חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק ב'

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

המשך פון חלק א'


חדשי הלבנה ושנת החמה
אינעם ערשטע מאמר האבען מיר אויסגעשמועסט אז דאס וואס מיר רופען אהן חודש, מיינט אז די לבנה האט איינמאל ארומגעקרייזט דער וועלט, ביז ווען עס איז ווידעראמאל אנגעקומען קעגען איבער דער זון. אין יענע צייט איז דער גאנצע ליכטיגע חלק פונעם לבנה אוועקגעקערט פונעם וועלט און מיר קענען עס נישט זעהן, אבער אזוי באלד ווי עס רוקט זיך אביסעל ווייטער קען מען שוין דערקענען א קליינע שפאלט פון ליכט – א ווינקעל פונעם לבנה. דערפאר הייסט עס חודש, ווייל דער ליכטיגקייט פונעם לבנה הנראה לעינינו איז באנייט געווארען.

ווידעראום א יאר (שנות החמה) געשעהט ווען דער זון האט געענדיגט אומקרייזען דעם וועלט, און דערפאר רופט זיך עס שנה, מלשון איבערגע'חזר'ט און צוריקגעקומען צום זעלבען ארט. דער אִבְּן עזרא אין פרשת בא עה"פ החודש הזה לכם שמועסט אויס דאס פארען זון איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי חודש און פארען לבנה איז נישט דא אזא זאך ווי א יאר (ועיי"ש באריכות עניני הלוח).

דער פשט פון דעם האבען מיר שוין אויסגעשמועסט ביים מהלך החמה, אז דער ליכטיגקייט פונעם זון ווערט נישט נשתנה פון טאג צו טאג, דערפאר איז באמת נישט שייך אנצוצייגען אויף אירגענד וועלכע טאג מען זאל עס באשטימען אלס אנהייב פון א מאנאט. בכלל איז דער גאנצע אפטיילען דעם יאר אין צוועלעף א מקרה און א באקוועמליכקייט, און דאס האט זיך גענומען ווייל די חכמי התכונה האבען אויסגערעכענט אז אין א שנת החמה איז דא צוועלעף גאנצע חודשי הלבנה (מיט רעשטע), דערפאר האבען זיי באשטימט מחלק צו זיין דעם יאר אויף צוועלעף טיילען.

מיר יודען וועלכע ציילען אונזערע חדשים צום לבנה, האבען באמת דאס פארקערטע 'פראבלעם', אז ביים לבנה עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א יאר. עס איז ריכטיג אז יעדע אנהייב חודש ווערט די אור הלבנה באנייט, אבער מיט דעם איז קיין אונטערשיד צווישען ר"ח שבט, ר"ח סיון און ר"ח תשרי – דער לעצטיגע פון וועלכע מיר באטיטלען אלס ראש השנה. די סבה פארוואס מיר באשטימען א נייעם יאר יעדע ראש השנה איז על פי ה' און עס ווערט ארויסגעלערנט פון פסוקים, אבער עס האט נישט מיטען חשבון צוטוהן.

נאך מער, כאטש במושכל ראשון טאמער פרעגט מען אונז וויפיהל חדשים עס זענען דא אין א יאר וועלען מיר ענטפערען צוועלעף, איז יעדע צווייטע אדער דריטע לענגער מיט א חודש, און ענטהאלט דרייצען חדשים. דאס איז טאקע ווייל דער חשבון החדשים האט טאקע נישט קיין שייכות מיטען יאר זעלבסט.

וואס איז יא דער חשבון?

מיר לערנען פון פארשידענע פסוקים אז געוויסע ימים טובים מוזען שטענדיג געפאלען אינעם זעלבען סעזאן פונעם יאר, צ.ב.ש. פסח מוז זיין בחודש האביב – אינעם מאנאט ווען די תבואה ווערט געפארטיגט. די סעזאנען זענען געוואנדען אינעם מהלך החמה, און היות ווי גערעדט זענען פארהאנען גאנצע צוועלעף חדשי הלבנה אין איין שנת החמה, איז נקבע געווארען דער גרונדליניע פון א יאר זאל זיין צוועלעף חדשים.

דאס פאר זיך איז נישט גענוג, ווייל אין צוועלעף חודשי הלבנה (פעם מלא ופעם חסר) זענען פארהאנען 354 טעג און אין א שנת החמה 365 טעג – אן אונטערשיד פון עלעף טעג. דאס מיינט טאמער למשל פסח פון איין יאר געפאלט אום דער פופצענסטע פון אפריל, וועט איבער'ס יאר פסח געפאלען אינעם פערטען אפריל (גאנצע עלעף טעג פריער), און ביז עטליכע יאר וועט עס געפאלען אינמיטען יאנואר, דהיינו אינעם טיפען ווינטער. דאס איז א פראבלעם ווייל ווי ערווענט לערנען מיר פון א פסוק אז פסח מוז זיין אינעם תקופת השנה ווען די תבואה ווערט געצייטיגט.


מחזור קטן (י"ט)

וויאזוי געבט מען זיך אן עצה?

גאנץ איינפאך, נאך דריי יאר (ווען דער שנת הלבנה איז שוין מיט 33 טעג אונטערשטעליג) לייגט מען צו א גאנצע חודש (אדר השני), און דאס פאראורזאכט פסח זאל יענע יאר אויסקומען כמעט אום דער פופצענסטע פון אפריל. עטליכע יאר שפעטער ווען דער אונטערשיד איז ווידער קענטבאר טוט מען דאס זעלבע, און אזוי טוט מען כסדר צולייגען א חודש יעדע פאר יאר. אין דער צייט ווען בי"ד פלעגט מקדש זיין עפ"י הראיה, פלעגען זיי טאקע זיצען יעדעס יאר און דן לויט פארשידענע סימנים צי די חדשי הלבנה שטימען מיטען ריכטיגע סעזאן, און אויב זיי האבען איינגעזעהן אז מען מוז אפשטופען פסח האבען זיי מעבר געוועהן דאס יאר, ד.מ. צוגעלייגט נאך א חודש אדר.

היינטיגע צייטען וואס מיר פירען אונזער לוח לויט א פארגעזאגטען חשבון, איז אויסגערעכענט אז אין יעדע מחזור (תקופה) פון ניינצען יאר זענען פארהאנען זיבען שנות העיבור (יארען נומערען: 3, 6, 8, 11, 14, 17, 19), אין וועלכע מען לייגט צו א חודש כדי אויסצוגלייכען דעם שנת הלבנה מיטען שנת החמה. נאך יעדע ניינצען יאר שטימט ווידער די שנת החמה מיטען שנת הלבנה כמעט אויפען האר – און דאס האבען חז"ל בלויז געקענט קובע זיין לויט די ידיעה וואס זיי האבען באקומען איש מפי איש הלכה למשה מסיני, ווייל לויט די כלים וועלכע האבען עקזיסטירט בימים ההם איז נישט געוועהן קיין מעגליכקייט צו קענען קובע זיין אזא חשבון וועלכע זאל אזוי גענוי שטימען. דאס איז בלי ספק געוועהן מיטען הילף פונעם ברוך שאמר והיה העולם, וואס ער ווייסט כביכול פונטקליך צום טויזענסטעל פון א סעקונדע ווי לאנג די מהלכי שמש וירח דויערען.

מיט דעם קען מען גוט פארשטיין פשט אינעם פסוק כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים וואס חז"ל דרש'ענען אז דאס גייט ארויף אויפען סוד העבור. הגם די ראשונים לערנען אז דאס איז נישט דער חשבון תקופות ומזלות נאר פיהל טיפערס, איז דאס פארט א סניף צום סוד העבור, און ווי דערמאנט איז דאס געקומען צו אונז דורך די מקבלי התורה איש מפי איש עד משה מסיני.


דער זייגער פון חז"ל

אצינד האבען מיר שוין מער וויייניגער אויסגעשמועסט די יסודות און הסברים ארום דער מולד, און מיר קענען אריינגיין אינעם עצם החשבון. פריער מוז מען אבער נאך אויסקלארען צוויי חילוקים צווישען דער זייגער פון חשבון המולד און אונזערע זייגער.

די חכמי החשבון האבען אויסגעשטעלט אונזערע זייגער מיר זאלען אנהייבען רעכענען דעם נייעם טאג פון חצות הלילה, און די אווענט שעות הייבען זיך אהן פון חצות היום. דאס מיינט ווען מיר וועקען זיך אויף צופרי צ.ב.ש. אום זעקס אזייגער, איז כאטש במציאות איז דאן אנפאנג טאג ווייל דעמאלס ווערט ליכטיג (בימי ניסן ותשרי), זענען אבער לויטען זייגער שוין פארביי געגאנגען זעקס שעה פונעם טאג.

דער זייגער פון חז"ל אינעם משנה, ווי אויך דער פונעם חשבון המולד איז אויסגעשטעלט אנדערש, אז דעם נייעם טאג פאנגט מען אהן רעכענען פון זעקס אזייגער אווענט, דעמאלס ווען עס ווערט נאכט. לויט דעם זייגער, ווען עס קומט חצות הלילה זענען שוין פארביי געגאנגען זעקס שעה פונעם נאכט. פראקטיש גערעדט מיינט דאס אז צו יעדע געוויסע צייט אדער מספר פון שעות וואס מיר טרעפען אין חז"ל אדער הלכה, מוז מען צורעכענען נאך זעקס צו וויסען ווען עס קומט אויס לויט אונזער זייגער (צ.ב.ש. זמן מנחה גדול איז שש שעות ומחצה, מיינט דאס אויף אונזערע זייגער 12:30, ווי אויך מנחה קטנה וועלכע איז תשע שעות ומחצה קומט עס אויס ביי אונז 15:30 א.א.וו.).

נאך א זאך מיט וואס אונזערע זייגער איז אנדערש, אז מיר האבען קובע געוועהן יעדע שעה זאל ווערען צוטיילט אין זעכציג חלקים – וואס מיר רופען מינוטען. דאגעגען אינעם זייגער פון חשבון המולד רעכענט מען אבער אז יעדע שעה איז איינגעטיילט אין טויזענט אכציג חלקים (מינוט) – א קיימא לן פון אכצען חלקים פער אונזער מינוט.


חשבון המולד

אצינד לא'מיר צוגיין צום חשבון המולד. דעם דורכשניטליכע מהלך הלבנה ארום דער וועלט דויערט 29 טעג, 12 שעה מיט 793 חלקים (כ"ט י"ב תשצ"ג). נמצא ווען איינער ווייסט ווען עס פאסירט דער מולד פון סיי וועלכע חודש, דארף ער בלויז צולייגען נאך כ"ט י"ב תשצ"ג, און ער וועט וויסען די שעת המולד פונעם קומענדיגע חודש.

צו דעם קען מען מאכען א שטיקעל פארקערצערונג, ווען אנשטאט צולייגען 29 באזונדערע טעג, פארבייט מען דאס אויף וואכען און מען איז מוסיף 4 וואכען מיט א טאג. לדוגמא אויב דער מולד פון חודש ניסן איז ליל א' בשעה ששית (וואס אויף אונזערע זייגער איז דאס 12:00 מוצ"ש), וועט דער מולד פון חודש אייר אויסקומען אפגערוקט מיט 1 טאג, 12 שעה און 793 חלקים (אי"ב תשצ"ג), דהיינו יום ב' בשעה ח"י ותשצ"ג חלקים (מאנטאג מיטאג, 793 חלקים נאך 12).

טאמער ווייסען מיר ווען עס איז געפאלען דער מולד ביי איין ספעציפישען חודש, קען מען אצינד אויסרעכענען ווען עס וועט אויסקומען דער מולד אין סיי וועלכע אנדערע חודש, דורך צולייגען דער סומע אי"ב תשצ"ג פאר יעדע חודש. לדוגמא טאמער מיר ווייסען ווען עס האט פאסירט דער מולד פון חודש אלול דהאי שתא, און מיר ווילען וויסען ווען וועט זיין דער מולד פון חודש אדר תשע"ה – זעקס חדשים ארום – דארפען מיר מוסיף זיין אויפען מולד פון חודש אלול זעקס מאל 793 חלקים, זעקס מאל 12 שעה און זעקס מאל 1 טאג.

דער וועג וויאזוי מען טוט דאס איז קודם צו דאפלען אי"ב תשצ"ג זעקס מאל, דערנאך צוטיילט מען די חלקים ביי 1,080 צו באקומען דעם צאל גאנצע שעות, מען איז מוסיף די גאנצע שעות צום פריערדיגע סכום און מען צוטיילט די שעות ביי 24 צו באקומען דעם צאל גאנצע טעג, מען איז מוסיף די טעג צום פריערדיגע סכום און מען צוטיילט עס ביי זיבען (טעג פון דער וואך), און וואס עס בלייבט איבער איז דער אונטערשיד צווישען דעם ערשטע מולד און דער פון זעקס חדשים שפעטער.


דוגמא


מיר וועלען דאס אויסרעכענען למען ירוץ הקורא בו: דאס פאלגענדע האט זיך נישט גוט איבערגעלייגט מיטען רעכטס-לינקס, און כדי דאס צו קענען ליינען געהעריג איז ראטזאם צו דאונלאודען דער פידיעף
6 x 793 = 4,758 חלקים
6 x 12 = 72 שעה
6 x 1 = 6 טעג
קומט אויס אז דער מולד פון חודש אדר וועט אויסקומען 4,758 חלקים, 72 שעה און 6 טעג נאך דער מולד פון חודש אלול (פארשטייט זיך מיט אן אונטערשיד פון 6 חדשים). אצינד צו פארקלענערען דעם חשבון צוטיילען מיר קודם די חלקים אויף גאנצע שעות:
4758 ÷ 1080 = 4 שעה, 438 חלקים
פון אלע חלקים צוזאמען האט מען באקומען נאך 4 גאנצע שעה, וועלכע מען וועט מוסיף זיין צום פריערדיגע סומע פון שעות, און נאכער זיי צוטיילען אויף גאנצע טעג:
72 + 4 = 76
76 ÷ 24 = 3 טעג, 4 שעה
פון אלע שעות צוזאמען זענען מיר אנגעקומען צו 3 גאנצע טעג, וועלכע מיר וועלען מוסיף זיין צום פריערדיגע סומע פון טעג, און שפעטער אפרעכענען די גאנצע וואכען, צו בלייבען בלויז מיט די עקסטערע טעג:
6 + 3 = 9
9 ÷ 7 = 1 וואך, 2 טעג
לפי"ז טאמער איז דער מולד אלול געוועהן צ.ב.ש. בתחילת ליל א' ממש (אהנע תוספת פון שעות און חלקים), וועט דער מולד פון חודש אדר זיין אפגערוקט אינעם וואך מיט 2 טעג, 4 שעה און 438 חלקים, דהיינו ליל ג', 438 חלקים נאך 4 (אויף אונזער זייגער 438 חלקים נאך 10 אזייגער, אדער בעסער געזאגט 10:24 מיט 6 חלקים).

לעולם וואלט מיר אזוי געקענט אויסרעכענען אלע מולדות זינט בריאת העולם, פריער צו ציילען וויפיהל חדשים עס זענען פארביי, און נאכער דאפלען דער מספר ביי אי"ב תשצ"ג, נאר די חשבונות וואלטען געוועהן לאנג און קאמפליצירט. דערפאר האבען די הייליגע ראשונים פארגרינגערט די ארבעט פאר אונז דורך אויסרעכענען וויפיהל איז דער חילוק המולדות פון יאר צו יאר, סיי ביי א שנה פשוטה און סיי ביי א שנה מעוברת. אזוי אויך האבען זיי אויסגערעכענט מיט וויפיהל טעג, שעות און חלקים דער מולד רוקט זיך פון איין ניינצען-יעריגע מחזור ביזען אנדערע. אזוי ארום טאמער מיר ווייסען צ.ב.ש. ווען עס קומט אויס דער מולד תשרי תשע"ד איז גאר גרינג אויסצורעכענען דער מולד תשרי תשע"ה, דורך צולייגען איין קליינע סומע.

בסך הכל וואס מען דארף צולייגען פון איין מולד צום אנדערען איז ווי פאלגענד:
בשנה פשוטה (12 חדשים) – ד"ח תתע"ו (ד' ימים, ח' שעות, תתע"ו חלקים)
בשנה מעוברת (13 חדשים) – הכ"א תקפ"ט
מחזור קטן (235 חדשים) – בי"ו תקצ"ה
אטעטשמענטס
חכמתכם ובינתכם ב.pdf
(192.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 381 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין באשריבן אנעים.

כדאי צוצולייגן אז אין יעדן שולחן ערוך סוף אורח חיים געפונט זיך דער ריזיגער לוח פון די מחזורים ביזן אלף השישי.
איך האב דאס אסאך שטדירט אלס קינד..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ.

חלק ג'
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

אנעים זמירות האט געשריבן:
דער זייגער פון חז"ל אינעם משנה, ווי אויך דער פונעם חשבון המולד איז אויסגעשטעלט אנדערש, אז דעם נייעם טאג פאנגט מען אהן רעכענען פון זעקס אזייגער אווענט, דעמאלס ווען עס ווערט נאכט. לויט דעם זייגער, ווען עס קומט חצות הלילה זענען שוין פארביי געגאנגען זעקס שעה פונעם נאכט. פראקטיש גערעדט מיינט דאס אז צו יעדע געוויסע צייט אדער מספר פון שעות וואס מיר טרעפען אין חז"ל אדער הלכה, מוז מען צורעכענען נאך זעקס צו וויסען ווען עס קומט אויס לויט אונזער זייגער (צ.ב.ש. זמן מנחה גדול איז שש שעות ומחצה, מיינט דאס אויף אונזערע זייגער 12:30, ווי אויך מנחה קטנה וועלכע איז תשע שעות ומחצה קומט עס אויס ביי אונז 15:30 א.א.וו.).


איך בין נישט קלאר, איר זאגט אז די חז"ל זייגער הייבט זיך אן 6 אזייגער אווענט, במילא ווען די גמרא רעדט פון שש שעות ומחצה מיינט דאס 12.30 נאכמיטאג, עפעס שטימט נישט, אדער איז "אווענט" א טעות.

ביטע קלארט אויס, יש"כ
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כ'וואלט דארט געדארפט אפשר קלארע שרייבען. דער מעת לעת הייבט זיך אהן 6'ער אווענט, אנדערש פון אונז וואס מיר הייבען אהן דער מעת לעת בחצות הלילה.

ווען חז"ל רעדען פון למשל שש שעות, מיינט דאס 6 שעה אינעם טאג דייקא, דהיינו אנגעהויבען 6'ער צופרי ווען עס ווערט ליכטיג.

ביי זיי איז זעקסע 00.00 (אדער 12.00) - אזוי ווי ביי אונז צוועלעף אזייגער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

קומט אויס אז חז"ל האבן אויך א AM און PM? ווי זעען מיר אז חז"ל זאל נוצן די נאכט שעות מיטן אנהייבן פון 6 אווענט? דאס הייסט אז למשל 9.30 אזייגער ביינאכט זאל ווערן אנגערופן שלוש שעות ומחצה?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גלייך אנפאנג ברכות ביי די משמרות.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

למעלה משבעים האט געשריבן: גלייך אנפאנג ברכות ביי די משמרות.


די משנה דערמאנט נישט קיין שעות.

אבער איך האב געזען די רמב"ם נוצט יא דעם יום/לילה אלס א AM/PM, דא האט א דוגמא פון א שטיקל רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ט, סעיף ח.

ח [ה] כיצד: הרי שרצינו לידע תקופת ניסן של שנת שלושים ותשע מאות וארבעת אלפים ליצירה - כשתשליך הכול שמונה ועשרים שמונה ועשרים, תישאר שנה אחת; תיקח לה יום אחד ושש שעות, ותוסיף עליו שלושה, נמצאת תקופת ניסן, בליל חמישי שש שעות בלילה. וכשתוסיף עליה שבע שעות ומחצה, תהיה תקופת תמוז בשעה ומחצה מיום חמישי; וכשתוסיף עליה שבע שעות ומחצה, תהיה תקופת תשרי בתשע שעות מיום חמישי; וכשתוסיף עליה שבע שעות ומחצה, תהיה תקופת טבת בארבע שעות ומחצה מליל שישי; וכשתוסיף עליה שבע שעות ומחצה, תהיה תקופת ניסן הבאה בתחילת יום שישי. ועל דרך זו, עד סוף העולם, תקופה אחר תקופה.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'רעד נישט פון די משנה, כ'רעד אין גמרא.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

למעלה משבעים האט געשריבן: כ'רעד נישט פון די משנה, כ'רעד אין גמרא.

נישט געטראפן
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער צווייטע מאמר בלה"ק אינעם גליון מנחת ערב .
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”