על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע:אין קאך

על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

עס איז דא קרוב צו 50 על חטא'ס. וואו איז דא א גוטע הסבר אויף א יעדע איינס עקסטער, און די חילוקים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'דא אפאר וואס איך האב א גוטע הסבר.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וואלך האט א גיטער ספר אויף דעם
נודניק
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

פאר א שנעלערע אין קלארע פשט עיין מחזור המפורש. א חוצ די פושט׳ע ביי די זייט האט ער אונטען אויפן עמוד א שטיקל מהלך אויף א יעדע על חטא עקסטער.
loeffler
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:45 pm

מיט אבינו מלכנו קען איך דיר העלפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loeffler »

אָבִינוּאונזער טאטע
מַלְכֵּנוּאונזער קעניג

חָטָאנוּמיר האבן געזינדיגט
לְפָנֶיךָפאר דיר.

אֵין לָנוּעס איז נישט דא פאר אונז
מֶלֶךְא קעניג
אֶלָּא אָתָּהנאר דו.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
עִמָּנוּמיט אונז
לְמַעַןפון וועגן
שְׁמֶךָדיין נאמען.

חַדֵּשׁבאַניי
עָלֵינוּאויף אונז
שָׁנָה טוֹבָהא גוט יאר.

בַּטֵּלצושטער
מֵעָלֵינוּפון אויף אונז
כָּלאלע
גְּזֵרוֹת קָשׁוֹתשווערע גזירות.

בַּטֵּלצושטער
מַחְשְׁבוֹתדי טראכטונגען
שׂנְאֵינוּפון אונזערע פיינט.

הָפֵרצושטער
עֲצַתדי עצות
אוֹיְבֵינוּפון אונזערע פיינט.

כַּלֵּהפארלענד
כָּל צַריעדע פיינט
וּמַשְׂטִיןאון שלעכט'ס רעדער
מֵעָלֵינוּפון אויף אונז.

סְתֹוםפארשטאפ
פִּיּוֹתדי מיילער
מַשְׂטִינֵינוּפון אונזערע שלעכט'ס רעדער'ס
וּמְקַטְרִיגֵנוּאון פון אונזערע מקטריגים.

כַּלֵּהפארלענד
דֶבֶרא מארד
וְחֶרֶבאון א שווערד
וְרָעָבאון א הונגער
וּשְׁבִיאון געפענגעניש
וּמַשְׁחִיתאון א פאַרדאַרבער
וְעָוֹןאון זינד
וּשְׁמַדאון א פארטיליגונג
מִבְּנֵיפון די קינדער
בְרִיתֶךָפון דיין בונד (וואס היטן די תורה).

מְנַעפארמייד
מַגֵּפָהא מארד
מִנַּחֲלָתֶךָפון דיין ארבטייל.

סְלַחפארגעב
וּמְחַלאון זיי מוחל
לְכָל עֲוֹנוֹתֵינוּצו אלע אונזערע זינד.

מְחֵהמעק אפּ
וְהַעֲבֵראון פיר אוועק
פְּשָׁעֵינוּאונזערע פשעים
וְחַטֹּאתֵינוּאון אונזערע זינד
מִנֶּגֶדפון אקעגן
עֵינֶיךָדיינע אויגן.

מְחוֹקמעק אויס
בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּיםמיט דיין פיהל רחמנות
כָּלאלע
שִׁטְרֵי חוֹבוֹתֵינוּאונזערע שטרי חובות (פון אונזערע אלטע זינד).

הַחֲזִירֵנוּמאך אונז צוריק קערן
בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָהמיט א גאנצע תשובה
לְפָנֶיךָפאר דיר.

שְׁלַחשיק
רְפוּאָה שְׁלֵמָהא גאנצע רפואה
לְחוֹלֵי עַמֶּךָצו די קראנקע פון דיין פאלק.

קְרַעצורייס
רוֹעַדאס שלעכט'ס
גְּזַר דִּינֵנוּפון אונזער גזר דין.

זָכְרֵנוּגעדענק אונז
בְּזִכָּרוֹן טוֹבמיט א גוטן געדענקעניש
מִלְּפָנֶיךָפון פאר דיר.

כָּתְבֵנוּפארשרייב אונז
בְּסֵפֶר חַיִּים טוֹבִיםאינעם בוך פון א גוט לעבן.

כָּתְבֵנוּפארשרייב אונז
בְּסֵפֶר גְּאֻלָּהאינעם בוך פון אויסלייזונג
וִישׁוּעָהאון הילף.

כָּתְבֵנוּפארשרייב אונז
בְּסֵפֶר פַּרְנָסָהאינעם בוך פון פרנסה
וְכַלְכָּלָהאון שפייז.

כָּתְבֵנוּפארשרייב אונז
בְּסֵפֶר זְכֻיּוֹתאינעם בוך פון זכיות (מצוות).

כָּתְבֵנוּפארשרייב אונז
בְּסֵפֶר סְלִיחָהאינעם בוך פון פארגעבען
וּמְחִילָהאון מחילה.

הַצְמַחמאך שפראצן
לָנוּפאר אונז
יְשׁוּעָהא הילף
בְּקָרוֹבאין די נאנט.

הָרֵםהייב אויף
קֶרֶןדי הערשאפט
יִשְׂרָאֵל עַמֶּךָפון דיין אידישן פאלק.

הָרֵםהייב אויף
קֶרֶןדי הערשאפט
מְשִׁיחֶךָפון דיין געזאלבטען (משיח).

מַלֵּאדערפיל
יָדֵינוּאונזערע הענט
מִבִּרְכוֹתֶיךָפון דיינע ברכות.

מַלֵּאדערפיל
אֲסָמֵינוּאונזערע אוצרות
שָׂבָעמיט זאטקייט.

שְׁמַעהער צו
קוֹלֵנוּאונזער קול
חוּסשוין
וְרַחֵםאון האב רחמנות
עָלֵינוּאויף אונז

קַבֵּלנעם אן
בְּרַחֲמִיםמיט רחמנות
וּבְרָצוֹןאון מיט באוויליגונג
אֶת תְּפִלָּתֵנוּאונזער געבעהט.

פְּתַחעפן אויף
שַׁעֲרֵי שָׁמַיִםדי טויערן פון הימל
לִתְפִלָּתֵנוּצו אונזערע תפילות.

זָכוֹרגעדענק
כִּי עָפָר אֲנָחְנוּאז מיר זענען נאר שטויב.

נָאאיך בעט דיך
אַל תְּשִׁיבֵנוּקער אונז נישט צוריק
רֵיקָםליידיג
מִלְּפָנֶיךָפון פאר דיר.

תְּהֵאעס זאל זיין
הַשָּׁעָה הַזֹּאתדי דאזיגע צייט
שְׁעַת רַחֲמִיםא צייט פון רחמנות
וְעֵת רָצוֹןאון א צייט פון באוויליגונג
מִלְּפָנֶיךָפון פאר דיר.

חֲמוֹלדערבארעם דיך
עָלֵינוּאויף אונז
וְעַל עוֹלָלֵינוּאון אויף אונזערע קינדער
וְטַפֵּנוּאון אויף אונזערע קליינע קינדער.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַןפון וועגן
הֲרוּגִיםדי גע'הרג'טע
עַל שֵׁם קָדְשֶׁךָאויף דיין הייליגן נאמען (קידוש השם).

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַןפון וועגן
טְבוּחִיםדי גע'שחט'ענע
עַל יִחוּדֶךָאויף דיין איינציגקייט.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַןפון וועגן
בָּאֵידי וואס זענען געקומען
בָאֵשׁאין פייער
וּבַמַּיִםאון אין וואסער
עַל קִדּוּשׁאויף צו הייליגען
שְׁמֶךָדיין נאמען.

נְקוֹםנעם נקמה
לְעֵינֵינוּפאר אונזרע אויגן
נִקְמַתדי נקמה
דַּםפון די בלוט
עֲבָדֶיךָפון דיינע קנעכט
הַשָּׁפוּךְוואס איז פארגאסן געווארן.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַנְךָפאר דיינעט וועגן
אִם לֹאאויב נישט
לְמַעֲנֵנוּפאר אונזערט וועגן.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַנְךָפאר דיינעט וועגן
וְהושִׁיעֵנוּאון העלף אונז.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַןפון וועגן
רַחֲמֶיךָ הָרַבִּיםדיין פיהל רחמנות.

עֲשֵׂהטו [גוט'ס]
לְמַעַןפון וועגן
שִׁמְךָ הַגָּדוֹלדיין גרויסען נאמען
הַגִּבּוֹרדער שטארקער
וְהַנּוֹרָאאון דער פארכטיגער
שֶׁנִּקְרָאוואס ווערט גערופן
עָלֵינוּאויף אונז.

חָנֵּנוּגעב אונז גענאדע (א מתנת חנם)
וַעֲנֵנוּאון ענטפער אונז
כִּי אֵיןווייל עס איז נישטא
בָּנוּאין אונז
מַעֲשִׂיםקיין [גוטע] מעשים
עֲשֵׂהטו
עִמָּנוּמיט אונז
צְדָקָהגערעכטיגקייט
וָחֶסֶדאון גענאדע
וְהוֹשִׁיעֵנוּאון העלף אונז
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע:אין קאך

געוואלדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

שוין וועט מ'קען זאגן אביסל ערליכער די אבינו מלכנו'ס
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

דערמאנט מיר א מאסן פראטעסט ווי א עלטרע יוד האט געזאגט הויעך אויפן מייק אני מאמין מיט די יודיש טייטש:lol:
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

אשמנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

(גענומען פון ספר בישרון מלך)

מיר האבן געטוהן עבירות וואס מיר האבן נישט קיין שום תירוץ פארוואס מיר האבן דאס געטוהן (שיח יצחק)

מיר האבן געברענגט א אשם אויף אונזער זעהל דורך די עבירות וואס מיר האבן געטוהן (סידור ישועות ישראל)

דורך אונזערע מעשים זענען מיר געווארן מחוייב כרת וואס דאס איז שממון הנפש (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

בגדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן ווידערגעשפעניגט אין גלייבן אז דער אייבערשטער איז זן ומפרנס יעדן איינעם, און אנשטאט מכיר טובה זיין האבן מיר געטוהן דאס פארקערטע (עץ יוסף)

אונז האבן ווידערגעשפעניגט בין אדם לחבירו, און באצאלט שלעכטס אנשטאט גוטס (חיי אדם)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

גזלנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

כפשוטו.
דאס איז זייער שווער צו זיין נזהר: נהנה געווען פון א גע'גזל'טע זאך וואס א צווייטער האט גע'גזל'ט, גיסן וואסער נעבן די וואנט פונעם חבר, אריינקוקן אין אין א צווייטענס הויז, געטראפן א מציאה און נישט אויסגערופן, נישט געענטפערט איינער וואס האט געגעבן שלום וואס די גמרא רופט אן גזילת העני (שיח יצחק, עץ יוסף)

מיר האבן צוגע'גזל'ט אונזער נפש דורך די עבירות וואס מיר האבן געטוהן (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

דברנו דופי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פון די לשון "דו-פי" - דאפעלטע שפראך.
מיר האבן גערעדט אויסערלעך וואס מיר האבן נישט געהאלטן אין הארץ, גערעדט פארענט פון איינעם אנדערש ווי מ'רעדט הונטער זיין רוקן (סידור עיון תפלה)

מיר האבן גערעדט שאנד ווערטער אויפן אייבערשטן ח"ו אדער אויף מענטשן (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

העוינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פארקרומט גראדע וועגן.
סיי פאר זיך, אז מ'האט פארקרומט די גראדע וועג. סיי פאר אנדערע: א מחטיא את הרבים, גע'פסק'ענט פאר א צווייטן שלא כהלכה, עובר געווען אויף לפני עור לא תתן מכשול (עץ יוסף)

מיר זענען א גלגול פון א נשמה וואס איז שוין געווען כמעט מתוקן נאר איז נתגלגל געווארן צוליב א סבה, און דורך אונזערע עבירות איז די נשמה מער פארקרומט געווארן (חיי אדם)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

והרשענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אליין געטוהן רשעות, און מיר האבן גורם געווען אז אנדערע זאלן ווערן רשעים (עץ יוסף)

מיר האבן געטוהן עבירות צוליב רשעות, נישט צוליב אונזער שלעכטע טבעיות (דובר שלום)

מיר האבן געהאלטן מענטשן צדיקים פאר רשעים (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

זדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געטוהן עבירות בכוונה ובמזיד (עץ יוסף)

מיר האבן געטראכט שלעכטע מחשבות, והרהורי עבירה קשים מעבירה (דובר שלום)

מיר האבן זיך געפירט מיט א שלעכטע הארץ, למשל אונאת דברים (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

חמסנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געצוואונגען איינעם צו פארקויפן עפעס געצווינגענערהייט, כאטש מ'האט באצאלט דערפאר דעם פולן פרייז (עץ יוסף)

מיר האבן עובק געווען אויף אונאת ממון (עץ יוסף)

מיר האבן צוריקגעהאלטן פון אויסלערנען תורה פאר א צווייטן, געשאלטן א צווייטן, איהם פארשעמט - דאס אלעס ווערט אנגערופן "חמס" (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

טפלנו שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

נאכדעם וואס מיר האבן געזאגט שקר, האבן מיר דאס געשטארקט מיט נאך ליגענטס (עץ יוסף)

כדי צו פארשטארקן די ליגענטס האבן מיר אויסגעמישט דערין אביסל אמת (דובר שלום)

מיר האבן זיך באהאפטן מיט עוברי עבירה אפילו מיר האבן נישט געטוהן די עבירה אליין (חיי אדם)

דורך אונזערע עבירות האבן מיר געגעבן כח אז די קליפות זאלן זיך קענען צאמקלעבן און מקטרג זיין, און דאס האט גורם געווען מיתת צדיקים (עץ יוסף, כף החיים פאלאג'י)

מיר האבן אויסגעטראכט בלבולים, ארויסגעלאזט א שם רע, געזאגט פאלשע עדות (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

יעצנו רע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן גע'עצה'ט פאר א צווייטן צו טוהן שלעכטס, און איהם אוועקקערן פונען דרך ה' (עץ יוסף)

מיר האבן גע'עצה'ט פאר א צווייטן א עצה וואס איז פאר יענעם געווען שלעכטס און אינזין געהאט די אייגענע טובה (עץ יוסף)

מיר האבן אפגעמאכט אין הארץ צו טוהן שלעכטס (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

כזבנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן גערעדט ליגענט, סיי לתועלת און סיי נישט לתועלת (עץ יוסף)

מיר האבן צוגעזאגט און נישט מקיים געווען (עיון תפלה)

דורכדעם וואס מיר האבן ליגענט געזאגט פאר יענעם האבן מיר גורם געווען אז יענער זאל אונז צוריקזאגן א ליגענט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

לצנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אפגעלאכט פון זאכן אפילו מיר האבן נישט געמיינט צו לאכן פון די מענטש, מיר האבן געלאכט אויף די ווערטער פון אונזערע חכמים, מיר האבן דערווייטערט זאכן וואס מיר וואלטן געדארפט דערנענטערן (שיח יצחק, סידור עיון תפלה)

מיר האבן פארברענגט אונזער צייט מיט ליידיגקייט און פוסטע רייד (סידור עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

מרדנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פורק געווען עול מלכות שמים (שיח יצחק)

מיר האבן געטוהן עבירות צוליב נישט גלייבן גענוג אין די מצוה (עץ יוסף)

יודע רבונו ומתכוין למרוד בו (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

נאצנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן פארשעמט כבוד התורה, און מחלל געווען שם שמים (עיון תפלה)

מיט אונזערע עבירות האבן מיר גורם געווען אז כביכול זאל ווערן אין כעס, מלשון וירא ה' וינאץ (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

סררנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן זיך אוועקגעקערט פון עבודת ה' (חיי אדם)

מיר האבן בועט געווען אין אייבערשטן פון פיל גוטס וואס ער האט אונז משפיע געווען (עיון תפלה)

מיר האבן פוגם געווען במחשבה (סידור תפלה ישרה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

עוינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געטוהן עבירות במזיד אנצופילן די תאוה (סידור ישועות ישראל)

מיר האבן פארקרומט די דין (עבודת הקודש להחיד"א)

מיר האבן גערעדט מיט עזות (עץ יוסף)

מיר האבן געזינדיגט במעשה (סידור תפלה ישרה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

פשענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן געזינדיגט במעשה (עץ יוסף)

מיר האבן געזינדיגט במזיד.
אפילו מ'גלייבט אין הקב"ה פון דעסטוועגן האט מען במזיד נישט מקיים געווען די מצוות, אדער ווייל מ'האט ח"ו נישט געגלייבט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

צררנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מיר האבן אונטערדרוקט אנדערע מענטשן (חיי אדם)

מיר האבן גורם געווען אז ס'זאל קומען צרות אויף אידן דורך אונזערע עבירות (עיון תפלה)

מיר האבן זיך אליין אונטערדרוקט (עץ יוסף)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”