דיין רבי האט נאכאויך נישט באגרייפט דאן וואס עס איז געשען, ווייל קיינער האט עס נישט באגרייפט. אין די ערשטע פאר מינוט נאך וואס די קראך איז געשען האט מען ניטאמאל געוואוסט אז דאס איז געווען א טעראר אטאקע. מ'האט געמיינט אז עס איז א עקסידענט און סאיז אינטרעסאנט צו זעהן די רויעך גיין אזוי ווייט. קיינער קיינער האט נישט געטראכט אז דער בנין גייט אראפפאלן. - אפילו נישט די הילפס אגענטורן און אפילו נישט.. די טעראריסטן.
איך געדענק דעמאלטס איז א איד אריינגעקומען אין די תלמוד תורה און ממש געוויינט אז מען זאל צאמענעמן די קינדער און זאגן תהלים. ער האט געזאגט אז ער מיינט די וועלט גייט אונטער. ער איז געווען אויס מענטש. שפעטער האט מען אונז מסביר געווען אז אזא אטאקע וואלט געקענט האבן א שוידערליכע עפעקט אויף די עקאנאמיע ובפרט אויף די סטאק מארקעט און פארדעם האט יענער אזוי געציטערט.