גילוי! ווי לאנג נאך??
איך ווייס אז די שמועס איז נישט נוגע יעדן און מענטשען גייען פרעגן און וועלן פארשטיין וואס וויל מען שוין ווייטער. און זיי זענען גערעכט ס'איז נישט נוגע יעדן ווייל ס'איז דא אידן וואס האבן שכל און ווייסן וואס מיינט האלטן דאס פיסקל פארמאכט! אבער ווי אין יעדע גוטע באקס פלוימען וואנדערט אריין איין אומבא'חנ'טע צודריקטע שטיקל, אזוי די זעלבע ביי אונז, צווישן די אלע וואוילע אידן דא פאלט אייביג אריין איין אומגעצייטיגט שטיקל און די גאנצע קעסטל שמעקט פון שימל. די הנהלה האט דערווייל נאכנישט מסכים געווען צו געבן אן 'אייקיו' טעסט פאר אלע ניקס וואס סיינען זיך אריין ביי אונז און דאס מאכט אז מיר ליידן פון אפאר אויסגעהוילטע קעפ.
איך וואלט באמת געוואלט אריין קריכן אינעם ליידיגן שטח פון יענעמ'ס קאפ און זען וואס דארט דרייט זיך דורך ווען ער זעצט זיך אראפ ביים טיש און מיט א שמייכל אויפן פנים און רופט ער זיך אן צו א חבר זיינעם ווייזענדיג מיטן פינגער אויף א דריטן "זעהסט יענעם, יענער איז פון אונזערע" שוטה! פארוואס טוסטו עס? וואס גייסטו פארדינען? וואס טראכט באמת אזא מענטש? ער ווייסט אז דאס קען באדערן, ער ווייסט אז ס'קען גורם זיין אז יענער זאל ווערן אנגעווייטאגט און אויפהערן שרייבן. ווער גייט ליידן דערפון? מיר אלע! גאנץ אייוועלט! פארוואס? ווייל דער הוילקייט האט געהאט א רגע קורת רוח?
פארוואס דארף א איד אריין קומען אין שול און הערן פון אנדערע אז ער האט געשריבן עפעס קעגן/פאר אים? פארוואס?? ווי ווייניג שכל קען א צוויי פיסיגער פארמאגן?
ווען איך בין קול מבשר וואלט איך אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט אים, ס'וואלט צוגעגאנגען בערך אזוי:
וויאזוי שפירט זיך ארום צוגיין צווישן מענטשן מיט אזוי ווייניג שכל?
קענט איר מיטהאלטן געהעריג אלע שמועסן?
ווען האט איר אויסגעפינען אז איר זענט אנדערש פון יעדן?
וויאזוי אפעקטירט דאס אייער משפחה?
וואסערע מעסעדזש האט איר איבערצוגעבן פאר די נארמאלע וועלט?
איר מיינט אלע אז איך טרייב איבער. די לעצטע פאר וואכן האבן אסאך ניקס זיך אפגערעדט אז זייער אידענטיטעט איז ארויסגערינען, איינער האט עס נאכגעהערט פון א משפחה, איינער אין שול, איינער האט סתם אריינגעבאפט אין א ליידיגקייט וואס לויפט אים נאך פאר זיין ניק.. ס'איז ממש אומגלויבליך! וויפיל מ'זאל מסביר זיין, וויפיל מ'זאל וויינען, אייביג וועלן זיין אפאר וואס דערהערן נישט און זייען אן חורבן פאר אנדערע און פאר גאנץ אייוועלט!
ס'איז דא איין עצה און איך גיי פרעגן מיינע קאלעגעס אין די הנהלה צו זיי זענען מסכים מיט מיר אויב יא גייט מען דאס אנפאנגן ניצן. מ'גייט מאכן א בולעטין בארד און פארשעמען ניקס די ניקס וואס קענען זיך נישט האלטן דאס פיסק. זאלן זיינע אלע חברים וויסן אז אזא איד טאר מען קיין סוד נישט פארטרויען און בכלל איז גוט צו שטיין ווי ווייטער פון אים ווייל ער האט נישט די קאממען סענס וואס א כיתה ה' אינגל האט.
ס'קען זיין אז איך קום אריין היפש שארף אבער ס'איז באמת נישטא קיין צווייטע ברירה, די לעצטערע פאר וואכן איז געווען א שיינע פאר מעשיות וואס אידן האבן זוכה געווען צו באקומען א קבלת פנים און זיי קלערן באמת פון אונז איבערלאזן און זיך אפשאקלן פון דא, אלעס ווייל די חסירי דעת האבן זיך דאס פיסקל נישט געקענט האלטן פארשלאסן.
איך האף מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו וועם ס'דארף און זאל דאס דינען ווי א ווארענונג פאר די אלע אז מ'גייט זיי אויסלייגן ברבים און עס גייט זיי זיין 'זייער זייער' אומבא'טעמ'ט.
החותם מיט ווייטאג.