-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך טאטע זיסע
»
נאדיר די טעקסט פון דעם שטארקן ארטיקל פונעם שטאט באריכט שרייבער
פערזענליכע אבזערוואציעס נאך א יאר "שטאט באריכט"
בנימין יוסף טעללער
עס איז געווען מיט א יאר צוריק ווען איינער פון איינער פון מיינע באקאנטע אין דשערזי סיטי האט מיר געפרעגט צי איך וואלט אנגעומען צו שרייבן א וועכענטליכע בלעטל פאר דער היימישער ישוב אין גרינוויל, עס וועט אריינעמען נייעס און באריכטן פון די קהילה און די מוסדות און אלעס ארום.
נאכן אויסשמועסן די טעכנישע דעטאלן האט עס געשיינט צו זיין א גוטע געדאנק, און מיר האבן עס אנגענומען.
זייענדיג א שרייבער פאר פרנסה קומט אויס צו שרייבן פאר מערערע קהילות, ביזנעס'ער, מארקעטינג קאמפיינס, און מען פראבירט פאר יעדן קאסטומער צוצושטעלן דאס בעסטע.
ווען מען שרייבט פאר א מארקעטינג קאמפיין, אדער פאר א קאמפיין פון א מוסד צי קהילה וועט מען געווענטליך נעמען די אינפארמאציע וואס מען באקומט, מען וועט עס איבערארבעטן, און פראבירן צו אהערשטעלן דאס שענסטע וואס עס איז שייך, אבער עס מאכט זיך כמעט קיינמאל נישט אז מען זאל ווערן פערזענליך אינוועסטירט אין סיי וועלכע "ארבעט", א ארבעט איז פאר א ארבעט, און מען האלט עס אינדרויסן פונעם פערזענליכן לעבן.
עס איז נישט געווען קיין שום סיבה אין די וועלט פארוואס צו קלערן אז ביים שרייבן פאר די קהילה און מוסדות אין גרינוויל זאל זיין אנדערש, מען וועט נעמען די באריכטן וואס מען וועט אריינשיקן, מען וועט עס פראבירן צו אראפשרייבן שיין און רייך, מיט די האפענונג צופרידנצושטעלן די רעדאקציע פונעם שטאט באריכט, בשעת פערזענליך וועלן מיר פארבלייבן סקעפטיש איבער דער עתיד פון דער שטאט, אזוי ווי מיר זענען געווען בעפאר.
אבער שטייענדיג א יאר שפעטער מוזן מיר קוקן דער מציאות אין פנים אריין, און אנערקענען אז דשערזי סיטי האט געזיגט, פלוצלים סיי ווען דער טעמע פון דער שטאט קומט אויף אין א קיפקע טרעפן מיר זיך פארטיידיגן דער שטאט, ווען מען שרייבט די נייעס איבער די באנייאונג פון א נייע בנין איז עס מיט א עכטע ענטוזיאזם, מיט א עכטע פרייד איבער דער הרחבת גבולי הקדושה, גרינוויל האט מיר באוויזן צו אינפלטרירן, יא, אויך אריין אין מיין פערזענליכע לעבן.
אויב א יאר צוריק איז דזשערזי סיטי אין מיינע אויגן געווען א שטאט ווי אלע נייע שטעט און געגענטער איבער ניו יארק און ניו דשערזי, האט נישט גענומען פאר מיר צו לאנג צו אנערקענען אז ניין, דאס איז א מסכתא פאר זיך, א גענצליך נייע פרשה, עס איז עפעס וואס האט נישט זיינס גלייכן אין ערגעץ.
אנהייב איז עס געווען מיט א צומישעניש, עס איז טאקע אנדערש, אבער מיט וואס? מה הפרשה הזאת ומה טעם יש בה, וואס גייט פאר מיט די מענטשן דארט?
עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע וואכן צו כאפן דער 'נקודה' פון דער שטאט, דאס איז אז דשערזי סיטי איז נישט א שטאט, עס איז א פאמיליע. פינטל.
אמת עס באשטייט פון אלע סארט משפחות, עטליכע סארט חסידות'ער, כמעט יעדע סארט נאטור און מיינונג, אבער דאך איז עס א פאמיליע, מיט אלעס וואס דער ווארט "פאמיליע" נעמט אריין אין זיך.
א פאמיליע באשטייט אויך פון מערערע נאטורן, מערערע מיינונגען, און פאמיליע מיטגלידער קענען אויך געהערן צו מער ווי איין קרייז אדער חסידות, זיי קענען זיין גאר שארף צוטיילט איבער טעמעס, אבער דאך איז דא דער פאקט פון פאמיליע וואס ברענגט זיי צוזאם אינטער איין דאך, און דאס אז זיי זענען פאמיליע, ברודערס און שוועסטערס, זיי זענען בלוט און פלייש, דאס איז אסאך שטערקער ווי סיי וועלכע מיינונגס דיפרענץ, ווי סיי וועלכע דערווייטערונג, ווייל אט דער פאקטאר וועט איבערקומען סיי וואס אינדערמיט.
אט אזוי באטראכטן די איינוואוינער אין גרינוויל זייער שיכות צו די שטאט "פאמיליע".
עס איז איין ווארט, אבער עס נעמט אריין אין זיך גאר אסאך נקודת, וואס אט די נקודות איז דער יסוד פון דער בליענדער שטאט גרינוויל.
ווען מען באטראכט די באציאונגען צווישן די איינוואוינער אין שטאט קומט עס ארויס מיט די שטערקסטע קאלירן.
עס איז נישט ווי צוויי אידן וועלכע וואוינען פונקט אין איין געגענט, נאר עס איז א פאמיליע, יעדער איז יעדנס נאנטע ברידער, יעדער איז גרייט צו ארויסגיין פון זיין וועג צו העלפן א צווייטע איינוואוינער, יעדער איז גרייט צו טון אלעס אין די וועלט אז יעדער איינוואוינער אין שטאט זאל זיך שפירן באקוועם אין שטאט, יעדער איז גרייט צו געבן א פלייצע פאר א צווייטע איינוואוינער, ווייל ער איז נישט א שכן, ער איז א ברידער.
ווען א איד אין שטאט מאכט א שמחה, איז עס די שמחה פון שטאט, ווען די קהילה אדער די מוסדות מאכט סיי וועלכע מעמד, מען דערגרייכט סיי וועלכע פערמיט, סיי וועלכע קלאוזינג, סיי וועלכע פארשריט, איז יו"ט אין שטאט, ווייל עס איז נישט מיין קהילה, מיינע מוסדות, עס איז מיר, עס איז מיין פאמיליע, ממילא זענען זייערע דערגרייכונגען מיינע דערגרייכונגען.
דאס טוט אויך פארענטפערן א הארבע פראגע וואס סיי ווער וואס קען נישט גרינוויל וועט עס פרעגן, וואס איז דער סוד פון גרינוויל? ווי אזוי קען זיין אז דוקא דער געגענט וועלכע וואקסט נישט אזוי שנעל, און איז אריבער אזויפיל שוועריקייטן דורכאויס אירע ערשטע יארן, דוקא זיי זענען די וועלכע זענען די מערסטע מצליח, אויף א פארנעם וואס עס לאזט זיך נישט גלייבן.
די קהילה אין גרינוויל פארמאגט עטליכע קהילות און בתי מדרשים, א ריזיגע צענטראלע בית המדרש וועלכע ווערט יעצט פארברייטערט צו א פרעכטיגער בית השם און אלץ א ווירבלענדע מנינים צענטער, זיי האבן מוסדות, א תלמוד תורה ארויף ביז ישיבה קטנה, א בית רחל מיט אלע עלמענטרי קלאסן, מערערע בנינים, א מוסדות וואס וואקסט גאר שנעל און ברייטערט זיך אויס בכמות און באיכות, א כולל אברכים, אלע סארט וויכטיגע געשעפטן, ארגינעזאציעס פון אלע סארט, פאר אלע יארגענג פון בחורים ביז עלטערע אידן, עס איז א קהילה וואס לעבט אויף א פארנעם ווי א גרויסע קהילה מיט טויזענטער מיטגלידער.
וואס איז דער סוד? עס שטימט נישט אויפן פאפיר, דער חשבון שטימט נישט.
אבער ווי ערווענט איז דער תירוץ איין ווארט "א פאמיליע", יעדער יחיד איז א פאמיליע מיט דער קהילה, און ווען יעדער יחיד ארבעט מיט דער גאנצער אייפער פאר דער שטאט, קהילה, מוסדות, געשעפטן, און וואס נישט, דאן איז עס קיין קינץ בכלל נישט.
עס איז נישט דא נאר א הנהלת המוסדות וואס ארבעט פאר די מוסדות, עס איז נישט דא נאר א הנהלת הקהלה וואס ארבעט פאר די קהילה, עס איז נישט דא נאר א וועד קרן הבנין וואס בויעט דער ביהמ"ד, נאר יעדער יחיד ארבעט פאר אלעס, ווייל עס איז איין פאמיליע, און דער סוקסעס פון דער שטאט איז זיין פערזענליכע סוקסעס, מיט אט דער שטארקער צוזאמענארבעט איז נישט מער דא קיין שום פראגע ווי אזוי דער שטאט האט באוויזן צו אנקומען אזוי ווייט, און ווי אזוי עס שפאנט פאראויס מיט א שטארקיייט.
עס איז קלאר אז מיט דער צוזאמענארבעט פון די 'פאמיליע' איז דשערזי סיטי אויף א אויסגעטראטענע דרך המלך צו ווערן איינער פון די שענסטע אידישע קינדער פארמאגענדיג זיכערע גאסן, א אויפגעבויטע אידישע אינפאסטראקטור, א ליבליכע פאמיליע וואס איז גרייט יעדן צו אריינעמען מיט אפענע ארעמעס, אט דאס האט געבויעט דער שטאט ביז היינט, אט דאס בויט עס ווייטער, און אט דאס גייט פארוואנדלן גרינוויל אין דער גרויסער עיר ואם בישראל אין די קומענדיגע יארן.
אין א זייטיגע נאטיץ איז קלאר אז דער 'נאטור' פון דער שטאט איז א וויכטיגע פאקטאר וועלכע האט ערמעגליכט אז דער שטאט זאל פארוואנדלט ווערן אין א פאמיליע. דער נאטור אין גרינוויל איז עפעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש, יעדער שמייכלט, יעדער איז אויפגעלייגט, יעדער איז אלעמאל גוטמוטיגט, פון דער ראש הקהל ביז דער מנכ"ל, און אלעס אינדערמיט.
נו, מיט די סארט אידן ווער וויל דען נישט זיין א פאמיליע...
אט דאס זענען מיינע געדאנקען שטייענדיג נאך א יאר באקומען א אויבן-אן זיץ אריין קיין גרינוויל. עס איז א דעת יחיד, מען קען מחולק זיין דערויף.