מיר האבן זיך אליין פארדארבן דורך אונזערע עבירות (עץ יוסף)
מיר האבן פארדארבן אונזער הייליגקייט, און דורכדעם גורם געווען אז אונזער נפש זאל נישט קענען מקבל זיין פני השכינה (תפלה ישרה) אויך האבן מיר דורך דעם גורם געווען מיתת צדיקים (חיי אדם)
מיר האבן פארדארבן אונזער אמונה, דורך גאוה, כעס, פארמאכן די אויגן פון געבן צדקה, און אנדערע זאכן וואס ס'שטייט אויף דעם כאילו עובד ע"ז (חיי אדם)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
מ'האט געצוואונגען ח"ו עובר צו זיין אויף איינע פון די דריי עבירות וואס די הלכה איז יהרג ואל יעבור, און מ'האט יא עובר געווען (סידור בית יעקב - עמדין)
מ'האט געצוואונגען עובר צו זיין אויף אן עבירה, אפילו די הלכה איז אז יעבור ואל יהרג, אבער מ'האט נישט מתפלל געווען אז מ'זאל נישט צוקומען צו דעם נסיון (ברוך שאמר)
באונס וברצון -אז מ'האט געזינדיגט ברצון, און דאס האט גורם געווען אז מ'זאל עובר זיין באונס (שפת אמת - ליקוטים)
אז מ'האט געמוזט טוהן אן עבירה באונס, אבער מ'האט אינזין געהאט הנאה צו האבן דערפון, למשל אויב מ'האט געדארפט עסן באונס אן אכילת איסור און ער האט אינזין געהאט הנאה צו האבן פון די טעם דערפון (נשמת חי')
על חטא שחטאנו לפניך באמוץ הלב
אז מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט צו געבן צדקה פאר ארעמעלייט, אדער געשטארקט די הארץ נישט צו טוהן אנדערע מצוות וואס מ'האט געדארפט צו טוהן, אדער מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט צו אויסצוהערן בקול הורים ומורים (עיון תפלה)
מ'האט געשטארקט דאס הארץ נישט תשובה צו טוהן נאכ'ן עובר זיין אן עבירה (דובר שלום)
דורך דעם וואס מ'האט געטשעפעט א חבר האט השי"ת געפילט די צער קומט אויס אז מ'האט געטשעפעט השי"ת וואס ווערט אנגערופן "ריע" (נשמת חי')
על חטא שחטאנו לפניך בהרהור הלב
טראכטן פון ע"ז, מהרהר זיין נאכ'ן שכינה אדער נאך א רבי, טראכטן אין ד"ת אין נישט ריינע פלעצער, טראכטן פון עבירות וואס איז ערגער פון עבירה אליין, געטראכט נארישע טראכטונגען אנשטאט טראכטן דברי תורה, ווען גערעדט אין לערנען געטראכט אין הארץ הנאה צו האבן און זיך בארימען, מגיס לבו בהוראה, אדער אלע אנדערע זאכן וואס מ'האט געטוהן שלא לשם שמים (דובר שלום)
געצוואונגען א צווייטן צו טוהן אזוי ווי די אייגענע ווילן. א פרנס וואס האט געלייגט אן איבריגע פחד אויפן ציבור (עיון תפלה)
מחזק געווען עוברי עבירה. נישט מחזק געווען וועמען מ'האט געדארפט מחזק זיין, למשל אן ארעמאן, אדער צו בארגן אפילו פאר אן עושר בשעת ער איז געדרוקט אין געלט. נישט ארויסגעהאלפן א חבר אין א צייט פון נויט. נישט מחזק געווען עושי מצוה. געטוהן זאכן נגד רצון ה' ווייל מ'האט נישט מורא געהאט פון מענטשן. נישט אויסגעהערט די ווערטער פון מוכיחים, אדער ערליכע אידן האבן נישט מוסר געזאגט צוליב די שטארקע האנט וואס מ'ווייזט (פני ארי')
דורך די עבירות האט מען אריינגעגעבן א חיזוק און א שטארקקיט פאר די קליפות רח"ל (תפארת עוזיאל)
על חטא שחטאנו לפניך בחלול השם
א גאטספארכטיגע מענטש וואס טוט אפילו א קליינע עבירה'לע פארענט פון מענטשן הייסט דאס א חילול ה' (עיון תפלה)
א ת"ח וואס סעודות איבעראל (עיון תפלה)
א ת"ח וואס רעדט נישט איידל צו מענטשן (פני ארי')
מ'האט גרינגעשעצט אפילו אין איין מצוה, הייסט דאס חילול ה'. (שיח יצחק)
מ'האט אנגערייצט די יצר הרע, למשל מ'האט געקוקט אדער געטראכט פון עבירות וואס דאס האט געברענגט הרהורים, אדער מ'האט זיך גע'חבר'ט מיט שלעכטע מענטשן ביז מ'איז געווארן א חלק פון זייער חברה (עץ יוסף)
מ'האט צוגערעדט אנדערע מענטשן צו טוהן עבירות, און מיט דעם געווארן יענעמס יצר הרע (עץ יוסף)
דורך די עבירות האט מען געגעבן כח פאר די סטרא אחרא וואס דאס איז די יצר הרע (אור המאיר)
אז מ'האט נישט אויסגענוצט די יצר הרע לעבודת ה', למשל די מדה פון גאוה אויף ויגבה לבו בדרכי ה', אדער די מדה פון קנאה מקנא צו זיין ת"ח ויראי ה' וכדומה (עיון תפלה)