מאיר דוד פארקאש - צדיקים
איך פערזענליך האב שוין כמה פעמים געהערט ר' מאיר דוד דאווענען, ער דאווענט מיט א געשמאק, מיט זיין הערליכע שטומע ציעהט ער און דרייט דעם נוסח ווי ס'ברויך צו זיין... סאו דאס אז ער ארבייט אויף א סידי איז גוטע נייעס!
די ניגון "מה לכם לדאוג" איז קאמפאוזד ביי נפתלי משה שניצלער, און שטייצעך אז ער מאכט אויך די מוזיק דערויף... כעלל נישט שרייבן גארנישט אויף נפתלי משה'ן... אבער דאס אז ער איז די פראדוסער איז פיינע נייעס!
די ניגון ווערט געזינגן ביי ר' מאיר דוד אין באגלייטונג פון די באקאנטע "ידידים" קווייער, קאנדאקטעד ביי "צבי בלומענפעלד"... אויך איז דא א גאסט-סאוליסט "יואל קליין, וואס האצעך לעצטענס באקאנט געמאכט מיט זיין ניגון ואפילו בהסתרה...
די ווערטער מה לכם לדאוג קומט פון חיי מהר"ן פון ר' נחמן ברעסלאווער זי"ע, ער זאגט דארט פארן מענטש זאל זיך נישט זארגן פאר יעדע זאך דא אויף די וועלט... און די יודישע ווערטער איז געשריבן געווארן ביי "ליפא"...
https://copy.com/MKBpqf7uFtFCa2Li