Re: מה רבו מעשיך ה'
----
בד"וו איך האב לעצטנס איבערגעקוקט די זאכן וואס איך האב דא געשריבן און עס כאפט א שוידער... די ספעלינג איז געפערליך און די גאנצע מעשה איז באפעפערט מיט גראמאטישע טעותים.
איך בין געווארן היפש איבערגענומען אז אזויפיל ניקים האבן זיך באדאנקט און גארנישט געזאגט איבער די שוואכקייטן דערפון.
וואלט איך היינט געשריבן אזעלכע ארטיקלען וואלט עס באקומען ארום פינף רעאקציעס. דריי וואלטן באשטאנען פון א ויכוח אויב די חיה איז א ליבעראל אדער קאנסערוואטיוו. "הייסטעס דער הייאינע איז ממש א ליבעראל הא?" "אהא, טא דער לייב איז א קאנסערוואטיוו כ'הער...."
דערנאך וואלט געווען נאך צוויי רעאקציעס איבער די ספעלינג "פיינע דזשאב אבער עס איז נישט דא אזא ווארט ווי 'פין' ביטע פאררעכטן".