מגיפות החולירע ל"ע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מגיפות החולירע ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אין די יעצטיגע טעג וואס די וועלט שטייט דערציטערט איבער די עבאלע קרענק ה"י, איז פאסיג צו באצייכענען איבער די שרעקליכע מגיפות פון חולירע וועלכע פלעגן פון צייט צו צייט אויסברעכן ה"י.
איינע פון די יארן וואס די מגיפה האט שטארק געבושעוועט איז געווען אין יאר תר"ח.
אט דא וועט באשריבן איבער די פעולות הצדקה פונעם נגיד רבי יעקב יוסף היילפערן פון בארדיטשוב נאך די שרעקליכע מגיפת החולירע פון יאר תר"ח, וואס עס זענען דאן ליידער נפטר געווארן אין שטאט בארדיטשוב צוויי טויזענט אידן ה"י.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אין קובץ בית אהרן וישראל גליון כ"ט איז דא א באשרייבונג איבער די מגיפת החולירע פון יאר תר"ח
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מיין זיידע דער ווילקאמירער פרוש הרה"צ ר' נפתלי צבי זצ"ל איז אוועק אין ירושלים דורך די חולירע מחלה
זיין יא"צ איז טאקע דעם קומענדיגע שבת
זי"ע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

msp האט געשריבן: מיין זיידע דער ווילקאמירער פרוש הרה"צ ר' נפתלי צבי זצ"ל איז אוועק אין ירושלים דורך די חולירע מחלה
זיין יא"צ איז טאקע דעם קומענדיגע שבת
זי"ע

וועלכע יאר?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פון דעם נעמט זיך די ווארט "כוילערעס" וואס מ'ניצט פאר נידעריגע מענטשען?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

אן ארטיקל איבער דעם די חולערע פון יאהר תר"ח וואס איך האב אריין געשטעלט אין מי מנוחות 3
ברענג איך דא אהער לכבוד דעם אשכול

די חולערע פון יאהר תר"ח
אין די אויגן פון ראזענצווייג פון טשערנאוויץ
אלטע ספרים איז א ריזן פעלד פון מסחר און פון פארשונג, ממש א וועלט פאר זיך און גראדע א אינטרעסאנטע וועלט, אבער א באזונדער אפטיילונג אין דעם תחום איז דאס וואס מען טרעפט די אויפשריפטן אויפ'ן שער בלאט, ווי מען טרעפט טיילמאהל פערזענליכע מגילות וואס שפיגלט אפ זיינע איבערלעבענישן אדער די איבערלעבענישן פונעם כלל.
אין א וועלט ווי א ליידיג שטיקל פאפיר איז געווען א ארטיקל און טיילמאל ממש א לוקסוס זענען די שער בלעטער פון ספרים געווארן א אדרעס ווי דער איד האט אויסגעדרוקט זיינע געפיהלען אין פריידן און אין ליידן.
אין אונזער צייט איז נאך געבליבען א זכר צו דעם אז עלטערען שרייבן אריין אין א שער בלאט די ימי הולדת פון די קינדער
צו פארשן דעם אינטרעסאנטן פעלד האבן מיר טאקע געעפנט א אשכול דא אין אייוועלט אונטערן נאמען " חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים וואס האלט שוין ברוך ה' ביי 2000 תגובות פיל מיט תוכן אין אנטהאלט אין זיך אוצרות פון היסטאריע.
אצינד לכבוד דעם מי מנוחות אויסגאבע וויל איך מיטטיילן מיט די ליינער גאר א היסטארישע דאקומענט וואס דאס איז א קינה וואו א איד גיסט זיך אויס דאס הארץ איבער די שרעקליכע כאלערע מגיפה וואס האט געבוזשעוועט אין יאהר תר"ח אין מזרח אייראפע און האט איינגעמאנט אסאך אידישע קרבנות, און האט געלאזט א טיפן רושם אויף די אידשע וועלט ווי מען קען זעהן אסאך איבער דעם אין די פילע שאלות ותשובות ספרים און תולדות הצדיקים [מער איבער די מגיפה זעה= קובץ בית אהרן וישראל שנה ה גליון ה 29 אין די מאמר םון ר' אברהם אביש שור, אגרות הרה"ק מרוזין ובניו חלק א דף עא עג,און אין כרם החסידות א תשמ"א ברענגט ער א קונטרס פון תפילות "עתות בצרה" וואס איז ארויסגעקומען אין טשערנאוויץ בשעת די מגיפה מיט תפלות ניצול צו ווערן פון די מגיפה, און מערקווירדיג אז די מחבר דינן פון די קינה איז אויך פון טשערנאוויץ]
און אט איז די קינה וואס איך האב געטראפען אויף א שולחן ערוך יורה דעה געדרוקט אין אמסטערדאם יאהר תק"כ, וואס האט געהערט פאר א איד ראזענצווייג פון טשערנאוויץ
איבערהאנדלונג איבער די חאלערע פאן ראזנצווייג אין טשערנאוויץ
החולירע
מנתיב לא ידעו אנוש, מדרך לא שזפתו
עין אדם, ממדינות בלי שם. ופגע רע איום
מנדגלות עלה על כל יושבי תבל, לשוטט
על פני אדמה, פיו פעור לבלי חק, לבלע
העולם כלו, ועל לוח לבו הכליון חרות

נוחם יסתר מעיניו גם חנינה
ריחקה ממנו, למען מצוא חמדה ברב
החללים, ולבו יצוק כאבן לרוה עינו
במספר המתים הלא ... יתרו בו
לנהג היצורים לגיא ההרגה ולעשות
האדם כדגי הים כרוש אין מחסה
לו.
רוח משחת ורוח בערה הליכותיו
הודיעו את אימתו ישלח לפניו, גם
חזיונות נוראות, כל לבב יחם וגם
אבירי לבב ישתוללו והמה צירים שליחים
מאויב צר ממתנכם אשר לא ידע שבעה
שבעה

{מ}פלס לרגעים
לעת החיים
מעט ורעים
וכזבים כמים

כצל ענן פורח
ימי חיי גבר
בהולדו בורח
מרחם אל קבר

כנוטע ועוקר
טובו ואסונו
וכענן בקר
יגונו וששונו

את ריעו יריב
על רעות רוח
ומבקר עד ערב
ייגע ולא ינוח

יינצו אנשים
כרמה עלי תלל
כעורבים נגשים
כי ימצא חלל

וגויתו האובדת
אטעטשמענטס
מ1.jpg
מ2.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נחוניא האט געשריבן:
msp האט געשריבן: מיין זיידע דער ווילקאמירער פרוש הרה"צ ר' נפתלי צבי זצ"ל איז אוועק אין ירושלים דורך די חולירע מחלה
זיין יא"צ איז טאקע דעם קומענדיגע שבת
זי"ע

וועלכע יאר?

http://www.shturem.net/images/news/3966 ... 9_6388.pdf
אין תרכ״ו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: מגיפות החולירע ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הדפוס נעצרה
ראה השער בלאט
אטעטשמענטס
MAG.jpg
MAG.jpg (112.2 KiB) געזען 777 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”