ווינדאוס Windows 10 - 10

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

ווינדאוס Windows 10 - 10

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לויט ווי עס הייסט יעצט, וועט מייקראסאפט ארויסשטעלן די נייע אפערעטינג סיסטעם "ווינדאוס 9" סעפטעמבער 30. די אפערעטיג סיסטעם וואס איז די נאכפאלגער פון ווינדאוס 8 און ווינדאוס 8.1 טראגט די קאוד נאמען "טרעשהאולד".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

זאגן זיי שוין וואספארא חידושים דאס וועט ענהאלטן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: לויט ווי עס הייסט יעצט, וועט מייקראסאפט ארויסשטעלן די נייע אפערעטינג סיסטעם "ווינדאוס 9" סעפטעמבער 30. די אפערעטיג סיסטעם וואס איז די נאכפאלגער פון ווינדאוס 8 און ווינדאוס 8.1 טראגט די קאוד נאמען "טרעשהאולד".

זינט ווען גיבט מייקראסאפט נעמען פאר זייערע אפערעיטינג סיסטעם?! כ'האב מורא אז עפל גייט קלאגן...:wink:
אסותא האט געשריבן: זאגן זיי שוין וואספארא חידושים דאס וועט ענהאלטן?

שטייצעך אז זיי זאגן גארנישטף רומערס זענען שוין דא א געוואלד.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

וואס זענען די רומערס? עפעס גרויסע חידושים?
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

סימפל, זיי גייען צוריק צו 7... דזאסט קידינג

לאמיר האפן זיי וועלן אהערשטעלן עפעס נארמאל, די 8 איז דאך צודרייט צו ווערן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

בילד

Windows 9 will include both the Start menu as well as the ability to run Metro apps on the desktop—two key features designed to woo Windows 8 haters and make the OS play nice with PCs again.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נעכטן האט דער דייטשער בלאג WinFuture ארויסגעשטעלט א ווידיאו אין וועלכער מען זעט אביסל דער באנוץ פון דער סטארט מעניו פון - לויט זיי - דער טעקניקעל פריוויאו פון ווינדאוס טרעשהאלד.

מען זעט אויכעט אז עס איז דא אן אפציע צו טוישן צו דער ווינדאוס 8 מעטראו-עפפס סטארט מעניו.

דא איז דער ווידיאו אויף קאפי:
https://copy.com/HJJIQbQmB6xV
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לויט א רומער וואס עס האט ארויסגעגעבן א רוסישע ליקער באקאנט אלץ WZOR, האבן שוין עטליכע אין די פרעסע באקומען א קאפי פון דער ווינדאוס טרעשהאלד, אבער זיי זענען אנגעזאגט געווארן עס צו האלטן בסוד ביז סעפטעמבער 30 ווען מייקראסאפט גייט אפהאלטן אן איווענט וואו מען וועט עס אנאנסירן.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לויט באריכטען, וועט ווינדאויס 9 זיין פריי פון אפצאל פאר אלע ווינדאוס 8 באנוצער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ווערעך שוין פריילעך, קענט וועיט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

​חחח אונז - און יעדער - שרייבן שוין א שטיקל צייט איבער עפעס א ווינדאוס 9, אבער מייקראסאפט האט אונז אויסגעשפילט... דער נייער ווינדאוס - וואס הייסט איז אנאנסירט געווארן דער טעקניקל פריוויאו דערפון - איז א נאמען געגעבן ווינדאוס 10, ווארשיינדליך צוליב א פרואוו פון מייקראסאפט ארויסצואווייזן מער פרישקייט און התחדשות [איי דאס איז דאך געווען דער פראבלעם ביים אכטער, נו שוין...]. מען קען טוישן דער קעפל.


גראדע האבן זיי א היבשע פאר זאכן וואס זענען נישט געווען אין די רומערס אדער ליעקס, לאמיר שרייבן וואס איך האב באמערקט:

דער קאנצעפט דא איז געווען ווי איין העדליין זאגט "Windows 10 tries blending new with familiar", זיי האבן גענומען אסאך פיינע זאכן פון ווינדאוס אכט אבער עס געמאכט באקוועם און באקאנט פאר די ווינדאוס 7 באנוצער און פענס, און ווי עס קוקט אויס פון דער ערשטער בליק האבן זיי געמאכט א פיינע ארבעט, איך פערסענלי וואלט נישט געטוישט צו ווינדאוס 8 אבער צו דאס מסתם יא.

בראש וראשון איז אונזער באליבטער סטארט מעניו! זיי האבן עס צוריקגעמאכט ממש ווי אמאל זעענדיג דער ציבור'ס אנגעהאנגענקייט דערין, נאר צוגעלייגט אפאר הוספות. קודם כל האבן זיי צוגעלייגט 'לייוו טייעלס' אינדערזייט דערפון וועלכע קוקן אויס עפעס אזויווי די ווינדאוס 8 סטארט-מעניו מעטראו עפפס טייעלס, מען קען צולייגן די באליבטע עפפס און פראגראמען, און מען קען גרעסער קלענער העכער און ברייטער מאכן סיי די עפפס און סיי דער סטארט-מעניו.

דערנאך האבן זיי צוריקגעלייגט דער ווינדאוס 7 סערטש אין דער סטארט-מעניו, אנדערש ווי אין ווינדאוס 8 ווען די סערטש רעזולטאטן זענען ארויפגעקומען אפגעטיילט פער קאטעגאריע און מען האט געדארפט דריקן אויפן קאטעגאריע צו זען די רעזולטאטן פון יענע קאטעגאריע. זיי האבן אויכעט צוגעלייגט נאך א קנעפל נעבן דער סטארט-מעניו וואס פירט גראד צום סערטש אן דארפן אריינגיין צום סטארט-מעניו. נאך א זאך וואס זיי האבן צוגעלייגט אין דער סערטש איז אז אונטער די לאקאלע רעזולטאטן וועט אויכעט ארויפקומען וועב-סערטש רעזולטאטן.

וואס נאך?... אה, די ווינדאוס עפפס וואס מען דאונלאודט פון דער עפפ סטאר, וועלכע פלעגן זיך ביז היינט עפענען אויפן פולער סקרין און מען האט עס נישט געקענט פארקלענערן אדער זען דער טעסק-באר וועלן אין ווינדאוס 10 ביהיווען ווי געהעריגע פראגראמען עס וועט ליגן אויפן דעקסטאפ און מען ווען קענען פארגרעסערן און פארקלענערן וכדו'.

נאך א קנעפל וואס זיי האבן צוגעקלעבט דארט אונטן לינקס נעבן דער סטארט-מעניו און סערטש-קנעפל איז א קנעפל וואס זיי רופן 'טעסק-וויאו', גאנץ א פיינע זאך. דאס איז כולל צוויי זאכן וואס מען קען טון, איינס איז פשוט אז ווען מען דריקט דאס קומט ארויף א ווינדאו פון אלע אפענע פראגראמען [אזויווי ווען מען דריקט alt+tab אין ווינדאוס היינט צוטאגס, נאר מיט יענע קנעפל וועט עס בלייבן אזוי ביז מען קלויבט איינס און נישט ווי היינט וואס עס איז נאר ווילאנג מען דריקט עס]. אבער דער צווייטער זאך איז אסאך בעסער און דאס איז מאלטיפול דעסקטאפס, דאס איז א זאך וואס אנדערע אפערעיטינג סיסטעם'ס האבן שוין לאנג [און עס איז דא פאר ווינדאוס אויכעט א טאאל פון Sysinternals וואס קען דאס טון] אז מען קען האבן אפאר דעסטאפס אפן און אויף יעדע דעסקטאפ האבן עטליכע ווינדאוס און מען קען סוויטשן צווישן דעסקטאפס דורך דעם טעסק-וויאו קנעפל [כ'גלויב אז עס וועט אויכעט זיין א שארטקאט].

נאך א זאך וואס זיי האבן צוגעפיקסט איז דער סנעפן ווינדאוס. אין ווינדאוס 8 האט מען מיט ארומרוקן א ווינדאוס נאנט צו דער עק געקענט סנעפן דער ווינדאוס צו האלב פון דער סקרין [אין ווינדאוס 7 האט מען עס אויכעט געקענט טון דורך דער ווינדאוס באטן צוזאמען מיט איינער פון די זייטיגע עראו קנעפלעך], דא האבן זיי געמאכט אז מען זאל קענען סנעפן אויכעט צו א פערטל סקרין. ווי אויכעט אז ווען מען סנעפט איין ווינדאו באקומט מען א סאדזשעשטען צו סנעפן נאך.

שוין גענוג פאר יעצט, העמיר ווארטן עס זאל ווערן עוועליבעל [פון מארגן קען מען זיך איינשרייבן אלץ ווינדאוס אינסיידער, כ'ווייס נאר נישט צו זיי לאזן יעדן דארט אריין], און אויב כ'וועל האבן נערווען עס צו אינסטאלירן וועלעך אי"ה ברענגען נאך דעטאלן און אפציעס.
09-30startmenuweb.jpg

2014-09-30_204336.jpg

microsoft-windows10-start.jpg
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גיימער ווארטן! שוין צייט פאר עפעס פריש
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישר קנאפי פארן באריכט!! חוצפה צו מאכן כויזעק פון מיין קעפל!!! עניוועי, מנהל, ביטע טוישען (נאר זיי צו מאכן טאנצן.... לאזן אריינגערינגעלט "מלפנים ווינדאויס 9"! זאלן זע קראכן.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

ווינדאוס 10 קאממענד פראמפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוטש... איין וויכטיגע טויש האמיר פארזען, יישר פאר דער ניק וואס האט געשיקט אין אישי.

דאס איז בנוגע אונזער אלטער שווארצער קאמענד פראמפט ווינדאו אנע אפציעס מיט דער פשוטער פאנט און אן קיינע שארטקאטס. אבער מיינט נישט אז איר וועט באקומען אין ווינדאוס 10 א שיינע יוזער-אינטערפעיס, נאו נאו דאס וועט דאך אוועקנעמען דער טעקי-קייט און מעכטיגקייט פון טייפן קאממענדס אין דעם אלטן שווארצן קעסטל...:lol:, נאר וואס יא?

יעדער איינער וואס האט שוין געארבעט אביסל אינעם קאמענד פראמפט האט שוין זיכער באגעגענט דער נערווירענדער V^ ארויפקומען אין דער קאמענד ווינדאו נאכן זיך צום וויפלטן מאל טועה זיין אז מען קען אזוי אריינפעיסטן עפעס אין דער קאמענד-פראמפט, אבער דער מציאות האט געפראסקעט אין פנים אז עס עקזעסטירן נישט קיין שארטקאטס אין דער קאמענד.

אט דאס גייט זיך יעצט טוישן, אין ווינדאוס 10 גייען די אלע נארמאלע שארטקאטס [CTRL + A - Select all | CTRL + C - Copy | CTRL + F - Find | CTRL + M - Mark | CTRL + V - Paste | CTRL + ↑/↓ - Scroll (line) up/down | CTRL + PgUp/PgDn - Scroll (page) up/down] ארבעטן א מחי'! פארגרינגערענדיג אויף טויזענט פאר די העווי קאמענד-פראמפט באנוצער.

נאך עטליכע קליינע שינויים, אבער דאס איז דער עיקר.
New-Experimental-Tab-1.png
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע:משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קנאפער ידען האט געשריבן: נאו נאו דאס וועט דאך אוועקנעמען דער טעקי-קייט און מעכטיגקייט פון טייפן קאממענדס אין דעם אלטן שווארצן קעסטל...:lol:, נאר וואס יא?


New-Experimental-Tab-1.png

נעה היינטיגע צייטען איז מער טעקי פאוער שעל
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

קנאפע Wow א גרויסע שכח פאר די ארבעט,
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

גוטע נייעס דאס. יישר כח הרב ידען.

אין פאוערשעל ארבעט טאקע נישט קאנטראל-ווי, אבער מען קען פעיסטן בלויז מיט א רייט קליק.

שוין לאנג צייט די קמד פראמט זאל אויך פארשטיין בעסער וויזוי צו פעיסטן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דזשאסט א קליינע אפדעיט, עס איז שוין דא צו באקומען דער טעקניקל פריוויאו לכל מאן דבעי, מען קען עס טרעפן דא:
http://windows.microsoft.com/en-us/windows/preview

ביי מיר האלט זיך עס אינמיטן אינסטאלירן אויף א ווירטואלער מאשין.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
גליטשעדיג
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

שוין אינסטאלירט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

כאפט נישט אויף מיין ווידעא קארד

דארף מען נאר געוואויר ווערן אויב משומר ארבעט
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

דער נאמען איז געטוישט געווארן ווייל ווינדאוס 9 איז דער נאמען פונעם ערשטן ווינדאוס
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ירוחם האט געשריבן: דער נאמען איז געטוישט געווארן ווייל ווינדאוס 9 איז דער נאמען פונעם ערשטן ווינדאוס

נישט ממש דער ערשטער, דער ערשטער ווינדאוס וואס איז ארויסגעקומען אום 1985 האט געהייסן ווינדאוס 1.0, נאר מען זאגט אז עס איז צוליב דער ווערסיע פון ווינדאוס - כ'מיין אז עס איז דער פיפטער - וואס האט געהייסן ווינדאוס 95 צוליב איר ריליס יאר 1995, מען זאגט אז עס איז דא פראגרעמער - נישט גוטע ווייל אינ'אמת'ן איז דא א ווערסיע נומער צו טשעקן [דער נייער איז 6.4] און מען טשעקט נישט ביי דער נאמען - וואס טשעקן נאך דער קאמפיוטער צו עס איז ווינדאוס 9 - מיינענדיג 95 - און עס וועט צעמישן זייערע פראגראמען.

אבער דער אמת איז עס אז כאטש וואס געוויסע האבן אנגעגעבן אזא סיבה גלייבט זיך שווער אז מייקראסאפט זאל זיך רעכענען מיט די פראגראמער וואס ווייסן פשוט נישט גוט וויאזוי צו טשעקן. נאר עס איז מסתם מער אזא סארט פרעש סטארט צו ווייזן אז דאס איז נישט סתם נאך א ווערסיע פון ווינדאוס נאר טאקע עפעס ניי! און ווי איינער האט אנגעמערקט אז בלעקבערי ווען זיי האבן געוואלט אנהויבן פונדאסניי האבן זיי אויכעט געטאנצן צו 10.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינדאוס 10, וועט הערשט זיין עוועליבעל צום פריסטען, נעקסטע זומער. אדער נעקסטע הערבסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דעם 21'סטען פון יאנואר, וועט מייקראסאפט ארויסגעבן מער אינפארמאציע איבער די חידושים פון ווינדאוס 10.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לויט באריכטען, וועט אין די נייע ווינדאוס 10, קומען - בנוסף צו די אלגעמיינע אינטערנער עקספלארער IE - א נייע סארט בראוזער, וואס וועט זיין מער "גרינג", ערלויבן עקסטענשטאנס, און אוועראלל זיין מער ענדליך צו קרוים און פייער פאקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: לויט באריכטען, וועט אין די נייע ווינדאוס 10, קומען - בנוסף צו די אלגעמיינע אינטערנער עקספלארער IE - א נייע סארט בראוזער, וואס וועט זיין מער "גרינג", ערלויבן עקסטענשטאנס, און אוועראלל זיין מער ענדליך צו קרוים און פייער פאקס.


נאר בנוסף? איז דא עפעס וואס IE שטעלט צו, אז עס לוינט זיך צו האלטן דערמיט?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”