נקדמה פניכם בתודה! איידער מיר וועלן אייך פארציילן די פארשריט, ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די הונדערטער אידן וואס האבן איינגעשריבן צו באקומען די אפדעיטס, און קוקן ארויס אויף די הצלחה פון דעם פראיעקט. מיר האפן אייך כסדר צו האלטן אינפארמירט מיט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער אלע פארשריט פון דעם 'עפארדעבל ליווינג פראיעקט'.
מיר האפן אז דער פראיעקט וועט זיין די ערשטע פון מערערע פראיעקטן וואס וועלן העלפן שליכטן דעם דירות קריזיס אין וויליאמסבורג, דורך געבן פאר תושבי וויליאמסבורג אן ערשט-קלאסיגן אלטערנאטיוו אין דזשערזי סיטי.
די ערשטע פאזע איז צוטיילט אין 4 חלקים.
1) די פולטאן 1 פראיעקט: דריי דירות, וואס די ארבעט איז שוין כמעט פארטיג, מען ענדיגט צו די טיילס, פעינט, און מאלדינגס וכדו'. לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די פולטאן פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן אין בערך 4-5 וואכן.
2) די פולטאן 2 פראיעקט: צוויי דירות. די פאונדעישאנס זענען שוין געגאסן, און מען גרייט זיך אנצוהייבן ארויפציען די ווענט אין די קומענדיגע טעג. – לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די פולטאן 2 פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן בערך אלול תשפ"ד.
3) די ארמסטראנג פראיעקט: צען דירות. זעקס פון די דירות האט מען שוין געגאסן די פוטינגס פון די פאנדעישאנס, און מען גרייט זיך אי"ה צו גיסן דעם גאנצן פאנדעישאן אין די קומענדיגע טעג. די אנדערע פיר דירות, האלט מען אינמיטן לייגן די אייזערנע Rebar פאר’ן פאונדעישאן. – לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די ארמסטראנג פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן בערך אלול תשפ"ד.
מיט געוואלדיגע פרייד טוען מיר דא מיטטיילן מיט אייך, אז די מאמענטום פאר דעם פראיעקט איז אומגלויבליך. עס רעגיסטרירן זיך טאג טעגליך פרישע סובסקרייבער צו באקומען אפדעיטס פונעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט.
מיר האלטן שוין היינט ביי שווערע הונדערטער אידן וואס ווילן מיטהאלטן די פארשריט פון דעם פראיעקט. צווישן זיי פילצאליגע וואס זענען ערנסט אינטערעסירט צו קויפן הייזער פון דעם נייעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט.
ב"ה די פראיעקטן רוקן זיך פאראויס ווי געפלאנט, און מיר וועלן, אי"ה אינעם נאנטן צוקונפט מיטטיילן מער פרטים איבער די פארשריט פון די קאנסטראקשן.
אבער כדי צו קענען פארשטיין בעסער די געברויכן פון די פאטענשל קונים, און כדי צו קענען עפענען א וועיטינג ליסטע פאר די וואס ווילן א דין קדימה ווען עס וועט קומען צום פארקויפן, האבן מיר בייגעלייגט א פאָרם אויסצופילן פאר אלע סובסקרייבערס.
א בליק אויף איינע פון די הערליכע הייזער וואס ווערט נארוואס פארענדיגט. 177 Fulton AVe #1
WOW!
דאס איז שיין!!!!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
כ'האף אז די דעוועלאופערס וועלן זיין ריזענעבל מיט פרייזן פאר די נייע מאסע נחשונים. כ'וויל זעהן א מאווומענט. א פרישע פלייץ.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
אינעם יעצטיגן אפדעיט ווילן מיר אייך מיטטיילן צוויי חלקים פונעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט. אן אפדעיט אויפן קאנסטראקשן פראנט, און אן אפדעיט אויפן מארקעטינג פראנט.
אויפן קאנסטראקשן פראנט קענען מיר מעלדן אז די ארבייט גייט ב"ה אן אין פולן שוואונג. און לויט די שאצונגען וועלן טאקע אלע 23 דירות פונעם ערשטן פאזע זיין גרייט בעפאר די ענדע פון 2024.
פולטאן פראיעקט 2 דירות: די גאנצע לעקטער, פלאמבינג, לאו וואלטעדזש, און עירקאנדישאנינג, איז שוין גע'ענדיגט, מען האלט שוין אינמיטן צו מאכן די ווענט מיט שיעטראק.
ארמסטראנג פראיעקט 10 דירות: האט מען שוין ארויפגעצויגן די ערשטע צוויי שטאק, און מען גרייט זיך צו ענדיגן די גאנצע פרעימינג אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
וואודלאון פראיעקט – 8 דירות: האט יעצט באקומען דעם לעצטן עפראוול, און מען גרייט זיך אנצוהייבן די פאונדעישאנס אין די קומענדיגע וואכן.
דאס איז אין צוגאב צו די ערשטע דירות וועלכע זענען שוין גענצליך גע'ענדיגט.
אין די יעצטיגע טעג ווערן פארענדיגט די פלענער פונעם צווייטן פאזע פון בערך 40 דירות.
אויפן מארקעטינג פראנט ווילן מיר מיט טיילן אז דער ערשטער חלק פונעם מארקעטינג קאמפיין האט ב"ה געמאכט א מעכטיגן אפקלאנג, און פילע הונדערטער תושבי וויליאמסבורג האבן שוין אריינגערופן און קוקן ארויס זיך צו קענען ארויסציען קיין דזשערזי סיטי.
אין די יעצטיגע וואכן איז די מארקעטינג אריינגעגאנגען אין א צווייטע פאזע, מיט א סעריע פון עדס וואס רופט זיך "טראכט אריין און מופט ארויס" .די עדס פון דעם סעריע וועלן ארויסברענגען די טריקענע פאקטן ארום דעם וויליאמסבורג דירות קריזיס, און וויאזוי דער קריזיס ווערט בלויז ערגער פון טאג צו טאג, און עס איז נישטא קיין שום אויסזיכטן בדרך הטבע אז דער קריזיס זאל זיך שליכטן.
די סעריע וועט אי"ה לויפן במשך דעם גאנצן זומער מיט א פרישע פאקט יעדע וואך.
דער עד סעריע האט שוין געברענגט א גרויסער אויפוואכונג איבער דעם קריזיס, והחכם עיניו בראשו צוטון צו די זאך, און זיך ארויסזען פון דעם קריזיס.