משפחת קעסטענבוים מט. אוילאק ומאקאווע
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איו מאקעוועאיז דא א אהל און דארט ליגט איינער הרה"ח ר' שמאול קעסטענבויםווייסט איינער עפעס מער פון אים איז ער געוועזן א רב וכדומה ?פארוואס האט ער א אהל ?האט ער געהאט קינדער אייניקלעך ?
איך גלייב האט געשריבן: איו מאקעוועאיז דא א אהל און דארט ליגט איינער הרה"ח ר' שמאול קעסטענבויםווייסט איינער עפעס מער פון אים איז ער געוועזן א רב וכדומה ?פארוואס האט ער א אהל ?האט ער געהאט קינדער אייניקלעך ?
געווען באשריבן נישט לאנג צוריק אין "אוצרות" דורך זיין טאכטער תבדלחט"א מרת וויינבערגער הי"ו.
ער איז געווען א שו"ב און נאך די קריג איז ער געווען דער אומאפיציעלער שיינער איד אין מאקאווא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר די בחורים פליטי השואה, ביז ער איז פלוצים אוועק דארט אין מאקאווא, מ'האט אים געלייגט הארט נעבן דעם אהל פון מאקאווא רב הרב פארהאנד, לימים האט מען געמאכט א שטיקל אהל מיט זיינע סוכה ברעטערע, און לעצטענס וועט די פארהאנד משפחה האט איבערגעבויעט דעם אהל, האט מען צוגעבויעט א קליינעם אהל'כל לכבודו.
ער האט א ריזן משפחה, דריי טעכטער לעבן נאך, צו לאנגע געזונטע יארן, און ער האט געהאט עטליכע גאר חשוב'ע זון שכבר שחל"ח; ר' אהרן צבי, ר' חיים ברוך און ר' משה עליהם השלום
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן: קעסטענבוים דער שוחט אין בודאפעסט איז ממשפחתו?
יא
ר' אהרן צבי קעסטנבוים שו"ב בן ר' שמואל דוד שו"ב מוויען ז"ל בן הגאון ר' אהרן צבי קעסטנבוים ז"ל-הי"ד דומ"ץ טיסא-אוילאק אחיו של רבי שמואל קעסטנבוים ז"ל ממאקאווא בני ר' אברהם יעקב קעסטנבוים ע"ה שו"ב בט. אוילאק חתנו של הרה"ק רבי אהרן צבי טויב מבריד זצ"ל
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
משתוקק האט געשריבן: איך מיין אז מען האט אים געריפען ר' שמואל פייער, איינער ווייסט די סיבה?
ער האט קודם געוואונט אין ברעזנא דארט האט זיין שווער הרה"ח ר' אייזיק וויינבערגער ז"ל-הי"ד משמש געווען אלס שו"ב, ביי די ערשטע קריג האט ער זיך געדארפט ארויסדרייען פון מיליטער האט ער געטוישט זיינע שריפטן צו 'פייער' און איז אנטלאפן קעין מאקאווא וואו עס האבן געוואונט די רובינשטיין משפחה, משפחה פון זיין שוויגער.
דער נאמען 'פייער' האט אים זייער געפאסט זייענדיג א שטיק פייער, אן אש קודש, חסיד אדוק לרבו הגה"ק בעל מנח"א זצ"ל ממילא איז ער פארבליבן באקאנט אלס 'ר' שמואל פייער'.
- אוהב ספרים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
מיללער האט געשריבן: ער איז געווען א שו"ב און נאך די קריג איז ער געווען דער אומאפיציעלער שיינער איד אין מאקאווא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר די בחורים פליטי השואה, ביז ער איז פלוצים אוועק דארט אין מאקאווא, מ'האט אים געלייגט הארט נעבן דעם אהל פון מאקאווא רב הרב פארהאנד
ער איז געווען שו"ב תחת כהונתו של הגה"ק רבי משה נתן נטע לעמבערגער זי"ע אב"ד מאקאווא בעל מחבר ספרי עטרת משה, וואס האט מכהן פאר געווען אין מאקאווא עד חורף תשי"ב ווען ער האט עולה געווען לשכון כבוד בארצנו הקדושה. פארדעם איז ער געווען דומ"ץ מאקאווא נאך די פטירת פון הגה"צ רבי חיים יהודא דייטש זצ"ל בעל אהבת חיים ועוד ספרים
הגה"צ הנ"ל איז געווען ממלא מקום חו"ז הגה"ק רבי משה פארהאנד זי"ע בעל מחבר ספרי אהל משה
- אוהב ספרים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
מיללער האט געשריבן:משתוקק האט געשריבן: איך מיין אז מען האט אים געריפען ר' שמואל פייער, איינער ווייסט די סיבה?
ער האט קודם געוואונט אין ברעזנא דארט האט זיין שווער הרה"ח ר' אייזיק וויינבערגער ז"ל-הי"ד משמש געווען אלס שו"ב, ביי די ערשטע קריג האט ער זיך געדארפט ארויסדרייען פון מיליטער האט ער געטוישט זיינע שריפטן צו 'פייער' און איז אנטלאפן קעין מאקאווא וואו עס האבן געוואונט די רובינשטיין משפחה, משפחה פון זיין שוויגער.
דער נאמען 'פייער' האט אים זייער געפאסט זייענדיג א שטיק פייער, אן אש קודש, חסיד אדוק לרבו הגה"ק בעל מנח"א זצ"ל ממילא איז ער פארבליבן באקאנט אלס 'ר' שמואל פייער'.
לידיעתי האט מען איהם גערופען פייער ווייל ער איז געווען א שטיק פייער זיין דאווענען זיין לערנען וכו'
מען האט געזאגט א ווערטעל ווען ער האט זעך משדך געווען מיט דעם שאפראנער רב ז"ל, ער פלעגט אייביג זאגען א פחד דער הייליגער רב, און אזוי אויכעט דער שאפראנער רב, פון יעצט וועט זיין פחד פחדים
משתוקק האט געשריבן: ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?
א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).
דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד וואס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.
(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)
מיללער האט געשריבן:משתוקק האט געשריבן: ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?
א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).
דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד ווכס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.
(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)
שמעתי אז ר' דוד איז געווען א ברודערפון ר' מרדכי גימפל
איך גלייב האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:משתוקק האט געשריבן: ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?
א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).
דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד ווכס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.
(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)
שמעתי אז ר' דוד איז געווען א ברודערפון ר' מרדכי גימפל
קען זיין, איך האב געשריבן פון זכרון.
וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פוןר' מרדכי גימפל און ר' דוד?
viewtopic.php?p=818288#p818288
viewtopic.php?p=881865#p881865
viewtopic.php?p=881870#p881870
מצבות שטעלער האט געשריבן: 1234
ר' אהרן צבי ב"ר שמואל קעסטענבוים - ד' אלול תשנ"ט
1224
viewtopic.php?p=881865#p881865
מצבות שטעלער האט געשריבן: 1871
ר' חיים ברוך ב"ר שמואל קעסטענבוים - י"ב אדר א' תשס"ח
2839
viewtopic.php?p=881870#p881870
מצבות שטעלער האט געשריבן: 1875
ר' משה ב"ר שמואל קעסטענבוים - ט"ו טבת תשס"ט
2939
מיללער האט געשריבן: וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פוןר' מרדכי גימפל און ר' דוד?
כבר נשתברו הרבה........ על זה די ארגענעזאציע אבותינו האט געהאט פארשפרייט א לאנגע צייט צוריק אז זיי האבן געטראפן די מצבה פון ר' מרדכי גימפל אין עססען למעשה איז עס נישט די ריכטיגע ווייל עס שטומט נישט מיט די יארן הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים נכד ר' דוד קעסטענבוים אחי ר' גימפל האט געהאט צוגעזאגט 10,000 פאר עס קען געוואיר ווערן מיט א ברירות די עלטערן פון ר' מרדכי גימפל און ר' דוד ביז דער ווייל לפי ידיעתי איז מען נאך נישט געוואיר געווארן עכ"פ ווער עס וויל מאכן געלט קען זיך אריין לאזן דערין
מיללער האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן: קעסטענבוים דער שוחט אין בודאפעסט איז ממשפחתו?
יא
ר' אהרן צבי קעסטנבוים שו"ב בן ר' שמואל דוד שו"ב מוויען ז"ל בן הגאון ר' אהרן צבי קעסטנבוים ז"ל-הי"ד דומ"ץ טיסא-אוילאק אחיו של רבי שמואל קעסטנבוים ז"ל ממאקאווא בני ר' אברהם יעקב קעסטנבוים ע"ה שו"ב בט. אוילאקחתנו של הרה"ק רבי אהרן צבי טויב מבריד זצ"ל
מציבת הרה"ח ר' אברהם יעקב שו"ב קעסטנבוים בטיסא-אוילאק