אבער דא מיין איך אז הרב הירשקאוויץ איז נישט גערכעכט, דאס איז א יסוד דיפערענץ צווישען חסידישע מוסדות און בית יעקב, נישט בבחינת פריזער אודאי ברענגען אונזערע בתי חינוך ארויף קינדער, אבער זרוק חוטרא, ביי אונז איז מסורות אבות דער גרעסטער חינוך, משא"כ און דע ליטע, ממילא די ביידע זאכען גייען נישט ביינעזאם, אויב לערען איך א קינד אז זיין טאטע און מאמע דאס איז תורה הקדושה, און פון די אנדערע זייט וויל איך איב גיבען די חינוך "געפיל" לאמיר זאגען און וויזשניץ אז מען טאר נישט שפאצירען צוזאמען אויפען גאס, אדער סאטמאר אז פרויען דרייוען איז פריצות, וכו' דאס איז נישט מעגליך.
הרב קמח איר האקט מיר אריין.
נו לאמיר אייך זאגען אפאר ווערטער, יעדע נקודה של צער וואס איר האט, רייסט איר דערמיט עולמות, מי יודע וואס מהאט זיך פארזינדיגט דע יאהר, מי יודע וואס מען וואלט אונז פארשריבען, מי יודע אפצו שאצען וויפיל אידען גייען בלייבען לעבען דאס יאהר צוליב אייערע יסורים, אבער דאס איז אלטס אויפען עבר, מכאן ולהבא, ווינטש איך אייך בברכת הדיוט, בשם די גאנצע דלאניע קהילה, אז המלך יענינו ביום קראינו, נאך אונעם היינטיגען טאג זאל דער בוכ"ע אייך העלפען, והזורעים בדמעה ברנה יקצורו, איר זאלט שניידען פירות אייערע קינדער זאלען וואקסען לשם ולתפארת, און אייך ברענגען נחת דקדושה