מה רבו מעשיך ה'
טייגערס זענען פון די גרעסטע אין די קעץ משפחה זייער לענג דערגרייכט ביז 10 פיס און זייער וואג ביז 770 פונט.
זיי האבן זייער א דיקע ווארימע פעל וואס האלט זיי ווארעם אין די שווערע סיבירישע פרעסט.
זיי לעבן געווענליך אינדיווידועל און נישט אין גרופעס.
מען טרעפט זיי בעיקר אין די דרום-מזרח אזיע לענדער.
זיי וואוינען סיי אין טראפישע הייסע פלעצער ווי אויך אין גאר קאלטע טעמפראטורן.
טיגערס זענען זייער גוטע שווימער.
פאנגען זייערע קרבנות וועלן זיי בעיקר ביינאכט, זיי קענען וואנדערן אפאר מייל פון ווי זיי האבן אנגעפאנגען, כדי צו פאנגען זייער עסן.
א טיגער וועט נאר כאפן א קרבן איין מאל פון צוואנציג(א גרויסע לימוד אין רוחניות, מען טאר נישט אויפגעבן).
פאר א טיגער איז גענוג צו עסן איין מאל אין 5-6 טעג.
ער עסט דאן אויפאיינמאל א חשבון פון בערך 88 פונט פלייש.
די איבריגע לאזט ער דארט און נאך אפאר טעג קומט ער צוריק עס אויפעסן, אויב סאיז נאך דא וואס.
דער בענגאל טיגער וועט הארגענען מענטשן צו עסן, אנדערש ווי די געווענליכע טיגער וואס טוען דאס נישט.