גילוי! ווי לאנג נאך??

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

גילוי! ווי לאנג נאך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווי א צובראכענע סידי, ווי א צוריסענע בענדל טעיפ, קום איך נאכאמאל וויינען און אפעלירן צו די פאר פארמאכטע מוחות און פארטעמפטע קעפ; "הערטס אויף!!"

איך ווייס אז די שמועס איז נישט נוגע יעדן און מענטשען גייען פרעגן און וועלן פארשטיין וואס וויל מען שוין ווייטער. און זיי זענען גערעכט ס'איז נישט נוגע יעדן ווייל ס'איז דא אידן וואס האבן שכל און ווייסן וואס מיינט האלטן דאס פיסקל פארמאכט! אבער ווי אין יעדע גוטע באקס פלוימען וואנדערט אריין איין אומבא'חנ'טע צודריקטע שטיקל, אזוי די זעלבע ביי אונז, צווישן די אלע וואוילע אידן דא פאלט אייביג אריין איין אומגעצייטיגט שטיקל און די גאנצע קעסטל שמעקט פון שימל. די הנהלה האט דערווייל נאכנישט מסכים געווען צו געבן אן 'אייקיו' טעסט פאר אלע ניקס וואס סיינען זיך אריין ביי אונז און דאס מאכט אז מיר ליידן פון אפאר אויסגעהוילטע קעפ.

איך וואלט באמת געוואלט אריין קריכן אינעם ליידיגן שטח פון יענעמ'ס קאפ און זען וואס דארט דרייט זיך דורך ווען ער זעצט זיך אראפ ביים טיש און מיט א שמייכל אויפן פנים און רופט ער זיך אן צו א חבר זיינעם ווייזענדיג מיטן פינגער אויף א דריטן "זעהסט יענעם, יענער איז פון אונזערע" שוטה! פארוואס טוסטו עס? וואס גייסטו פארדינען? וואס טראכט באמת אזא מענטש? ער ווייסט אז דאס קען באדערן, ער ווייסט אז ס'קען גורם זיין אז יענער זאל ווערן אנגעווייטאגט און אויפהערן שרייבן. ווער גייט ליידן דערפון? מיר אלע! גאנץ אייוועלט! פארוואס? ווייל דער הוילקייט האט געהאט א רגע קורת רוח?

פארוואס דארף א איד אריין קומען אין שול און הערן פון אנדערע אז ער האט געשריבן עפעס קעגן/פאר אים? פארוואס?? ווי ווייניג שכל קען א צוויי פיסיגער פארמאגן?

ווען איך בין קול מבשר וואלט איך אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט אים, ס'וואלט צוגעגאנגען בערך אזוי: 
וויאזוי שפירט זיך ארום צוגיין צווישן מענטשן מיט אזוי ווייניג שכל?
קענט איר מיטהאלטן געהעריג אלע שמועסן?
ווען האט איר אויסגעפינען אז איר זענט אנדערש פון יעדן?
וויאזוי אפעקטירט דאס אייער משפחה?
וואסערע מעסעדזש האט איר איבערצוגעבן פאר די נארמאלע וועלט?

איר מיינט אלע אז איך טרייב איבער. די לעצטע פאר וואכן האבן אסאך ניקס זיך אפגערעדט אז זייער אידענטיטעט איז ארויסגערינען, איינער האט עס נאכגעהערט פון א משפחה, איינער אין שול, איינער האט סתם אריינגעבאפט אין א ליידיגקייט וואס לויפט אים נאך פאר זיין ניק.. ס'איז ממש אומגלויבליך! וויפיל מ'זאל מסביר זיין, וויפיל מ'זאל וויינען, אייביג וועלן זיין אפאר וואס דערהערן נישט און זייען אן חורבן פאר אנדערע און פאר גאנץ אייוועלט!

ס'איז דא איין עצה און איך גיי פרעגן מיינע קאלעגעס אין די הנהלה צו זיי זענען מסכים מיט מיר אויב יא גייט מען דאס אנפאנגן ניצן. מ'גייט מאכן א בולעטין בארד און פארשעמען ניקס די ניקס וואס קענען זיך נישט האלטן דאס פיסק. זאלן זיינע אלע חברים וויסן אז אזא איד טאר מען קיין סוד נישט פארטרויען און בכלל איז גוט צו שטיין ווי ווייטער פון אים ווייל ער האט נישט די קאממען סענס וואס א כיתה ה' אינגל האט.

ס'קען זיין אז איך קום אריין היפש שארף אבער ס'איז באמת נישטא קיין צווייטע ברירה, די לעצטערע פאר וואכן איז געווען א שיינע פאר מעשיות וואס אידן האבן זוכה געווען צו באקומען א קבלת פנים און זיי קלערן באמת פון אונז איבערלאזן און זיך אפשאקלן פון דא, אלעס ווייל די חסירי דעת האבן זיך דאס פיסקל נישט געקענט האלטן פארשלאסן.
איך האף מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו וועם ס'דארף און זאל דאס דינען ווי א ווארענונג פאר די אלע אז מ'גייט זיי אויסלייגן ברבים און עס גייט זיי זיין 'זייער זייער' אומבא'טעמ'ט.

החותם מיט ווייטאג.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

פארוואס נאר פארשעמען, מען דארף זיי אינגאנצן אויסשפארן!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שפתים ישק! געלעגער
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך וואלט נישט געוואלט גיין באזוכן יענעמ'ס קאפ… וואס וועל איך דארט טרעפן? עמיר עס לאזן פאר די מנהלים.
אבער כ'גלייב אז ס'איז נישט קיין רעיס, ווער ס'קען אפטון פאר א צווייטן מער שאדן.
אויב ווערט מען געוואויר אז איינער איז א מגלה סוד, דארף מען לכאורה בלאקן זיין איי פי אדרעס, נישט לאזן זיינע תגובות אויפ'ן וועלט'ל, און יעדעס מאל וואס דער ניק שיק ארויס סיי וועלכע אישי צו א צווייטן, זאל דער מקבל באקומען אן אויטאמאטישן מעסעדזש מצד די הנהלה אז דער ניק איז שעדליך - פראוסיעד וויט קאושן עט יור אאון ריסק וכדומה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע:בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען זיך באמת פארזיכערן נישט נתגלה צו ווערן איז דורעך נישט צו פארציילען פאר אנדערע ווער דו ביזט.

בדוק ומנוסה.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8983
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

AHA האט געשריבן: די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען זיך באמת פארזיכערן נישט נתגלה צו ווערן איז דורעך נישט צו פארציילען פאר אנדערע ווער דו ביזט.

בדוק ומנוסה.

בכלל נישט בדוק ומנוסה
איך ווייס כמה וכמה ניקס ווער זיי זענען אן דעם וואס זיי האבן מיר דערציילט, ס'דערקענט זיך אויפן שריפט אדער אין אנדערע וועגן וכו'
איך בין ליידער אויך לעצטענס נתגלה געווארן (איך האב נאך פאר קיינעם נישט געזאגט מיין ניק), און איך האלט שוין אינמיטן זיכן א צווייטע ניק

עני ניק עוועלעבעל?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נישט אייביג העלפט דאס, מען קען זעהן פונעם אופן פון שרייבן אד"ג

בד"וו איינער האט מיר אויך געשיקט א אישי די וואך אז ער איז אינטערעסירט צו וויסן ווער איך בין, די איינציגסטע עצה איז פלעין איגנארירן, נישט ענטפערן ווייל ער וועט דיך דרייען און דרייען ביז ער וועט אויסגעפינען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מי יודע האט געשריבן: עני ניק עוועלעבעל?

מי יודע?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מי יודע האט געשריבן: עני ניק עוועלעבעל?

אני יודע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

פון די אנדערע זייט זעהט מען דא אן די וואוקס פונעם זייטל אז די הנהלה איז מוראדיג פארנומען

ברוך השם פאר דעים
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע:בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

לויט ווי איך הער יעצט בין איך היבש אין דענייעל, מיר האבען דא אפאר מענטעל קעיסעס.

לעטס געט ריד אוף דעם ביפאר דעי ראון דיס פלעיס.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אין ריאליטעט איז שוין גילוי לאנג נישט דער גרויסער בער וואס עס איז געווען פאר פינף יאר צוריק. אינטערנעט האט שוין היינט א כשרער פארמעט, אייוועלט איז שוין היינט ידוע לשם ולתפארת, יא, יעדער און אני בתוכם וויל קען שרייבן אנאנמיעס פאר טויזנט סיבות, אבער מ'קען שוין אנהייבן אראפקריכן פונעם הויכן בוים. שטייטעליך נאר, מ'זאל זיך נישט צוברעכן די ביינער.

כ'וויל מדגיש זיין אז כ'רעד דירעקט נישט פון גיין גריבלען א צווייטנסאידענטיט וואס איז פלעין אן עקלהאפטיגער מדה, כ'רעד פון זיך איבערשטרענגן צו האלטן בסוד סודות די אייגענע אידענטיטעט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ירוחם
ס'איז אסאך געוואנדען אין די ענוויראמענט אין וואס די לעבסט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8983
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: ירוחם
ס'איז אסאך געוואנדען אין די ענוויראמענט אין וואס די לעבסט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געלעגער, דאנק פארן באריכטן

אויב די הנהלה ווייסט יא ווער דער ניק המגלה איז, דארף מען דאך מקיים זיין די שטאטוטן- פארשפארן חסימה חתימה וכו'.
פארוואס בולעטין בארד?

אגב, בין איך אויך פון די נתגלים?
מייין אופן פון שרייבן איז ווי מיין שוואגער, סא דער גריבלער ווייסט דאך נישט וועלכע שוואגער, מיין צי מיין ווייבס, צוגעקומענע צי געבוירענע וכו' אלעס כדי לערבב השטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

פוי פוי, אן עקלדיגע מדה וועכס... איך האב ליידער אויך געהאט עפעס א מעשה, יעצט גיי ווייס וועלכער אויבער חכם ניק איז געווען דער פערד עס צו גיין דערציילן פאר... יענעם
מען דארף גיין בכל תוקף הדין אויסראטן די פראבלעם.
גראדע ווי עטליכע האבן ערווענט, מען קען דערקענען לויטן שריפט און אויך לויטן מהות סא נישט אייביג העלפטט די באהאלטן, גראדע האט איינער פון די גאר גרויסע שרייבער דא, וואס שרייבט שוין אסאך אסאך ווייניגער היינט, מיר אויסגעגאסן ס'הארץ באישי, אזש מיין גאנצע קאמפיוטער איז מיר פליישיג געווארן, ער האט שוין ליידער היפשע מעשיות געהאט....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בולעטין באורד וועט מער אויפטוהן ווי חסימה.
אז איינער האט נישט קיין ניק, וואס וועט מען טוהן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

איך טראכט אז אפשר איז א בולעטון בארד צו שארף, זאל מען עס מאכען אז נאר די ניקים זאלן עס קענען זעהן
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מיר האט איינער געזאגט ווער די ניק ...... איז (כ'אב אים נישט געפרעגט...) צולייגנדיג 'ער קען באשטיין מ'זאל וויסן, ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט...'
הק' איש ימיני
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח געלעגער פארן שרייבן וואס דריקט, ממש מ'האט צו טוהן מיט פראים וואס פאר אביסל אטענציע אז ער קען ווייזן פאר זיין חבר אז ער יז מעכטיג ער ווייסט ווער יענער ניק איז טוט ער מפקיר זיין א מענטשנס פריוואטקייט, אמאל איז עס נאר איינעמס פריוואטקייט און אמאל קען עס יענעם אנמאכן ערענסטע פראבלעמען מיט זיינע ארומיגע.
אזעלכע מענטשן וואס פלויזשען באלאנגען נישט אין אזא ציוויליזאציע, איימסארי זייערע מוחות זענען פשוט נישט אויסגעבויעט צו קענען פארנעמען דאס רעספעקטירן יענעמס פריוואטקייטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

SPUSMN האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: עס טוט מיר פרעזענטליך וויי דאס ענין פון גילוי, ווייל דאס נעמט אוועק דעם גאנצען צוגאנג צו אידיש וועלט, איך בין זיכער אויף מיר זעלבסט לאקערן ארום די נייגעריגע צו וויסען ווער איז דער ישלהוסיף, ס'מיר קיין שום ספק נישט, איך קען דאס נישט צוריק האלטן, אבער אויס געבען דעם אמת קען איך יא.


מיר עגבערט דער ענין פון גילוי אויך זייער שטארק, און פאר א סאך סיבות, א גאנצע ארטיקעל וואלט מען געקענט אפשרייבען דאס צו אנאלאזירען, אבער בקיצור. א סאך מאל באגעגענט מען א מענטש און שוהל און דער fifth sense זאגט אז מיר קענען זיך און סייבער (נישט סיביר ווי מען פלעגט פארשיקען מענטשען). ער קוקט מיר אן ווי א האן בני אדם פאר אים געבען א באטראכט. אמאל גיט מען אפילו א קלער אז ער מוז טראכטען, ווער מיינסטו די ביזט to stare at me, כ'האב דיר דען געגעבען רשות? עס וויל זיך אים זאגען: רעב איד, מיר זיינען דאך גוטע פריינט, מיר וואלטען דאך זיך געדארפט געבען א ווארימע שלום עליכם, אבער אנשטאטס דעם טרעפען מיר זיך און ווייסען אפילו נישט דערפון. איך פיל אז א סאך מאל זענען מיר ווי שיפען אויפען ים וואס קומען אזוי נאנט, און ווייסען אפילו נישט אז זיי האבען זיך באגעגענעט, so sad.

מענטשען און נאטור זענען נייגעריג. איך וועל מודה זיין אז איך בין נייגעריג ווער הרב יש-להוסיף איז, אבער פונדעסטוועגען וועל איך נישט טוהן א פעולה דאס אויס צוגעפונען, ווי למשל to exchange identity, די זאג מיר ווער די ביזט און איך וועל דיר זאגען ווער איך בין. יעדער מאל איינער שרייבט פאלען clues, און א גוטער דעטעקטיוו אויב עס גייט אים בנפשו, קען סוף כל סוף קומען אויף איינעם'ס שפירען.

דערפאר עגבערט עס מיר, ווייל ווי הרב יש-להוסיף האט געזאגט נעמט עס "אוועק דעם גאנצען צוגאנג צו אידיש וועלט". מען וויל נישט שרייבען דאס, און מען וויל נישט שרייבען יענס. אוודאי העלפט עס צו האלטען איינעם און די ראהמען נישט צו שרייבען צווייפעלהאפטיגע זאכען, אבער עס האלט אויך שטארק צוריק א מענטש פון צו זיין זיך און שרייבען וואס ער דארף שרייבען. און ווער פארלירט? אלע ליינער, און א סאך מאל גאנץ כלל ישראל.

די מערסטע מיין איך עגבערט מענטשען, וואס וועט דער גאס זאגען אז זיי וועלען וויסען אז פלוני אלמוני שרייבט אויף דער אינטערנעט. גיי זיי מסביר יעדען איינען אז די ביזט דארט בהיתר ולא באיסור. גיי זיי מסביר יעדען, וואס אייוועלט איז, אז עס נישט סתם א בלאג, נאר א וויכטיגע פלאץ אויפען אינטערנעט ווי ערענסטע מענטשען דערקוויקען זיך ברוחניות (יא ברוחניות ממש), און עס מאכט מענטשען בעסער און ערליכערער אידען, זיי ווייסען צוליב דעם וואס איז דער באדייט פון יעדען יום טוב, ווייסען צו זאגען א ווארט אויף די סדרה, און באקומען א ריינערע אויסקוק און אידישקייט. גיי זיי עס מסביר!!! מען וועט דאך דיר אנקוקען ווי א משוגענער וואס זוכט צו דזאסטיפייען דער טריפהנער אינטערנעט און מטהר זיין דער שרץ בק"ן טעמים. דאס מיין איך איז דער פרובלעם. מען האט מורא פאר דער וואס וועט טאקע נישט פארשטיין, פאר דער וואס וויל נישט פארשטיין, און פאר דער וואס וויל עס שטארק האבען און קען עס נישט האבען און וויל דיך צורייסען אז די האסט עס יא. ער וויל נישט הערען פון גארנישט, טוהט אן די קנאישע קליידער און שרייט אז אינטערנעט איז אסור אסור, נאר מותר פאר פרנסה, און אויך נאר דענמאלץ כאלו כפאו שד.

איך טראג מיך שוין ארום א לאנגע צייט מיט אזעליכע געדאנקען און טאקע דערפאר האב איך געמאכט זיכער אויף אנדערע פלעצער ווי איך בין געווען פאר דא, ווי VIN פאר עס איז גע'אסרט געווארען, און אויף וויקיפעדיע ווי איך האב אויס געשארפט מיין ענגלישען פעדער. דא אבער אויף אייוועלט האב איך זיך ארום געזעהן מיט אן אנדערע מציאות, אז עס איז לא ימלט אז אויב איך וויל שרייבען און ארויס געבען מיינע געדאנקען, אז מענטשען וואס קענען מיר זאלען מיר נישט דערקענען, און טאקע פון אנהייב האב איך געציילט מיינע ווערטער וואס איך שרייב אז עס זאל נישט זיין קיין שום clue ווער איך בין. אבער צום סוף האב איך געזעהן אז כ'וועל און ערגעץ נישט אנקומען מיט אזא מהלך, און שטייטלעך אנגעהויבען טראכטען אז דאס ערגסטע וואס קען געשעהן איז אז מען וועט געוואויר ווערען, אבער טוה איך דען אן עבירה זיך צו שעמען? מיין תחינת הנפש איז א שעמעדיגע און איך וויל בלייבען אנאנימוס, אבער אויב דער פרייז פאר שרייבען איז אז געציילטע מענטשען וועלען געוואויר ווערען פון מיין אדענטיטי בין איך גרייט צו צאלען דער פרייז. איין זאך בעהט איך פון יעדען און פון מיר זעלבסט אויך, אז אויב איר ווייסט ווער איינער איז, לא תלך רכיל, גייט נישט צופלוידערען צו יעדען, נאר אנשטאטס דעם שיקט אריין און אישי צו יענעם אז איר האט אויס געפינען ווער ער איז. מענטשען וועלען אייך דאנקבאר זיין פאר אזא יושרדיגע מהלך. הרבה יותר נשאר בקולמסי, אבער גענוג, יתן לחכם ויוסיף לקח.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

DotCom האט געשריבן: נאכ'ן שטודירן און אנאליזירן דעם פראבלעם פון גילוי בין איך געקומען צום אויספיר אז דער פראבלעם איז אסאך ווייטער און טיפער ווי געמיינט ביז יעצט, די גאנצע אינפראסטרוקטור פון גילוי איז געבויעט אויף שוואכע יסודות און צומישטע כללים.

דהיינו? נאכן אדורכליינען די אומצאליגע אשכולות וואס באציען זיך צום גילוי פראבלעם, און נאכ'ן אדורכפירן אינטערוויו'ס מיט די גרעסטע מומחים אין דעם פעלד און אויך מיט עטליכע קרבנות וואס מפני כבודם וועל איך זיי נישט דא אויסרעכענען, האב איך איינגעזעהן אז באמת וויל יעדער ניק אז זיין נאמען זאל נתגלה ווערן, נישט נאר דאס ער וועט טהון אלע מינע פעולות כדי צוציען יענעם'ס אטענשאן, געוויסע ניק'ס וועלן אויך באשולדיגן יענעם אין גילוי, אזוי ארום צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו זייער אייגענע ניק, די פראבלעם ווערט נאר, ווען פונקט די מענטשן וואס ער וואלט געהאט חשק צו באקענען מיט זיי, זיי ווערן צום סוף נישט געוואר, און די וואס ער האט נישט געוואלט זיך באקענען דייקא די מענטשן ווערן יא געוואר.

סא, דא פאנגט זיך אן די פראבלעם און ווערט נאר ערגער ווי ווייטער מען טראכט אריין, ניק א' וויל זיך באקענען מיט ניק ב', ער פייניגט ניק ב' אויף פארשידענע וועגן, ניק ב' וויל דייקא נישט קענען ניק א' און כאפט נישט וואס ניק א' וויל פון אים, זעהנדיג אז דאס ארבעט נישט, באשלוסט ניק א' ארויסצולאזן אייגענע אינפארמאציע אויף זיך צוביסלעך, אזוי אז ניק ב' זאל כאפן ווער ער איז, להכעיס וועט אבער ניק ב' נישט כאפן, נאר ניק ג' וואס ניק א' קען אים נישט דערליידן און ווען ער זעהט ניק ג' שרייבן אין א אשכול ווערט די אשכול ביי אים מוקצה מחמת מיאוס, פונקט דער ניק וועט אים דערקענען, און ניק ג' איז זיך פארשטייט זיך מתגלה פאר ניק א', סדאך נישט מער ווי מענטשליך, און צו אלע צרות איז דער ניק ג' א גיטער אויך און ער שדכנ'ט אים אן צו זיין שוואגער ניק ד', דאן ווערט ניק א' געוואר אז דער שכן פון קעגנאיבער, וועמענ'ס קינדער צומזיק'ן אייביג זיין קאר און לייגן די שמוציגע פעמפער'ס פאר די קעץ, און ער דער טאטע דער טיפש כאפט פשוט נישט וואטס ראנג, ווערט ער יעצט געוואר אז דער שכן איז טאקע ניק ד', און דא איז ער שוין זיין בעסט פריענד אין מקוה אויך, ווי ער קומט נאך צוגעבן אביסל היימישע פאנגוס, און ניק ה' ווייקט זיך אינעם דערנעבנדיג בור און הערט אלעס, און דערציילט פאר ניק ב' אז ער ווייסט ווער ניק א' איז אבער ער זאגט אים נישט אויס צוליב תקנות, אבער אויף אזויפיל קען ער אים זאגן אז ער איז אויך גיט מיט ניק ד', .... ניק ב' באשלוסט אז ניק א' איז מסתמא די זעלבע שוטה, און דערווייטערט זיך נאך מער, און אזוי דרייט זיך די גילוי רעדל ווייטער אן קיין שום סענס, אן קיין שום השגחה און ווער ווייסט צו וואס עס קען נאך צוברענגען.

בקיצור, איך האלט אז מ'מוז צוריק אנפאנגען די גאנצע גילוי פון סקרעטש, די יעצטיגע סיסטעם איז אביסל אוטדעיטעד, עלטערע טרעפן זיך מיט אינגע, פיינט מיט פריינט, הויעכע מיט קליינע, דארע מיט גראבע, מאכן גילוי איז נישט קיין גרינגער אונטערנעמונג, עס ליגט א געוואלדיגער חכמה אונטער יעדע ריר, די מנהלים ארבעטן יעצט אויף א נייע פראגראם וואס וועט גרינגער מאכן פאר אלע ניקים, אבער ביזדערווייל זאל מען שטייט ווייט פון יעדע מין התקרבות וואס קען פירן צו גילוי רח"ל.

נכתב ונחתם יום א' דר"ח אדר פה קרעטשמע יע"א.
דאט.קאם
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

ירוחם האט געשריבן: אין ריאליטעט איז שוין גילוי לאנג נישט דער גרויסער בער וואס עס איז געווען פאר פינף יאר צוריק. אינטערנעט האט שוין היינט א כשרער פארמעט, אייוועלט איז שוין היינט ידוע לשם ולתפארת, יא, יעדער און אני בתוכם וויל קען שרייבן אנאנמיעס פאר טויזנט סיבות, אבער מ'קען שוין אנהייבן אראפקריכן פונעם הויכן בוים. שטייטעליך נאר, מ'זאל זיך נישט צוברעכן די ביינער.

כ'וויל מדגיש זיין אז כ'רעד דירעקט נישט פון גיין גריבלען א צווייטנסאידענטיט וואס איז פלעין אן עקלהאפטיגער מדה, כ'רעד פון זיך איבערשטרענגן צו האלטן בסוד סודות די אייגענע אידענטיטעט.

RT
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז דורך א טאג און ס'איז נישט נארמאל וואס מענטשען פארציילן וויפיל מ'ליידט זיך צוזאם פון די קרוצי חמורים. דער רעדט זיך אפ אז ס'קען אים קאסטן די פרנסה, א צווייטער האט סתם אזוי בושות פון זיין משפחה, דער האט מיט חברים, און עס פרעגט זיך מיר די שאלה א מיליאן מאל פ-א-ר-ו-ו-א-ס?? פארוואס זאל עס איינער טון פאר א צווייטן? פארוואס זאל איינער נאכלויפן א צווייטן און מוטשענען אז ער זאל אים זאגן זיין ניק?? איך וואלט אזא אינגערמאן דערלאנגט א צומי מיט א דייפער און אים געוויגט אויף א הענד טראק. פארוואס ווען עס זיצן אפאר חברים צוזאמען דארף איין מיקרא מוח זיך אנרופן הויעך אז ער ווייסט ווער ס'שרייבט אויף אייוועלט?? איך וואלט דעם יונגערמאן אריין געשטיפט א שטיגליץ אינעם בארד קניפ...
וועקטס ענק אויף!! יענעמ'ס בלוט איז נישט קיין וואסער און יענעמ'ס ניק איז נישט קיין פאבליק זאך!! ווייסט עפעס וועגן א צווייטן? גוט! יעצט שלעפ אראפ די אויבערשטע ליפ אויפן אינטערשטען און האלט עס אזוי ביז דיין זעכציג! דאס מיינט שווייג!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

געלעגער, כהאב נישט געוויסט אז סלוינטסעך דיך אויפצורעגן... אזאנס גוט צו שרייבן...

צום פוינט עגרי איך הונדערט פראצענט מיט דיר דערויף, ב"ה שהבדלנו...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”