היסטאריע: די שווארצע מגיפה
זייער שיין באשריבן די וועלטליכע און אידישע פאסירונגען ארום דעם מגיפה. איך קלעב עס דא אריין די ליינער זאלן הנאה האבן, איך האב נישט נאכגעקוקט די מקורות.
(קרעדיט חיים לעווי )
נב, אויב איז נישט ניחא דאס אהערצושטעלן מאיזה סיבה שהיא קען מען דאס אוועקנעמען.
די שווארצע מגיפה
א בייזער חלום אינעם מיטלאלטער – א צייט פון פּאניק און טויט. א תקופה ווען עס איז פארגעקומען די ערגסטע נאטירליכע טראגעדיע אין היסטאריע. שטעלט זיך פאר, א מענטש גייט אין גאס און ער ווייסט אז יעדער פערטער מענטש וואס ער זעט וועט שטארבן ביז א דריי-פיר טאג. דאס איז געווען די ביטערע מציאות אין יענער צייט ווען א ביטערע אנשטעקיגע קרענק האט געווילדעוועט אומעטום און האט זיך ווי א טאג מער אויסגעשפרייט. א דריטל כינע איז פארווישט געווארן נאך איידער די איבריגע וועלט האט אפילו געוואוסט אז עס קומט.
עס זענען געווען צוויי הויפּט סארטן פון די קרענק. איינס, די "בובאניק" קרענק, איז געווען כאראקטעריזירט פון הויכע פיבער און שטארקע געשווילעכצער אויפ'ן קערפּער. די קרענק האט זיך אנטוויקלט אין ראטן און איז פון זיי אריבערגעקומען צו מענטשן דורך פליגן. די צווייטע, די "נומאניק" קרענק, איז געווען א לונגען מחלה וואס איז איבערגעגאנגען פון איין מענטש צום אנדערן דורך היסן און ניסן.
די ערשטע קאטאסטראפישע עפּידעמיע פון די קרענק איז באקאנט געווארן אלס "דער שווארצער טויט". דאס האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די 1330'ער יארן, אין אזיע, וואו עס האט אומגעברענגט ארום 40 מיליאן מענטשן און איז דאן אריבער צו מערב זייט איבער די וועגן וואו מען פלעגט פארן מאכן געשעפטן, אריינקומענדיג אין אייראפּע אין 1347. עס איז דאן געווען א פּעריאד ווען עס איז נישט געווען גענוג עסן, די ארימע האבן געהאט ווייניג נאטירליכע קעגן-קראפט צו באקעמפן די קרענק, און די פארלוסטן זענען טאקע געווען פיל מער צווישן די ארימע ווי די רייכע. אין בלויז דריי יאר האט דער "שווארצער טויט" זיך אויסגעשפּרייט צו כמעט יעדע קריסטליכע לאנד, פארשניידנדיג גאנצעטע דערפער און שטעטלעך אין איר וועג.
די ערשטע אויסברוך פון די קרענק האט מען געזען אין ענגלאנד אין אקטאבער 1348. אין דארסעט, מעלקאמבע, זענען אנגעקומען צוויי שיפן, וואס איינער פון די מאנשאפט האט מיטגעברענגט די קערנדלעך פון דעם שרעקליכן עפּידעמישן קרענק, און דורך אים זענען די מענטשן פון יענער שטאט געווען די ערשטע אין ענגלאנד צו ווערן אנגעשטעקט.
דאן האט דער בייזער קרענק געשפאנט צו אנדערע שטעט, וואו אלע זענען שאקירט געווארן פון דעם פלוצלינדיגן מלאך המוות וואס האט קוים געלאזט לעבן איינציגע טעג, און צומאל בלויז א האלבע טאג.
די שמועה איבער א געפערליכע קרענק וואס לויפט ווי א וואלד-פייער איבער אייראפּע האט זיך שוין געהערט פאר א שטיק צייט, און עס איז נישט געווען קיין חידוש אז די פארנומענע האנדלען באזע פון בריסטאל איז געווען די ערשטע הויפּט שטאט אין בריטיען צו ווערן אפעקטירט. בריסטאל איז געווען די צווייט גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און איז געווען די הויפּט אריינגאנג-בארטן. דערין האבן געוואוינט העכער 10,000 מענטשן, שטארק צוזאמגעשטופּט אויף אן אופן וואס איז נישט געווען די מערסטע ריין און אפּגעהיטן. מענטשן האבן געהאט די געוואוינהייט צו אויסליידיגן זייער מיסט אינדרויסן פון פענסטער ארויס אויפ'ן גאס. אסאך האבן געהאדעוועט חזירים, וועלכע האבן זיך אויך געקענט דרייען אין די גאסן און זוכן עסן. צוריקגעשטאנענע שטעט האבן געהאט נאך אן ערגערן גורל. אבער צוליב די שמאלע גאסן וואס האט געמאכט גרינגער דאס איבערגיין פונעם קרענק פון איינעם צום צווייטן, איז כמעט האלב פון די באפעלקערונג אויך אין טייל גרויסע שטעט געשטארבן פון די עפּידעמיע. די וואס האבן געלעבט אין אפּגעזונדערטע פּלעצער האבן טאקע ווייניגער געליטן.
אין סעפּטעמבער 1348 האט די קרענק שוין באטראפן לאנדאן, און האט זיך אויסגעשפּרייט ווייטער ארויף במשכ'ן יאר. עס איז געוואקסן מער און מער, יעדן טאג האט מען באגראבן הונדערטער טויטע. דער מצב דארט איז געווען געפערליך צוליב דעם וואס לאנדאן איז געשלאגן געווארן פון ביידע סארטן פון די קרענק, "נומאניק" און "בובאניק". צו די שרעקעוודיגע מצב האט אויך צוגעגעבן דער פאקט אז די אנגעשטעקטע האבן זעלטן געלעבט מער ווי דריי פיר טעג. דריי טאג צוריק האט נאך יענער געלעבט און געלאכט ווי א געזונטער מענטש, און היינט איז ער שוין נישט צווישן די לעבעדיגע. און דאס האט מען יעדן טאג מיטגעהאלטן ביי פריינט, שכינים און אייגענע משפחה. די אנשטעקיגע קרענק האט קיינעם נישט געשוינט. עס האט געמארדעוועט אין לאנדאן ביז 1350, און איז געשאצט צו האבן אומגעברענגט צווישן א דריטל און האלב פון דער באפעלקערונג.
די מארד-מגיפה האט נישט געהאט קיין באשטימטע גרעניצן. עס איז געגאנגען ווייטער און ווייטער אריבער די איירישע ים און האט אריינגעדרינגען אין צפון זייט. די סקאטישע זענען געווען שנעל צו אויסניצן די פארלעגנהייט פון זייערע ענגלישע שכינימ'ס פראבלעם, אייננעמענדיג דורהאם אין 1349. אבער זיי האבן געצאלט דערפאר א טייערן פּרייז. די צוריקקערנדיגע ארמיי האבן אין זייערע באגאזשן מיטגעטראגן אהיים די שרעקליכע קרענק. ווי עס שרייבט איינער פון יענער צייט איבער די דארטיגע שווערע מצב:
"אין 1350 איז געווען א שעדליכע קרענק און טויטליכקייט אין די קענגירייך פון סקאטלאנד, און די קרענק איז שוין אויך געווען עטליכע יאר בעפאר און דערנאך אין פארשידענע טיילן אויף דער וועלט. אזא שטארקע קרענק וואס איז נאכנישט געהערט געווארן זייט די וועלט שטייט ביז צום היינטיגן טאג.די קרענק האט אזוי אויסגעשפּרייט זיין גיפט אז א פולע דריטל פון דער מענטשהייט איז אומגעקומען. עס איז געווען א שרעקליכע טויט. די וואס זענען געפאלן קראנק פון א געוויסע געשווילעכץ אין די פלייש זענען קוים געבליבן לעבן צוויי טאג. די קרענק איז באפאלן מענטשן אומעטום, אבער נאך מער די מיטעלע און נידריגע קלאסן. עס האט געברענגט אזא שרעק אז קינדער האבן זיך נישט געוואגט צו באזוכן זייערע קראנקע עלטערן, אדער די עלטערן זייערע קינדער, נאר יעדער איז אוועקגעלאפן, אויס פחד פון ווערן אנגעשטעקט, ווי פון א ווילדן שלאנג."
זעלטן איז איין מענטש געשטארבן...
אין קומענדיגן יאר איז עס אנגעקומען צו די וועלשע צוזאמען מיט די ענגלישע, און דאן געשווימען צו אירלאנד, וואו די ענגלישע רעזידענטן זענען רעדוצירט געווארן אין גרויסע נומערן.
די קרענק אין די לאנד וועילס (נעבן ענגלאנד) און ארום איז געווען פּונקט אזוי געפערליך ווי ערגעץ אנדערש. א דארטיגער פּאעטיקער שילדערט א לעבעדיג בילד פון די שרעק וואס די קרענק האט געברענגט אין די קרבנות:
"די קרענק האט אויסגעטון דערפער, שטעט, פּאלאצן און גאנצע געגנטער פון זייערע איינוואוינער, אזוי שטארק אז עס איז קוים געווען איינער וואס האט פארלאזט דאס פּלאץ לעבעדיג. די קרענק איז געווען אזוי אנשטעקיג אז די וואס האבן אנגערירט די טויטע אדער קראנקע זענען תיכף אליינס אפעקטירט געווארן און געשטארבן, אזוי אז דער קראנקער און זיין באהאנדלער זענען צוזאמען געפירט געווארן אין קבר. צוליב די מורא און שרעק, האבן מענטשן זיך שווער געקענט ברענגען צו גיין באזוכן די קראנקע און באגראבן די טויטע. עס איז געווען זייער זעלטן פאר בלויז איין מענטש צו שטארבן אין א הויז; געווענליך איז דער מאן, ווייב, קינדער און באדינער אלע געגאנגען דעם זעלבן וועג, די וועג פון טויט. און איך האב אראפּגעשריבן די מורא'דיגע געשעעניש וואס איז געפאלן אין מיין צייט, וואס איך האב אליין געזען אדער געהערט פון אנדערע, כדי אז מען זאל דאס נישט פארגעסן און עס זאל נישט פארלוירן ווערן פון זכרון פון קומענדיגע דורות. איך, זעענדיג אזויפיל קרענק, און ווי די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין שלעכטס, ווארטנדיג צווישן די טויטע אויפ'ן טויט וואס קומט, האב זיך אונטערגענומען צו שרייבן וואס איך האב געהערט און באטראכט, אזוי אז עס זאל נישט בלייבן מיט'ן שרייבער, איך לאז פּארמעט פאר אנדערע צו אנהאלטן מיט די ארבעט, אין פאל איינער וועט לעבן אינעם צוקונפט און עפּעס א זון פון אדם וועט זיך ארויסדרייען פון די קרענק און וועט אנהאלטן די ווערק."
דא האקט זיך עס איבער און עס ווערט נאכגעפאלגט פון אן אנדערע האנט-שריפט וואס שרייבט: 'דא, זעט אויס, איז דער שרייבער געשטארבן.'
די קליינע שטעטל גיוורי אין בורגאנדי האט געהאט ארום 1,600 איינוואוינער ווען די קרענק איז אנגעקומען, אין משך פון דריי מאנאטן זענען דארט געווען 615 טויטפאלן. א דריי-פערטל איינוואוינער פון די שטאט פלארענס, ארום 75,000 מענטשן, זענען געלייגט געווארן אין מאסן-קברים אין בלויז איין יאר.
אין געוויסע פּלעצער האט זיך שוין אנגעהויבן א טיילווייזע ערהוילונג, אבער איז געווארן איבערגעהאקט מיט די צוריקקער פון דעם קרענק, אזוי אז די צפון דייטשע שטעט זענען געווארן ווייניגסטנס 20 פּראצענט קלענער אין ענדע פון 15'טן יאר-הונדערט, ווי זיי זענען געווען אין אנהייב פון 14'טן. די שטאט ציריך האט געהאט 12,375 איינוואוינער אין יאר 1350 און 4,713 אין 1468. קאטאלאניע, א לאנד אין די צפון-מזרח טייל פון די "איבעריען פּענינסולא", האט זיך שנעל ערהוילט פון די ערשטע מגיפה און האט שטאלצירט מיט 95,000 הייזער און פארמס, אבער אין יאר 1497 זענען בלויז פארבליבן 59,000 פון זיי.
אזא הויכע פּראצענט פון די באפעלקערונג האבן פארלוירן זייערע לעבנס אז עס ווערט געשאצט די זעלבע נומערן ווי אויב אייראפּע זאל חלילה ווערן אויסגעשטעלט צו א נוקלעארע מלחמה. ווען די קרענק האט באטראפן א שטאט, איז עס שנעל געלאפן, אפט אפעטירנדיג א פּראפּארץ פון די איינוואוינער אייניג צו וויפיל עס זענען אומגעקומען פון די אטאם באמבעס אין היראשימא און נאגאסאקי.