באהן הנחות
והנחה למדינות עושה!
נישטערנדיג אין אלטע צייטונגען פונעם אלטן היים, מערק איך אן א ספּעציפישער פרט וואס רופט זיך: "בּאַהן הנחה".
פארשידענע ארגאניזאציעס, פריוואטע און ציבור'ישע, אידישע און להבדיל נישט-אידישע פלעגן שאפן הנחות (קיופּאנס, אינעם היינטיגן שפראך) פאר זייערע באקאנטע, זיי צו גרינגער מאכן דאס קומען און פארן מיטן באן אויף מיטצוהאלטן זייערע מסיבות און בּאַלן (להבדיל).
ארבייטער, צום ביישפיל, האבן גענאסן פון באהן-הנחות וועכענטליך, אא"וו. פארלאמענטן און קעניגרייכן האבן פארטיילט באהן-הנחות ווען אימער זיי האבן פאררופן א צוזאמקום, אדער פלעגן זיי סתם באגנאדירן די באפעלקערונג מזמן לזמן.
פארשטייט זיך אז דער חסידישער וועלט איז נישט געבליבן אונטערשטעליג. מ'האט געטיילט "באהן הנחות" פאר די פילע חסידים וואס קומען צו פארן "צום רבי'ן", רעכטס און לינקס. כמעט פון אלע הויפן איבער גאנץ פּוילן קען מען געפונען אנאנסן איבער די "באהן הנחות" וואס זיי פלעגן פארשאפן פאר די חסידים. איך קלער, למשל, א איינפאכער איד, וואס האט נישט געהאט קיין שום משיכה צו קיין שום רבי'ן, האט פשוט אדורך געלערנט אלע רעקלאמעס אין די אויסגאבעס, און וועלכע הויף ס'איז איהם אקעגן געקומען מיטן גרעסטען הנחה, צו יענעם רבי'ן איז ער געפארן.
די 'עסקני החסידות' האבן שווער געארבעט אין פולן שוואונג צו שאפן "באהן-הנחות" פארן "היימישן עולם", איינער מיט 40 פראצענט הנחה און דער אנדערער גאר מיט 50, עכ"פ ס'איז געווען א מחי'. דער געשפרעך פון טאג אויפ'ן מארק איז געווען: וויפיל הנחה האט מען ביי ענק געגעבן?..ווייל ביי 'אונז' האט מען געגעבן...
איך אלץ ליטוואק וואלט זיך מן הסתם אויך צוגעכאפט דערצו. א קלייניגקייט?
-
צוביסלעך וועט מען דא אי"ה ארויפשטעלן 'באהן הנחות' רעקלאמעס פון פילע חסידישע הויפן.
-
מי יתן והיה אז אויך אין די היינטיגע צייטן ווען פילע חסידים פארן און קומען מעבר לים צו זייערע רבי'ס, זאל מען פארטיילן "פליע-הנחות", כאטש מיט א 40 פראצענט ביליגער, און הלואי נאך א 50 פראצענט...