקומען א יאר נאך זיין געבורט!

לאמיר ווייטער בליקן איבער די ארכיוון, און זעהן וואס מען קען נאשן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אגב. אויפ׳ן ארגינעלן שער ס׳ אהל תורה, און אין זיין אייגענע חתימה, לייגט ער אויס זיין נאמען לייפער, מיט צוויי י׳.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נאך אביסעל פרטים:

ר׳ בעריש׳ס פרוי איז געווען זעלא מחלה, זי איז אומגעקומען י״ז סיון תש״ד.
זי איז געוועזן א טאכטער פון משה און דבורה בעק.

סאיז משמע אז דער משה ביק איז געווען פון טשעטש
ווייל ס׳איז דא א רעקארד פון זעלדא׳ס טאכטער ׳שפרה׳ געב. תרנ״ט, ווי ס׳איז אנגעצייכנט אט די דערמאנטע אינפארמאציע.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווי דערמאנט איז חנה געב. תק״צ.

איר אנגעבליכע פאטער ר׳ משה יהודה, איז געבוירן תקצ״ו, אזוי שטייט אין ס׳ נטע שעשעוים איז ער געווען א מער ווי 80 ביי זיי פטירה תרע״ו.
ווידער אין טארנא מעטריקעל שטייט איז ר׳ נטע שלמה איז געבוירן תק״פ.

חנה איז שוין געווען 6 יאר אלט ווען איר ״אנגעבליכער פאטער״ איז געבוירן!
ר׳ נטע שלמה איז געווען א קארגע 10 יאר אלט, ווער זיין ״אנגעבליכער״ אייניקל איז עם געבוירן!!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פונעם יזכור בוך:
אטעטשמענטס
getimg.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פון דער אביגדור הערינגפאס, איז פארבליבן אמווייניגסטנס איין אייניקל איינעם וואס גייט מיט׳ן נאמען מאיר ארזי, זעהט דא:
בילד
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳זעה איז ר׳ בעריש׳ס ברודער ר׳ משה הירש, איז אויך געווען אן איידעם ביי א שליססעל.
און זיין פרוי האט אויך געהייסן ״זעלדא״!
זיין פרוי האט געהייסן זעלדא לאה, א טאכטער פון שלום און פרידא שליססעל .
שישא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

איטשע האט געשריבן: פונעם יזכור בוך:

אינטערסאט אז נאכן שטודירן דעם שטאט דזיקוב, ווייסט ער גארנישט איבער זיין דיינות אין דזיקוב,
אין יזכור בוך האט ער אויך א מדובר איבער די דיינים, און כמובן רעכנט ער נישט אויס ר' ישכר בעריש.
נאר ווי דערמאט פריער איז דאס גאנצע דיינות נולד געווארן ערשט לאחר המלחמה
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

איטשע האט געשריבן: נאך אביסעל פרטים:

סאיז משמע אז דער משה ביק איז געווען פון טשעטש

טשיטש, א שטעטל נעבן רישא
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

איטשע האט געשריבן: ווי דערמאנט איז חנה געב. תק״צ.

איר אנגעבליכע פאטער ר׳ משה יהודה, איז געבוירן תקצ״ו, אזוי שטייט אין ס׳ נטע שעשעוים איז ער געווען א מער ווי 80 ביי זיי פטירה תרע״ו.
ווידער אין טארנא מעטריקעל שטייט איז ר׳ נטע שלמה איז געבוירן תק״פ.

חנה איז שוין געווען 6 יאר אלט ווען איר ״אנגעבליכער פאטער״ איז געבוירן!
ר׳ נטע שלמה איז געווען א קארגע 10 יאר אלט, ווער זיין ״אנגעבליכער״ אייניקל איז עם געבוירן!!

viewtopic.php?p=1139730#p1139730
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אכן
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יציב פתגם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן: מנו"כ בלאנדאן - היה אחיו של רבי אשר זעליג אבי האחים רבי משה צבי ורבי בעריש דומ"ץ

אם יש למע"כ תמונה ממצבתו נא להעלות כאן

איך האב א בילד פון אים "ט מוראדיגע צורה" אבער עס גייט ניט ארויף צוליב די וואג
ער ליגט אין לאנדאן EDMOUNT CEMETERY ==ער איז אוועק זוממער תמוז תרפ"ו -- חתנו היה ש"ב רבי געציל בן רבי אשר לעמעל לויפער
רבי געציל בערגער ז"ל האט אים נאך געקענט זייענדיג אין לאנדאן שוין אין יענע יארן
בנו רבי מענדיל ע"ה בן רבי געציל נולד בלאנדאן תרפ"ח
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום דינסטאג מאי 24, 2016 2:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

איטשע האט געשריבן: פון דער אביגדור הערינגפאס, איז פארבליבן אמווייניגסטנס איין אייניקל איינעם וואס גייט מיט׳ן נאמען מאיר ארזי, זעהט דא:
בילד

זעט מען דא אז ר' אביגדור חתן ר' אשר זעליג האט געהאט א זון מיטן נאמען זיסל דאס פארשטארקט די מיינונג פון ידידי הנ"ל אז די משפחה זענען נכדי ר' זיסל שליסל און נישט פון ר' משה יודא
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איטשע האט געשריבן: פון די דזיקובער מעטריקעל שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע:

[אשר] זעליג לויפער האט געוואינט אין דזיקוב, אין הויז נומער 330.
ער איז געבוירן תק״צ, אזוי אויך זיין פרוי חנה
אינען צענזוס פון יארע 1880, ווערן דערמאנט 3 קינדער:

פריווא, געבוירן תרכ״ב
חיה געב. תרכ״ה
בערל געב. תרל״א

פריווא ווערט שפעטער דעראמנט אלס פריווא [אשת אביגדור] הערינגפאס
חי׳ ווערט דערמאנט אלס חיה שינדל, אבער כ׳קען נישט געפונען איר פארהייראטעטע נאמען

פריווא האט געהאט א טאכטער, מיט׳ן נאמען ״ברכה״, זעהט אויס אז ס׳איז דאך א משפחה נאמען.

דא ווערט עס אינטערסאנט, אין די נישט ווייטע מעליץ, געפונען מיר א רעקאדר פון איינעם יודא הירש קעללער, געב. תרל״ט, קארגע 8 יאר נאך ר׳ בעריש, ער ווערט פארצייכענט אלס א זוהן פון זעליג לויפער און חנה ״קעללער״!
איז עס א ברודער פון ר׳ בעריש? איז געווען צוויי משפחות זעליג און חנה לויפער?
לכאורה איז עס פון א צווייטער משפחה, וועל וון יא, וואלט ער געדארפט דערמאנט ווערן אין די 1880 צענזוס, וואס איז פארגעקומען א יאר נאך זיין געבורט!

לאמיר ווייטער בליקן איבער די ארכיוון, און זעהן וואס מען קען נאשן.

חיה האט חתונה געהאט מיט רבי יצחק פארבמאן יליד דזיקוב חתנו היה ישראל שטיינהארט שהיה גר אח"כ בברייטאן ביטש ויש לו שני ילדים שעדיין בחיים לאויט"א
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

באקומען דעם אימעל היינט פון איינע וואס וויל וויסען מער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

Yes I have a photo of Shmuel Wolf. It was sent to me by somebody who traced me through the Jewish Gen Website in 2005. He lives in Modin and his wife's family is descended from Shmuel Wolf. The name is Ikowitz He said somebody called Shissel was related to Barucha Berger and now I know, it says Chana Laufer was daughter of Shissel. He said the man had a relatives in Bnei Brak I have another small photo too who I am sure is Shmuel Wolf. My mother remembered him

He also gave me the census list of Dzikov in about 1880 and three Laufer families lived next door. Getsel's father Asher Lemel lived next door to Shmuel Wolf.

You said Getsel was NOT a brother of Moshe Zvi but it clearly says on the headstone he was the son of Asher Lemel and Chana Laufer was the wife of Asher Lemel. My mother remembered her. She is buried in Edmonton near Getsel's wife Bleemah. Shmuel Wolf is buried in Edmonton near Getsel. Edmonton Jewish Cemetery North London.

You said your great grandfather was Asher Zelig, is that Asher Lemel as it says Asher (Lemel) Zelig Laufer or a Zelig Laufer lived in the third house. whose wife was Hanna and children Priwa, Chaja and Berl and Chaja had a children called Nissen and Rachela and Priywa had a child called Rivka .

My mother's sister had the name Priva or Pheobe in English so they must be all related. There are lot of descendants from Shmuel Wolf but I am not in touch with them but I know their names if want it.

Do you know the brother who went to America instead of London.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

New Picture (3).jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”