צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
באדינער האט געשריבן:
נו פארצייל שוין די גאנצע מעשה
דער חפץ חיים זי"ע האט געוואלט צאם נעמען חתימות פון רבנים אז לשון הרע איז פונקט ווי עסן חזיר פלייש, האט איינער פון די רבנים געזאגט אז מענטשן וועלן אפלערנען פון די קול קורא אז חזיר פלייש איז נישט אזוי געפערליך...
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה. הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
לאור די לעצטיגע הולכי רכיל וואס האבן אינוואדירט אונזער מחנה מיטן מגלה זיין ניקס אידענטיטעטן, איז כדאי צו אנצייכענען אז א חוץ וואס דאס ווייזט אויף א דעפיציט פון קליגשאפט און נארמאלקייט ווי שלמה המלך זאגט אין משלי (יא יג) הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סּוֹד, ונאמן רוח מכסה דבר. איז דאס א פשוטע "איסור" ווי די גמרא (יומא ד:) זאגטכל האומר דבר לחבירו הרי הוא בבל תאמר עד שיאמר לו לאמר
מטעמים האט געשריבן:
דער אמת איז אבער אז אויב פארציילט מען נישט פאר קיינעם ווערט מען בדרך כלל נישט געוואר ווער ער איז.
נישט פונקט, אפאר אידן האבן מיר שוין דערקענט מתוכן או סגנון הכתיבה, און אויף דעם איז געזאגט געווארן היהפוך כושי את עורו, איך קען נישט שרייבן אנדערש פון וואס איך בין, איז אפי' איך געב זיך אכטונג, דאך, קען מען נישט צופיל
בלייבט נאר צו בעטן אז די פאר וואס ווייסן ווער דו ביסט, זאלן האבן שכל (אויב האבן זיי נישט זענען מיר אויף געהאקטע צרות) און נישט פארציילן ווייטער פאר קיינעם.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
מפעם לפעם קומט א חבר/קרוב/שכן מיר זאגן אז ער 'מיינט' אז ער קען מיין ניק, און פילע מאל איז יענער טאקע גערעכט. וואס איך טוה אין אזא פאל איז, איך זאג אים מיין צווייטע ניק, גיי דיר לחיים ולשלום און זאג נישט פאר קיינעם! איי, ווער איז עין טובה? ענטפער איך אז איך בין עין טובה פונקט ווי איך בין שמואל פעלדמאן...
עין טובה האט געשריבן:
מפעם לפעם קומט א חבר/קרוב/שכן מיר זאגן אז ער 'מיינט' אז ער קען מיין ניק, און פילע מאל איז יענער טאקע גערעכט. וואס איך טוה אין אזא פאל איז, איך זאג אים מיין צווייטע ניק, גיי דיר לחיים ולשלום און זאג נישט פאר קיינעם! איי, ווער איז עין טובה? ענטפער איך אז איך בין עין טובה פונקט ווי איך בין שמואל פעלדמאן...
מיר האבן מענטשען שוין קאנפראנטירט עטליכע מאל, שטערן שטערט עס מיר פערזענליך נישט but i still think its disgusting. געווענליך לייקען איך עס נישט אבער קיין קלארע הודאה וועט ער פון מיר נישט קריגן. די עיקר אישו האב איך מיט אורחים וואס קומען אריין סתם צו ליינען אין נאכדעם טוען זיי מפרסם זיין.
נעכטן נאכט האב איך געהאט צו טון מיט א לא יוצלח וואס האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיינע געהירן און געגריבלט צו איך בין שמעלקא זאפטיגער פון אייוועלט, אמער איינער האט אים געזאגט אז זיין שוואגער האט זיך משער געווען אז איך בין דאס, ווייל ער האט געלערנט מיט מיר אין ישיבה...
איך האב מיר פון אים גאנץ קנאפ דערשראקן, אוי האב איך אים געפירט אויף א שיינע רייד, ער האט נאר געוואלט אפטראגן, פיין האב איך געלאכט, ער איז געווארן מער און מער צומישט פון מינוט צו מינוט, און גלייבט מיר אז קוים וואס מיין עכטע נאמען גלייבט ער מיר יעצט, ער ווייסט שוין נישט וואס איז יא אמת און וואס נישט...
אבער רבותי, איך בין נישט מסכים! עס איז בכלל נישט קיין וויץ! אויב וועלן דא מענטשן קומען און טראגן נעמען, זייט קלאר וויסן אז מ'וועט טון זייער דראסטישע און דראמאטישע זאכן דאס אפצושטעלן, איך זאג אייך בפה מלא, מענטשן וועלן זיל רייסן ד האר אונטערן קאפל און זוכן קרח'ס לאך ווי צו זינקען פאר בושה!
איך וויל קלארשטעלן, איינמאל פאר אלעמאל, די אלע אזוי גערופענע זיסע מענטשן און זעלבסט דערקלערטע גוטזאגער און פלייצע זעצער זאלן מיר גוט אויסהערן: שטייט ווייט פון מיר, ווייל וביום פקדי פקדתי, איינמאל איך נעם זיך צו אייערע ביינער וועט זיין א רחמנות אויף ענק, אבער איך וועל גיין עד הסוף און קיינעם נישט אפשוינען!
איך וויל נישט באגיין קיין סאבאטאזש און טעראר ח"ו, אבער אז איך וועל נישט זען נאך אן אויסוועג וועל איך מיר דערמיט באנוצן, און עס וועט זיין ווייט ווייט פון בא'טעמ'ט, מילד גערעדט.
געדענקט; איך האב געווארנט, קיינער זאל נישט פרובירן יעצט צו זיין זיס! עס איז א שעת הסכנה!
#גענוג איז גענוג!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מטעמים האט געשריבן:
דער אמת איז אבער אז אויב פארציילט מען נישט פאר קיינעם ווערט מען בדרך כלל נישט געוואר ווער ער איז.
נישט פונקט, אפאר אידן האבן מיר שוין דערקענט מתוכן או סגנון הכתיבה, און אויף דעם איז געזאגט געווארן היהפוך כושי את עורו, איך קען נישט שרייבן אנדערש פון וואס איך בין, איז אפי' איך געב זיך אכטונג, דאך, קען מען נישט צופיל
בלייבט נאר צו בעטן אז די פאר וואס ווייסן ווער דו ביסט, זאלן האבן שכל (אויב האבן זיי נישט זענען מיר אויף געהאקטע צרות) און נישט פארציילן ווייטער פאר קיינעם.
קלאר אזוי. איך ווייס פאר א פאקט דעם ניק פון מיינס א קרוב, איך האב עס נישט באשטעטיגט מיט קיינעם, נאר בלויז פון זיין סגנון, די נושאים וועלכע ער איז גוט אדורכגעטון, די ספעציפישע יחוס וואס אינטערעסירט אים, וכו' בין איך גרייט איינצולייגן א מיליאן דאלער אז ער איז עס. מיין בני בית איז אויך געקומען צו די זעלבע החלטה נאכ'ן איבערקוקן יענעם'ס תגובות.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
ס'נישט מעגליך צו וויסן פאר זיכער ווער ס'שטייט אינטער א ניק נאר אויב די ניק איז זיך אליין מגלה בפירוש אדער טאמער שטעלט מען צאם די פיקטשער פון זיינע שרייבאכץ למשל ווי ער וואינט, דאווענט, ארבעטס פלאץ, קאנטרי וכו'. די ליידיגגייער וואס גריבלן אריין צו דערגיין די אידענטיטעט פון אנדערע ניקס דארף מען טאקע אויסשפארן אבער די ניקס דארפן ניצן שכל ביים שרייבן און אביסול פארדרייען פאקטן כנהוג. למשל ווען מ'שרייבט איבער אן עפיזאט אין ביהמ"ד דארף מען נישט מגלה זיין די מקום קבוע, מ'קען שרייבן 'זייענדיג צו גאסט במקום פלוני איז מיר ארויסגעקומען צו זיין אין די ביהמ"ד'. און אודאי זאל מען נישט מגלה זיין פאר א צווייטע ניק בפירוש ווער מ'איז און נאכדעם וויינען צו די הנהלה, ווייל די ביסט דיך אליין שולדיג
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך, אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך