שערוריה במאנסי

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

שערוריה במאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

דערהערן דאס שטילע געוויין


מעשה שהיה!!!


זיצט טאטע און מאמע אין שטוב פרייטאג נאכמיטאג נאכ'ן ארום לויפן אגאנצן טאג קלאפנ'דיג אויף אלע טירן פון די עסקנים, מנהלי המוסדות, רבנים, דיינים, מורי הוראות, און ווער ס'וויל מיר נאר אויסהערן, אבער צוריק געקומען נעבעך מיט ליידיגע הענט.

גרייט מען זיך יעצט צום הייליגן שבת, אנשטאט די פרייליכע אטמאספער וואס הערשט יעדן שבת, איז די וואך זייער פאר'כמורעט, אלעס ווערט געטוהן אין דער שטיל, מיט פארטרערטע אויגן, ס'קוקט אויס ווי עפעס גאר שרעקליך האט זיך אפגעשפילט אין די שטוב.

ערש"ק ביים זמן הדלקת הנרות, די אשה כשרה טוהט זיך אן דעם ווייסן טיכל און די ווייסע שירצל, ווען צו דער זייט שטייען די באטרעפענדע קליין מיידל און אינגל, ווען די מאמע צינד די הייליגע שבת ליכט, לייגט ארויף די האנט אויף די אויגן, אויב ביז יעצט האט די מאמע נאך פראבירט צו שפילען שטארקע פרוי, האט זיך יעצט אלעס געענדיגט, ס'איז א בחינה פון ויבקעו תהומות הארץ, און א ים פון טרערן געבט זיך מיט איינמאל א שפראץ ארויס פון אירע אויגן, באגלייט מיט א הילכיגע געוויין וואס קליגנט אפ אינעם גאנצן הויז, מיט א קול געשטיקט פון געוויין שעפשעט די מאמע די הייליגע תחינה, ותפקדנו בפקודת ישועה ורחמים, זי קען מער נישט ממשיך זיין, איר גאנצער קערפער ווערט איבערגענומען פון געוויין, און דער מאן אנשטאט צו גיין אין שוהל יעצט, שטייט ער קעגן איבער און וויינט נעבעך מיט, בעטנדיג ביים גרויסן באשעפער, אוי טאטע, העלף אונז שוין, נעם אן אונזער תפילה וואס קומט פון טיפן הארץ, און ווערט געזאגט אין די הייליגע מאמענטן.

נאך אפאר לאנגע מינוטן שטארקט זיך די מאמע אין איז ממשיך מתפלל צו זיין, וזכנו לגדל בנים ובני בנים... זרע קודש,וואס בעהט איך סך הכל, אביסל אידיש נחת פון די קינדער, נישט קיין געלט נישט קיין כבוד, איך בעהט אפי' נישט יעצט אויף הרחבה, נאר איין זאך בעהט איך הייליגער טאטע, העלף מיר איך זאל קענען מגדל זיין א דור ישרים ומבורכים, הולכים בדרך ה', איך זאל זיי קענען הייליג מגדל זיין, און ריכטיג מחנך זיין.

מיט א געשטיקטע שטימע איז זי ממשיך קוים אן א קול, אנא, שמע את תחנתי בזכות שרה ורבקה רחל ולאה אמותינו,העלף גרויסער טאטע, איך האב נישט קיין זכות אין די היינטיגע וועלט, מיינע עלטערן זענען נישט קיין עשירים, איך בין נישט קיין אויסגערופענע בארומטע פרוי, מ'זאל זיך מיט מיר רעכענען, מוז איך ליידער זיך בעטן נאר ביי דיר, די בזיונות האלט איך מער נישט אויס, די יסורים איז דאך אזוי ביטער, איך האלט דאס מער נישט אויס, וואס וועט זיין דער תכלית, וואס וועט דער מארגנדיגער טאג ברענגען, אבער טאטע סך הכל בעהט איך פאר מיינע קינדער וואס זענען "דיינע".

און מיט א יאמערליכע קול ענדיגט די מאמע והאר נרנו שלא יכבה, העלף טאטע איך זאל נישט מוזן זעהן די צער און מיטהאלטן דאס ווייטאג, וואס איך און די קינדער גייען דורך.



ענדליך דער טאטע איז געגאנגען אין שוהל, מיט שטרומישע מחשבות, אבער דאך ווי א חסיד'ישער יונגערמאן פראבירט אלעס פארטרייבן און זיך אריין לייגן אין א שבת'דיגע אטמאספער, און טאקע ביים דאווענען האט זיך כמעט גארנישט דערקענט אויף איהם.

נאכן דאווענען שפאצירט דער יונגערמאן אהיים, מיט א פעסטע החלטה יעבור עלי מה, שבת איז שבת, און שמחת שבת וועט בעז"ה הערשן אין דערהיים, אבער ליידער האט ער נישט עספיעט אויסצופירן זיינע לויטערע רצונות, ווען גלייך אריין קומענדיג אין שטוב, טרעפט ער די מאמע דרימלען אויפן קאוטש מיט פארטרערטע אויגן.

נאך די פיש ווען ביי אלע אידישע שטובער איז לעכטיג אין זיס, די קינדערלעך פארציילן וואס איז פארגעקומען אין חדר און אין סקול, אבער דא אין שטוב איז דער מצב ליידער זייער טרויעריג, די קינדער זענען שטיל, זיי האבן נישט וואס צו פארציילן, ס'הערשט א שטיקעניש אין די לופט ווען אינמיטן רופט זיך אן די מיידל, טאטי ווען גיי איך שוין צוריק גיין אין סקול???אנשטאט אן ענטפער זעהט זי ווי טאטי און מאמי'ס אויגן ווערן אנגעפילט מיט טרערן, און נאר מיט איבערמענטשליכע כוחות האלטן זיי זיך איין נישט צו וויינען אין פראנט פון די קינדער.

האפנדיג אויף א בעסער זונטאג, איז אבער ליידער לעת עתה די ישועה נאך נישט געקומען, און מפטירין כדאתמול, די קינדער זענען אין שטוב, און טאטע מאמע זענען פארוויינט נישט האבנדיג וואס נאך צו טוהן, צו וועם נאך קען מען זיך יעצט ווענדן, וואס נאך קען מען טוהן, וואס מיר האבן נאכנישט געטוהן ביז יעצט??


***


אויב מיינט איר אז דאס איז א שיינע פערעגראף פאר א שרייבער אנצוהייבן א שטראמישע מעשה, זאלט איר וויסן זיין אז וואס איך שרייב אייך דא יעצט, איז נישט געשריבן געווארן מיט טינט, נאר מיט'ן דם התמצית, נאך א פאר'אבל'טען שבת קודש, וואס איז אריבער אויף מיר און מיין ווייב.

און יא, בדידי הוה עובדא, מיין ווייב פרעגט מיר מיט טרערן אין די אויגן, זו תורה וזו שכרה? דאס באקום איך פארן וועלן פירן א ערליכע שטוב? און ווער נעמט אחריות אויף די טרערן פון א אידישע כשר'ע טאכטער? וואס איר איינציגסטע עוולה איז אז זי וויל זיין ערליך און געבן א תורה'דיגע חינוך פאר די קינדער,

וואס דארף איך ענטפערן און וואס קען איך ענטפערן אין אזא פאל? צו דען ועלי נגזרה כליה חלילה, וועלן מיינע קינדער דארפן לערנען אין פאבליק סקול, אדער אין עפעס א שוואכע מוסד וואס קיין שום חסיד'ישער יונגערמאן שיקט נישט דארט זיינע קינדער קיינמאל אפי' פאר א באזוך?

איך וויל קלאר שטעלן, אז מיין מטרה און איינציגעסטע ציהל, איז נאר ארויפצוברענגען דאס פראבלעם אויפן אויבערפלאך, אבער נישט חלילה צו בארעדן קיינעם, און דעריבער אויב מחמת ריתחא וועל איך זיך ארויסכאפן מיט עפעס נישט איידל אדער מיט א כעס אויף א פערזענליכקייט, שטעל איך דא יעצט ארויס מיין אנטשלודיגונג, און ביטע מיר דן זיין לכף זכות, ווייל איך בין יעצט אין א מצב פון אין מרצין לו לאדם בשעת כעסו, און דעריבער איך האף מיר זיך צו באהערשן, אבער אויב חלילה וועל איך דורך פאלן, ביטע מיר פארשטיין.



נאר פאר איך קום צו צום עיקר מעשה, וויל איך באטאהנען, אז איך און מיין ב"ב, שטאמען פון א רעגעלע מאנסיאער משפחה, דאס הייסט סיי מיין טאטע זז"ג און סיי מיין שווער זז"ג, געהערן נישט צו קיין פארטיי, נאר זענען מיטגלידער אין קהילות אין מאנסי וואס פארמאגן א ביהמ"ד מיט א רב/רבי, אבער פארמאגן נישט קיין מוסדות.

און יעצט צום עיקר, מיין טאכטער האט ביז פארגאנגענעם חודש אב געלערנט אין א מוסד וואס האט ב"ה זיך זייער איבערגעגעבן מיט די קינדער, אבער צוליב געוויסע סיבות האט זיך דער מוסד פארמאכט פון איינמינוט אויפן צווייטן, אן צו געבן צייט פאר די עלטערן זיך צו ארגעניזירן ווי צו שיקן די קינדער, למעשה האב איך זיך געטראפן סוף חודש אב, מיט א טאכטער אינדערהיים אן קיין סקול.

את כאבי אמרתי היום, איך בין ארומגעלאפן ביי אלע מוסדות דא אין שטאט, אנגעהויבן ביי די קהלה ווי איך דאווען (און באצאל מיינע התחייבות פאר די קהלה, נישט פאר דעם קהל גלאבעל, אבער יא פאר די קהלה אין מאנסי, כלומר איך צאל נישט קיין מעמבערשי"פ, אבער יא נר למאור וכדו'), אבער כ'האב געטאפט א דופן, האב איך געפריווט מיין מזל ביי אנדערע מוסדות דא אין שטאט, אנגעהויבן ווי מיין ב"ב האט געלערנט אלץ מיידל, און ווי מיין ב"ב האט געארבעט נאך די חתונה, נאכ'ן ווערן מיאוס אפגעפאטשט, האב איך פראבירט צו רעדן צו אנדערע הנהלות המוסודת אין שטאט, אבער איך האב ליידער געטראפן קלאפן אויף פארמאכטע טירן.

איך ווייס נישט צו וועמען אין שטאט זיך צו ווענדן, אבער ליידער האלט מען ביי א מצב, אז קיין מוסד איז נישט משועבד צו א צווייטן, און אזוי ווי מיר איז דא נאך 18 מיידלעך (18!!!) וואס זענען געבליבן אן קיין סקול יעצט, (דאס איז א חוץ פון נאך 30 משפחות וואס האבן לעצטנס ארויס געמופט קיין מאנסי, און זייערע קינדער זיצן אין שטוב ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין מוסד), ליידער האב איך זייער א שווער הארץ אויף די אויטריאטעיטן אין שטאט, וואס טוהן גארנישט צו לינדערן דעם ביטערן מצב, כ'האב אריין געמישט עסקנים, גערעדט צו רבנים, דיינים, מורי הוראות, מנהלי המוסדות, און ליידער אפגעענטפערט געווארן מיט א קאטאגארישן ניין.

וואס דארף איך זאגן פאר מיין ב"ב, ווען זי טענה'עט (פאר צער און עגמ"נ) דאס איז די פרייז פאר'ן זיך צושטעלן מיט אלעס צום ציבור, פאלגנדיג אלע רבנים, וואס זענען יעצט נישט גרייט צו טוהן גארנישט פאר מיר?? (איך און זי ווייסן אז די רבנים קענען גארנישט טוהן אין די נושא, והקולר תלוי במנהלי המוסדות למיניהם, אבער די ווייטאג שרייט נאך אלץ ארויס),

אדער וואס דארף איך טראכטן ווען איינע פון די גרויסע רבנים אין שטאט, וואס איך האב איהם געבעטן ער זאל מיר העלפן, זאגט מיר מיט צער און ווייטאג, וו אס זאל איך טוהן מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר מיר!!! מ'פאלגט מיר נישט!אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי קיר, מיט שאק בין איך געזעצן ווי א באגאסענער נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן פון איהם מער.


איך פארשטיי אז ס'דא פעלער וואס מ'קען טאקע נישט אננעמען קיין קינדער, אבער אז קיין איין מוסד קען נישט אננעמען, ווען ס'רעדט זיך אין א פאל פון עמערדזשעסי, און נאך מיט אזעלכע נישטיגע תירוצים (וואס איך וויל נישט דא איבערזאגן מחמת ליצנות ורשעות הטמונה בהם).

דערצו, מאנסי איז דאך געבענטשט געווארן מיט א וועד רבני העיר, וואס נעמען קער פון יעדע זאך וואס פאסירט אין שטאט, עני קעיס קומט אן צו זיי, יעדער קול קורא ווערט גע'חתמ'עט דורך אלע צוזאמען, משמרת היהדות וכו' וכו', אזוי אויך דער איחוד הקהלות און וועד האישור, איז אונטער זיי,

וויל איך פארשטיין, פארוואס פארשטייט יעדער אז ביים כשר'ן די כלים בין איך א חלק פון כלל ישראל, און איך מוז פאלגן די רבנים (וואס איך טוה ווי פארשטענדליך, פארשטייענדיג די נחיצות הענין, און זיך נישט וועלן אוועק רירנדיג פון א דעת תורה), און די מוסדות וועלן זיך נישט ריקן אן באקומען א צעטל פון וועד האישור, אבער ווען מיינע קינדער בלייבן זיצן אין שטוב אן קיין מוסד וואס וויל מיר אריין נעמען, דעמאלט'ס בין איך פלוצלינג נישט קיין חלק פון כלל ישראל, דעמאלט'ס איז נישטא קיין וועד הרבנים, און איחוד קהלות?? פארוואס אין די ליטווישע לעיקוואוד, קען זיין אזא זאך אז קיין שום מוסד עפענט זיך נישט, ביז יעדער איינציגסט קינד(!) איז אנגענומען אין א מוסד, אבער אין דער עיר התורה והחסידות מאנסי איז דאס נישטא, איז דאס דען נישט גענוג וויכטיג???

דעיס אז צענדליגע משפחות קענען נישט מופן קיין מאנסי (אדער האבן שוין געמופט און ליידער צוריק געמופט), ווייל זיי האבן נישט קיין מוסד פאר זייערע קינדער, איז דאס נישט וויכטיג צו מאכן א ויזעקו??? אויף וואס און אויף ווען ווארט מען? ווען מ'וועט שוין ליידער גארנישט קענען טוהן???




רבותיי!!!!!!!!!, איך שריי(ב) פאר ווייטאג, אבער ליידער דאס איז א פראבלעם וואס מאנסי פלאגט זיך לעצטנס, און אויב מ'וועט נישט יעצט טוהן צו די זאך, וועלן די קאנסקאווענצן זיין אסאך ארגער, צו דען מיז איך מופן קיין תימן, כדי מ'זאל אריין נעמען מיינע קינדער אין די מוסדות, אדער זאל איך גיין קיין רוסלאנד, וואס דאן וועט שוין נחמת ישראל אדער למען אחי זיך זארגן פאר מיינע קינדער???
איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן און וואס צו טראכטן, איך בין נאך יעצט פארווייטאגט, באקומענדיג היינט צופרי נאך א "ניין" פון א "היימישע" מוסד אין שטאט וואס וויל מיר נישט, ווייל איך בין נישט קיין "היימישער" פון זייער קהלה, האב איך מיר געזעצט מיט טרערן אין די אויגן אפשר דורכ'ן ברענגען די זאך לידיעת הציבור, וועט דאס אויפשטורעמען א שטאט.




אולי!!! ווער ווייסט???




אויב האט איר א עצה אדער א געדאנק וואס ס'קען געטוהן ווערן
ביטע פארבינדט זיך מיט אונז אויף
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך קמח אום דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איך קען פערזענליך די מעשה
העלפט ארויס
עס איז א שרעק ודי
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'קען נאר אזויפיל צולייגן, די אלע וועלכע קענען מיר ווייסן אז כ'בין נישט קיין 'אויפגעקלערט' סטייל, און כ'בין נישט דער סטייל פון האקן און מוחה זיין אויף די רבנים און עסקנים, אבער נאכן מיטהאלטן צוויי אזוינע געשעענישן אין די לעצטע פאר וואכן, בין איך מעיד אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, ליידער אפשר אביסל אונטערגעשאצט.

(יעצט שרייט אלע, פארוואס מופט מען נישט קיין מאנסי????!!!)
א געשפעט האב איך
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

געטוישט די פי די עף
ווייל די פאריגע האט געהאט א פראבלעם
(היום אור ליום ד' כי תבא געלייגט די נייע, פאר ווער ס'דארף ייש"כ פאר איינע פון די ניקים וואס האבן דאס מיר געמאכט, איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער)
אטעטשמענטס
שערוריא במאנסי.pdf
ביטע ארויספרינטן, און ארום שיקן צו וואס מער מענטשן, אולי יעזור
(79.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 335 מאל
לעצט פארראכטן דורך קמח אום דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

געפערליך געפערליך
האסט מיך אויפגעשטורמט ביז אין תוך תוכיות אריין
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

צולייגער האט געשריבן: כ'קען נאר אזויפיל צולייגן, די אלע וועלכע קענען מיר ווייסן אז כ'בין נישט קיין 'אויפגעקלערט' סטייל, און כ'בין נישט דער סטייל פון האקן און מוחה זיין אויף די רבנים און עסקנים, אבער נאכן מיטהאלטן צוויי אזוינע געשעענישן אין די לעצטע פאר וואכן, בין איך מעיד אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, ליידער אפשר אביסל אונטערגעשאצט.

(יעצט שרייט אלע, פארוואס מופט מען נישט קיין מאנסי????!!!)





די פוינט איז בכלל נישט צו באשולדיגן די רבנים חלילה

ווייל דאס וועט נישט אויפטוהן

די איינציגסטע זאך ואס קען העלפן
איז פשוט איבערדרייען די שטאט
מאכן א צעקה גדולה, אז אדער זאלן די וואס דארפן דאס הערן, דערהערן

אדער זאל דער בורא כל עולמים זאגן זעקת... באה אלי.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א שרעקליכע מעשה, הקב"ה זאל דיר שנעל אויפרעכטן.

אפאר יאר צוריק האט די המודיע באשריבן איבער קינדער וואס האבן נישט קיין חדר און סקול. מ'האט אמאל געמיינט אז ס'איז נאר בחורים אין ישיבות אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי קינדער איז אויך דא א פראבלעם רח"ל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

איך מיין אז אזוי ווי עזר לישיבות
דארף מען עפענען

עזר לחדר
ועזר לחינוך הבנות



נ.ב. ווער קען מיר העלפן מיט די פי די עף, עפעס גייט דאס נישט ארויף ריכטיג (ווען איך דאנלא"ד די פי די עף, קומט דאס ארויס צושמעטערט, ווען איין פעידזש פעלט, אולי נאר ביי מיר איז אזוי)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ידוע ומפורסם די שטארקע פראבלעם אין דעם ענין בעיר מאנסי. פארוואס פונקט דארט איז דא דער ווייטוגליכער מציאות אויף אזא שטארקע פארנעם מער ווי סיי ווי ווייסעך נישט אבער דאס איז די טרוקענע (נאסע) מציאות הדברים.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

2 שאלות וואס איז נישט גענוג געווארן ערקלערט:

1) פארוואס ווילן זיי טאקע נישט? (נישט וואס זיי זאגן, וואס איז די אמת?)

2) וואס זאגט דער רב פון די קהילה ווען דו גייסט צו צו אים און דו זאגסט אים אז ״זיין מוסד״ טוט אזאלכע זאכן?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

איך קען נישט אלעס מסביר זיין

באלד וועסטו וויסן ווער איך בין

אבער אין קורצן וועל איך שרייבן אפאר פון די תירוצים, ווען די אמת'ע סיבה איז פשוט, ווייל איך בין נישט קיין מעמבע"ר אין די קהלות (אין מאנסי איז דא אסאך קהלות ווי א שטייגער, נייטרא, קראלא, סטאניסלאוו, ועוד, וואס האבן נישט קיין מוסד און זייערע מענטשן פלאגן זיך ביותר),

די מוסדות יעדער האט א אנדערע תירוץ
א) ווען איך וועל ווערן איבערגעפילט וועל איך נישט האבן קיין פלאץ פאר די אייגענע (נישטא ווער ס'זאל לאכן ליידער), ב) וואס וועל איך האבן ווען כ'וועל דיר אריין נעמען (א שרעק פון א תי')



לגבי דער רב

דער רב האט מיר געגעבן דעם נאמען פון די פאר עסקנים וואס לויפן מיט מיר ארום און ליידן צוזאמען בזיונות (איך וויל נישט שרייבן קיין מעשיות, ווייל איך וויל קיינעם נישט באשמוצן, אבער די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף, איך בין נעכטן נאך געווען אויף ביזן טאג אריין און דערווייל הישועה מתמהמהה)
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

די פראבלעים איז נישט נאר אין מאנסי, סאיז ליידער אזוי געווארן אז די מנהלים זענען געווארן ביזנעס לייט און טוען וואס זיי ווילן מיטן ציבור
סאיז נאר אביסל אנדערש מאנסי ווייל סאיז סאך קלענער און מער קליינע מוסדות ממילא האבן זיי וויניגער שיבוד ווי די גרויסע קאמערשאל מוסדות וואס דארפן שפילן פאליטיק אויך ממילא זענען זיי מער געבינדן
איך קען איינער וואס העלפט ארויס אביסל מיט בחורים פלאצירן אין ישיבות און ער ניצט אסאך מיין הילף ווען ספעלט אויס, איך קען אייך איין זאך זאגן אז סאיז א הימל געשריי

--- דער עולם האקט
קמח כוועל דיר אריינשיקן אפאר נאמבערס פון אידן וואס קענען טוהן דערין
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גרויזאמער האט געשריבן: 2 שאלות וואס איז נישט גענוג געווארן ערקלערט:

1) פארוואס ווילן זיי טאקע נישט? (נישט וואס זיי זאגן, וואס איז די אמת?)

2) וואס זאגט דער רב פון די קהילה ווען דו גייסט צו צו אים און דו זאגסט אים אז ״זיין מוסד״ טוט אזאלכע זאכן?

1) איך פרעג די זעלבע שאלה
2) אויב איז די תירוץ ווייל דו ביסט נישט קיין מעמבער, גיי ארויף צו יענע קהלה אין וועמענס מוסד דו ווילסט אריינשטעלן די קינדער, און זאגטס זיי הערט מיר אויס, דא הייסט 2 300 דאלער מעמבער געלט וויפיל ס'קאסט א יאר איך וויל זיין א מעמבער, און שלום על ישראל, לוינט נישט די פאר הונדערט דאלער א יאר מעמבער געלט צו האבן א מוסד פאר די קינדער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יוסף שרייבער האט געשריבן: ידוע ומפורסם די שטארקע פראבלעם אין דעם ענין בעיר מאנסי. פארוואס פונקט דארט איז דא דער ווייטוגליכער מציאות אויף אזא שטארקע פארנעם מער ווי סיי ווי ווייסעך נישט אבער דאס איז די טרוקענע (נאסע) מציאות הדברים.


דער פראבלעם איז בעיקר פאר איינעם וואס באלאנגט נישט צו קיין קהלה, אדער צו א קהלה מיט א געהעריגע מוסד. אין מאנסי איז דא לכאו' פון דעם אסאך. די פראבלעם איז לכאו' די קלענסטע אין וומסב"ג און אין קרית יואל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ביטער שטארקע ווייטאג! כ'האב פאלאזט מער ווי איין טרער ליינענדיג.
דער אמת איז אז פאר אפאר יאר צוריק איז עס געווען אסאך ערגער רח"ל! די לעצטע פאר יאר האבן זיך אנגעהויבן עפענען פרישע מוסדות, אבער איז ווייט נישט גענוג.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

השי"ת זאל אויפרעכטן אלע אידן אין מאנסי ובכל מקומות מושבותיהם

צולייגער האט געשריבן: (יעצט שרייט אלע, פארוואס מופט מען נישט קיין מאנסי????!!!)

די וועלעכע באלאנגען יא אין די קהלות האבן אויך דעם פראבלעם?

יוסף שרייבער האט געשריבן: ידוע ומפורסם די שטארקע פראבלעם אין דעם ענין בעיר מאנסי. פארוואס פונקט דארט איז דא דער ווייטוגליכער מציאות אויף אזא שטארקע פארנעם מער ווי סיי ווי ווייסעך נישט אבער דאס איז די טרוקענע (נאסע) מציאות הדברים.

אין מאנסי טרעפט מען מער די סארט אידן וועלעכע באלאנגען נישט אין ערגעץ? וואס טוט זיך אין אנדערע מקומות מיט די וואס באלאנגען נישט אין א קהלה/מוסד ?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

מי יודע האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן: 2 שאלות וואס איז נישט גענוג געווארן ערקלערט:

1) פארוואס ווילן זיי טאקע נישט? (נישט וואס זיי זאגן, וואס איז די אמת?)

2) וואס זאגט דער רב פון די קהילה ווען דו גייסט צו צו אים און דו זאגסט אים אז ״זיין מוסד״ טוט אזאלכע זאכן?

1) איך פרעג די זעלבע שאלה
2) אויב איז די תירוץ ווייל דו ביסט נישט קיין מעמבער, גיי ארויף צו יענע קהלה אין וועמענס מוסד דו ווילסט אריינשטעלן די קינדער, און זאגטס זיי הערט מיר אויס, דא הייסט 2 300 דאלער מעמבער געלט וויפיל ס'קאסט א יאר איך וויל זיין א מעמבער, און שלום על ישראל, לוינט נישט די פאר הונדערט דאלער א יאר מעמבער געלט צו האבן א מוסד פאר די קינדער?




זאל איך שרייבן פונקטליך ווער איך בין????


אבער איך געהער צו א קהילה יריבה (וואס איז נתפלג געווארן) (להסביר בדיוק, איך אישית געהער אין ערגעץ נישט, אבער איך דריי מיך אין א געוויסע קהלה)
די קהלה וואו איך דריי מיך וויל מיר נישט אריין נעמען, ווייל איך בין נישט קיין אייגענער (דער רב האט מיר געגעבן נאמבער'ס, אבער נישט מער פון דעם, ניטאמאל געוואלט אויפהייבן א טלפון צו זיינע אייגענע מוסדות)

און די אנדער קהלה שרייט דו ביסט דעם צווייטנ'ס זאל יענער דיר העלפן


שאר מוסדות, יש טוענים אז די קהלה וויל נישט פארוואס מוז איך יא, וכהנה וכהנה

דערווייל איז ביי מיר אין שטוב תשעה באב, שוין איבער א וואך

און דער עולם שלאפט רואיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


עורו ישנים משנתכם, מ'ברויך צו ראטעווען די זאך


אז נישט וועט שעל געז סטעישן איבער נעמען די זאך רח"ל היל"ת
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נו אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס שטעלסטו דיך נישט צו צו איינע פון די צוויי קהלות??
וואס דארפסטו טון דערצו? צאלן מעמבער געלט? צאל, כ'מיין מער פון דעם דארפסטו נישט טון, איז וואס גייט דיר אן זיך צוצושטעלן פאלי צו איינעם און שלום על ישראל
וואס טוט מען נישט פאר די אייגענע קינדער?
פאלשע מנהיגים? פאלשע רבי'ס? די קרעכצן זאלסטו לאזן ווען דו מאכסט חתונה די קינדער, יעצט שטעל דיך צו!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

קודם אין מאנסי איז דער פראבלעם מער ווי ערגעץ אנדערש (כך נראה לי)

והשנית
יא! אויך די וואס געהערן צו מוסדות האבן דעם פראבלעם

נאר איך האב יעצט נישט די כח און מוח צו רעדן פון אנדערע

קודם רעד איך פון מיר

און בעז"ה ווען כ'וועל ווערן געהאלפן, וועלן מיר בעז"ה נעמען פראבירן רעדן פון אנדערע, און זיי העלפן
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך האב עס שוין אמאל געהערט פון א מאנסי איד, אבער יעצט פארשטיי איך עס נאך בעסער: דער פראבלעם פון דירות אין וומסבג האט זיך נישט וואס צו פארשטעקן פון די פראבלעם פון מוסדות אים מאנסי.

אלעס גייט צו מיטן כלל פון סופליי און דימענד. די מוסדות אין מאנסי בעטן שכר לימוד פיל העכער ווי אין שטאט, מיט אסאך דריידלעך צו שלעפן ווי מער געלט. עס זענען דא ווייניג און מען דארף צוקומען צו זיי. די זעלבע שפיל וואס די לענדלארדס טוען אין שטאט.

יענער האט מיר אנגעווארנט אז פארן פארגאפט ווערן פונעם ״מאנסי פריוואטע הויז חלום״ זאל איך נעמען אין באטראכט די טייערקייט פון וואוינען אין מאנסי אין אנדערע הינזיכטן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

מי יודע האט געשריבן: נו אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס שטעלסטו דיך נישט צו צו איינע פון די צוויי קהלות??
וואס דארפסטו טון דערצו? צאלן מעמבער געלט? צאל, כ'מיין מער פון דעם דארפסטו נישט טון, איז וואס גייט דיר אן זיך צוצושטעלן פאלי צו איינעם און שלום על ישראל
וואס טוט מען נישט פאר די אייגענע קינדער?
פאלשע מנהיגים? פאלשע רבי'ס? די קרעכצן זאלסטו לאזן ווען דו מאכסט חתונה די קינדער, יעצט שטעל דיך צו!!!



גרינ צו זאגן

אבער די קהלה וויל מיר נישט יעצט

ווייל דאס מיינט אז זיי האבן געבראכן פאליסי (מאכן היסטריה זיי האבן מורא)
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קמח האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: נו אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס שטעלסטו דיך נישט צו צו איינע פון די צוויי קהלות??
וואס דארפסטו טון דערצו? צאלן מעמבער געלט? צאל, כ'מיין מער פון דעם דארפסטו נישט טון, איז וואס גייט דיר אן זיך צוצושטעלן פאלי צו איינעם און שלום על ישראל
וואס טוט מען נישט פאר די אייגענע קינדער?
פאלשע מנהיגים? פאלשע רבי'ס? די קרעכצן זאלסטו לאזן ווען דו מאכסט חתונה די קינדער, יעצט שטעל דיך צו!!!



גרינ צו זאגן

אבער די קהלה וויל מיר נישט יעצט

ווייל דאס מיינט אז זיי האבן געבראכן פאליסי (מאכן היסטריה זיי האבן מורא)

אז די קהלה וויל דיר נישט איז טאקע א פראבלעם, אבער וואס טוט זיך זאלסט גיין צו די אנדערע קהלה, ווי איך פארשטיי ביסטו פון די נייטראלע מענטשן, נו דארף דיר לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם וועלכע דו באלאנגסט, קיין איינע פון די צוויי ווילן דיר נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

@מי יודע, דער איד איז נישט סטופיד, ער זאגט נישט פונקטלעך זיין מצב כדי צו היטן אויף זיין פריוואטקייט, עפעס פארפעלסטו פונעם מציאות, אבער ער פארשטייט די אלע עצות אליין...
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז כאילו געווארן א טרענד וועלכע מוסדות ס'קען אפזאגן מער אפליקאציעס, ונניח אז "מאנסי" מוטשעט זיך מיט געוואוסע פראבלעמען און די סיבה פון אפזאגן איז כדי צו פארמיידן די קינדער פון אזעלכע שטובער פון לערנען אינאיינעם מיט "אונזערע" קינדער, זאלן זיי אבער אין אכט נעמען אז די קינדער פון די שוואכערע עלטערן וואס זיי האבן נישט אריינגענומען און ווי היסטאריע האט איבערצייגט וואלטן זיי געקענט אויסוואקסן ערליך און פרום (און דערמיט איבערדרייען זייערע עלטערן....), אבער למעשה זענען זיי געצוואונגען געשיקט צו ווערן אין שוואכערע מוסדות, גייען זיי זיין שכנים צו "אונזערע קינדער", אין אנדערע ווערטער וועט עס אויסזעהן בערך אזויווי בראנזוויל און בראנקס האבן אויסגעזעהן מיט 60-70 יאהר צוריק, ס'קען חלילה קומען א צייט וואס היסטאריקער וועלן פראבירן צו דערגיין פארוואס אידישקייט אין מאנסי איז אונטערגעגאנגען....
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נאך דעם באוויינט מען פארוואס דער גוי רודפ'ט דעם איד... איין איד מעג זיך דעם צווייטען אויף עסן לעבעדיגערהייט אבער דער גוי האט נישט די זעלבע רעכט....

זי אלע מיידליך האבן איין עצה {רח"ל פאר אזא עצה} ווען איינער גליטשט פון וועג איז דא אן א שיעור געלט און ארג. וואס זענענן גרייט צו העלפן, עס איז די ערליכע יונגליך און מיידליך וואס האבן זיך נישט צו ווען צו ווענדען.. אויף דעם האט נאך מיכאל שניטלצער געוויינט...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”