געשעדיגטע USB דרייוו

קויפן און פארריכטן טעכנאלאגישע דעווייסעס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

געשעדיגטע USB דרייוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אויב שוין דא א אשכול דערוועגן ביטע צופירן.

מיין יו עס בי דרייוו האט ל"ע געכאפט א סטראוק אינמיטן ארבעטן דערויף, און זינט יעמאלטס קעניך נישט עקסעסן די דרייוו פונעם קאמפיוטער, די קאמפיוטער זעהט עס אבער ער קען עס נישט ליינען.
אין די עווענט לאגס זעה איך אזא עראר יעדעס מאל בשעת'ן איינפלאגן די יו עס בי:
Event 55, NTFS - The file system structure on the disk is corrupt and unusable
כהאב שוין פרובירט צו ראנען די chkdsk קאמענד אבער סארבעט נישט אזוי אויך די פראגראם testdisk.
וועם איך פרעג זאגט מיר אז כקען לכאורה זיך מייאש זיין דערפון, אבער כפארמאג וויכטיגע פיילס דערויף אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן ?
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אויב דו קענסט עס נישט אויפמאכן אויף קיין שום וועג, דאן מאך בד"ה, און ס'ווענט ווי וויכטיג די פיילס זענען פאר זיי, דעטטע ריקאווערי לויפט אין די גאטונג צווישן 500 און טויזענט, צומאהל מער, איך האלט יעצט נאך א הארד דרייוו פעליער, ס'טוט וויי און מ'שאצט אפ צו ס'איז ווערט דאס געלט צו נישט.

המקום ימלא חסרונך.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעד צו די זאך »

איך האב געהאט עינדליך ביי א cd card פון א קעמערע, א טעקנישן האט מיר עס צוריק געברענגט פאר 100 דולער.
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

יאוש איז ניט פארהאנען!!

מהאב מיר געבעטן דעם רבוש"ע זאל אונז חונן דעת זיין וואס צו טון צוריקצוברענגען די דעטע אן דארפן באצאלן שווערע געלטער, למעשה איז מיר בייגעפאלן צו טרייען צו עפענען די יו עס בי אויף א מעק קאמפיוטער און וואונדער ס'ארבעט!!

אלזא בעפאר איר זענט מחליט צו צאלן געלט פאר א טעק צו רעקאווערן פרובירט דאס צו עפענען אויף א מעק.

עקבי הצאן אפשר קען דאס דיר אויך העלפן.

שכוח פאר יעדעם.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עקבי האט געהאט אן אנדערע מעשה, זיינס איז פשטות טאקע נישט געווען וואס צו טון מער.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

א גוטן טייערע יודן. מיין USB איז געגאנגען א גאנג... זענען פארהאן עפעס עצות צו קענען צוריקברענגען די פיילס דערפון?
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

יא, אבער קען נישט זיין נאמען
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

ליידער באמערקט ער ניטאמאל דעם דרייוו.... עכ"פ ייש"כ. שנשמע ונתבשר בשו"ט.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע:אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

א usb מיינע קומט בכלל נישט ארויף אויף מיין קאמפיוטער אבער אויף אנדערע קאמפיוטערס יא איז דא א א וועג צו פיקסן די פראבלעם?
א פשוטע איד.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אנדערע יו עס בי'ס קומען יא ארויף אין דיין קאמפיוטער?
...
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע:אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

יא
א פשוטע איד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

האסט עס שוין געקלינט פון וויירעסעס?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע:אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

שוין געמאכט א פארמאט אויף א אנדערע קאמפיוטער אבער ביי מיר קומט עס נישט ארויף בכלל
א פשוטע איד.
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

מיין USB האט אויפגעהערט צו ארבעטן
סאיז לכאורה אפגעבראכן געווארן א פיזיקל קאנעקשען
ווי קען מען עס געבן צו פיקסן אין ק"י? און וויפיל דארף עס קאסטן?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3705
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך האב אויך א USB וואס איך ניץ שוין נישט א לאנגע צייט, קומט ארויף די פאלגענדע מעסעדש, ווייסט איינער וואס דאס מיינט, און צו קען מען עפעס טון צירוקצובאקומען די פיילס?

Windows has stopped this device because it has reported problems. (Code 43)

A request for the USB device descriptor failed.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יהודי האט געשריבן: א usb מיינע קומט בכלל נישט ארויף אויף מיין קאמפיוטער אבער אויף אנדערע קאמפיוטערס יא איז דא א א וועג צו פיקסן די פראבלעם?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מאדעל פון קאמפיוטער און יו עס בי?
איך בין חושש אז ס'איז א 3.0 קאמפעטיביליטי אישו.
...
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

איך האב א USB (מאדעל Sandisk CZ48 128GB USB 3.0 Flash memory Drive - SDCZ48-128G-U46 ) וואס איך פלעג ניצן צו אופלאודן שיעורים אין דערנאך עס הערן אין קאר
איין טאג האב איך געפארמאט די USB ביים אריין לייגן אין קאמפיאטער און זינט דאן כאפט עס מער נישט מיין קאר אויף,
ביי מיין קאמפיטער ארבעט עס יא!

עני העלפ?
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שטעק אריין די דיווייס אין קאמפיוטער, רייט קליק אויך די דיווייס אין די פיילס און דרוק פראפערטיס.
אונטער דזשענערל, קוק וואס עס שטייט נעבן "File System" איז עס exFAT? לאז וויסן
...
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

אקעי איך האב אריין געוואנדערט אין די אשכול צוליב וואס אויף מיין USB קומט ארויף אלע אלטע פייטס ווי גלייך עס איז נאר א שארטקאט און ווען איך קליט אויף עס האלט זיך עס פשוט נישט ביים עפענען, עני העלפ ?
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך האב געהאט א יו עס בי דיווייז פון 3 טעלעביי"ט וואס איז פלוצלינג געכאפט א הארץ אטאקע און מ'האט אים נישט געקענט צוריק ברענגען, ביז דער רבוש"ע האט מיר צוגעפירט צו א טעקנישן, וואס דא האט איר זיין סייד בייגעלייגט, https://techcontrol.yolasite.com/
און פאר א ביליגע פרייז האט ער מיר אלעס צוריק געברענגט (פייל'ס אין ווערט פון אלפים ורבבות)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמואל שמעלקא האט געשריבן: אקעי איך האב אריין געוואנדערט אין די אשכול צוליב וואס אויף מיין USB קומט ארויף אלע אלטע פייטס ווי גלייך עס איז נאר א שארטקאט און ווען איך קליט אויף עס האלט זיך עס פשוט נישט ביים עפענען, עני העלפ ?

איך האב עס אויך געהאט
זעהט אויס אז דו האסט אריינגעלייגט דיין USB אין אקאמפיוטער וואס האט א ויירוס.
די פיילס זענען נישט פארמעקט נאר מקען זיי נישט זעהן
סאיז א טיפיקל פראבלעם וואס עני טעקנישן וועט עס פיקסן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

עין טובה האט געשריבן: שטעק אריין די דיווייס אין קאמפיוטער, רייט קליק אויך די דיווייס אין די פיילס און דרוק פראפערטיס.
אונטער דזשענערל, קוק וואס עס שטייט נעבן "File System" איז עס exFAT? לאז וויסן

יא ס'איז
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קאץ און מויז האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן: שטעק אריין די דיווייס אין קאמפיוטער, רייט קליק אויך די דיווייס אין די פיילס און דרוק פראפערטיס.
אונטער דזשענערל, קוק וואס עס שטייט נעבן "File System" איז עס exFAT? לאז וויסן

יא ס'איז

פארמעט עס ווידעראמאל און מאך דער פייל סיסטעם פאר fat32
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איינס האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן: אקעי איך האב אריין געוואנדערט אין די אשכול צוליב וואס אויף מיין USB קומט ארויף אלע אלטע פייטס ווי גלייך עס איז נאר א שארטקאט און ווען איך קליט אויף עס האלט זיך עס פשוט נישט ביים עפענען, עני העלפ ?

איך האב עס אויך געהאט
זעהט אויס אז דו האסט אריינגעלייגט דיין USB אין אקאמפיוטער וואס האט א ויירוס.
די פיילס זענען נישט פארמעקט נאר מקען זיי נישט זעהן
סאיז א טיפיקל פראבלעם וואס עני טעקנישן וועט עס פיקסן

זע דא פאר מער דערוועגן viewtopic.php?t=23297

אבער דיין עיקר אישו איז נישט דאס נישט זען די פיילס נאר אז דו האסט א וויירוס און דיין קאמפיוטער איז שוין יעצט לכאורה אויך אינפעקטירט. דאס דארף הילף פון א מומחה.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “כלי מכשירים”