מלבין זיין, וויי טון, אומדירעקט אדער ווען עס איז ריכטיג

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פטר חמור
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:31 pm

מלבין זיין, וויי טון, אומדירעקט אדער ווען עס איז ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטר חמור »

עס איז באקאנט פאר יעדן די הארבקייט פון פארשעמען – טשעפענען איינעם, עס איז דא אן א שיעור מאמרי חז"ל, מעשיות בימינו, וואס מען קען אלס ליידן פארן ווייטון א צווייטן יוד, און כ"ש ווען מען ברענגט יענעם צו טרערן, וואס דאס איז דאס ארגסטע.

איז לאמיר אייך פארציילן א מעשה, וואס עס קען זיך מאכן, און עס מאכט זיך טאג טעגליך, און כ'קען באשטיין צו הערן פון די למדנים דא וואס מ'דארף צו טון אין אזא פאל.

וזאת למודעי: כ'מיין נישט דייקא די מעשה וואס כ'גיי אראפברענגען, כ'מיין יעדע געדאנק פון טשעפענען אדער ווייטון, אדער ברענגען צו טרערן איינעם אומדירעקט, אדער דירעקט ווען עס האט זיך אויסגעפעלט.

זיצט א בחור אין ישיבה, גראדע זייער א וואוילער בחור, ער איז שוין לאנג אריבער דעם תיפח, כ'קען נישט און כ'דארף נישט מסביר זיין וויאזוי דער בחור פארברענגט זיינע טעג אין ישיבה, זייענדיג פון די שארית הפליטה, ווואס ביי יעדע פראבלעם וואס א אכצען יעריגער שמויגער האט מיט א משגיח, מאכט ער זיכער אויסצושרייען בקול רם: לאמיר פרעגן יחזקאל, ער איז שוין זיכער דורך אזאנס... עס טוט וויי עד דכדוכה של נפש! כ'מיין אז יעדער פארשטייט אז צו טרעטן אויף זיינע געפילן איז ס'ערגסטע.
ביום מן הימים, קומט ער אהיים, די גאנצע פאמיליע – די וואס קוקן אים אן יעדע נאכט מיט אזא בליק: ווילאנג נאך וועסטו אונז אויפהאלטן דא?.. – קוקט עפעס אויס פרייליכער, ער פילט עפעס א שמחה אין די לופט, זיין טאטע רופט אים צו, גיי זיי מוחל אריין אין ספרים געשעפט שטעל דיר ביי די דריטע אייל מיט א גרינע ספר אין די הענט, בקיצור, כ'וויל נישט מאריך זיין אין די עצם המעשה, עס קוקט אויס גוט, מ'שמועסט אפ בעשוי אויף מארגן 12 אזייגער אינדערפרי, ער קען נישט שלאפן פאר התרגשות, פיינעלי עס קומט בעשוי, ב"ה עס גייט דורך בשלום, מ'שמועסט אפ אז אין א שעה וועט זיין לחיים אי"ה.

למעשה האט דער טאטע פון די מיידל באשלאסן צו פרעגן נאך "איינעם", נישט ווייל ער האט נאך געהאט ספיקות, ער האט געוואלט די שידוך, נאר פשוט צו הערן נאך גוטע גריסן אויף זיין כמעט חתן, למעשה האט יענער עפעס געקרומט מיט די נאז, און דא האט זיך די שידוך גענדיגט.
יעצט דער געוועזענער כמעט חתן גייט אהיים, און דא ענדיגט זיך זיין לעבן. ער פאלט אריין אין בעט מיט בכיות נוראות, פארגיסט אן א שיעור טרערן, און אין הארצן פילט ער א טינא בלב אויפן פערזאן וואס ער האט געמיינט אז ער גייט זיין זיין שווער.

מיין שאלה איז אזוי: מ'קען נישט זאגן אז ער האט געטון עפעס שלעכט. ער האט אלע רעכטן צו פרובירן א בעסערע שידוך פאר זיין טאכטער. אבער למעשה האט ער געברענגט אן א שיעור טרערן ביי א איד.

צו קען ער ליידן פאר דעם? דארף ער אויף דעם תשובה טאן?

איך האב מיטגעהאלטן אזא מעשה (נישט א שידוך – נאר אזא געדאנק, ווי איינער האט איינעם געטשעפעט טוענדיג נאר וואס עס איז ריכטיג געווען אין דעם פאל) און איך קען מעיד זיין אז ווען דער באטראפענער דערמאנט זיך דערפון קען ער וויינען בכיות נוראות אפילו יעצט האלטנדיג א יאר נאך די פאסירונג.

כ'האב געפרעגט אפאר ניקים אין אישי די שאלה, איינער ענטפערט מיר: וואס עפעס זאל ער ליידן? ער דארף טון וואס איז ריכטיג און דאס איבריגע דארף אים נישט אנגיין! ער האט נישט געהאט קיין ברירה, און ער דארף פארדעם נישט ליידן.

ווידער א צווייטער ענטפערט מיר: ער דארף זיכער יענעם איבערבעטן און אז נישט קען ער ח"ו ליידן אויף בייידע וועלטן, און ער איז עס מסביר מיט די באקאנטע משל אז ווייטון יענעם איז א שפיל מיט פייער. און ווען מ'שפילט מיט פייער בריט מען זיך אפ. אפגעזען שולדיג צו נישט.

ביידע האבן נישט געברענגט קיין מקורות פון חז"ל.

ווידעראום א דריטער האט מיר געגעבן א פשוטע עצה: עפן אויף א אשכול, די למדנים דא וועלן דיר שוין וויסן צו ענטפערן.

און פארדעם בין איך דא.

מה בדינו? דארף מען זיך בכלל צוטון מאכן פון אזא זאך? פארשטייט זיך אז לכתחילה זאל מען איבערבעטן און פטור אן עסק, אבער אויב יענער איז נישט מוחל, אדער עס איז שווער אים צו טרעפן, ווי שטארק דארף מען מורא האבן דערפון?

כ'בעט יעדן דא וואס ווייסט עפעס אין די נושא, זאל ביטע מסביר זיין זיין שטעלונג מיט מקורות אויב מעגליך פון מאמרי חז"ל, ספרי מוסר, א.א.וו.

תודה למפרע
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7075
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

סאיז דא די מעשה מיט דער תנא\אמורא וואס האט זיך פארזוימט אביסל אויפן וועג אהיים פון זיין רבין, און זיין ווייב האט געוויינט און ער איז אוועק אויפן פלאץ רח''ל, הגם אז מיט דעם איז איר נאר ערגער געווארן, איז די הסבר אז שערי דמעות לא ננעלו, טרערן קענען ח''ו מעורר זיין דין אפי' באופן וואס סמאכט נאר ערגער פארן בעל הדמעות, כקען מיר נישט דערמאנען די מקור איצטערט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פארשוין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשוין »

עס איז נישט קיין מעשה ווי ער איז געווען מחיוב עס צו טוהן , דער כותב האשכול האט ארום גערעדט ביי א פאל ווי ער האט נישט געהאט קיין ברירה-
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7075
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

כווייס נישט ביי זיין פערזענליכע מעשה, אבער ביי די משל מיטן שידוך האט ער יא געהאט א ברירה, בכלל, מיין פוינט איז געווען אז ווען מרעדט פון טרערן קען לוינען צו מחמיר זיין
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווישוואש האט געשריבן: סאיז דא די מעשה מיט דער תנא\אמורא וואס האט זיך פארזוימט אביסל אויפן וועג אהיים פון זיין רבין, און זיין ווייב האט געוויינט און ער איז אוועק אויפן פלאץ רח''ל, הגם אז מיט דעם איז איר נאר ערגער געווארן, איז די הסבר אז שערי דמעות לא ננעלו, טרערן קענען ח''ו מעורר זיין דין אפי' באופן וואס סמאכט נאר ערגער פארן בעל הדמעות, כקען מיר נישט דערמאנען די מקור איצטערט


אז מ'רעגט פון די נושא דערמאן איך זיך א מעשה וואס איך האב געהערט אויף ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל,

ווען מ'האט עם געבעטן אונטערצושרייבן א קול קורא אויף אברהם פריעד'ס טעיפ, האט ער פארציילט די מעשה, און אויסגעפירט "ווייטאן א איד האט זייער א טייערע פרייז, און איך בין נישט זיכער אז ס'איז ווערט די פרייז"

איך זאג עס נישט נאך פונקטליך אבער דאס איז די מכוון,

און איך מיין אז דאס ווארפט אביסל א ליכט וויאזוי מ'דארף באהאנדלען אזא situation,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמתה לתמר »

די מעשה איז געווען מיט ר' זושא שמעלצערס טעיפס וואס איינער האט געוואלט מאכען א גאנצע אנדריי קעגען דעם און ר' זושא האט אים גערופען און געזאגט אז ער שפילט מיט פייער וווייל ער וועט אים נישט מוחל זיין, איז ער געגאנגען פרעגען דעם ספינקער רבין, אז היות ווי ער מיינט דאך נאר לשם שמים וועט אים דאך עס נישט שאדן, האט ר' העשלע געזאגט אפי לשם שמים שאדט, נאר אויב עס איז לשם שמים טוט מען עס אעפ"כ.

אויב דו מיינסט לשם שמים טו עס אפי' סוועט דיר יא שאדן.

און דאן האט דער איד געכאפט אז מיינט שוין גארנישט לשם שמים
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע:על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

דמתה לתמר האט געשריבן: די מעשה איז געווען מיט ר' זושא שמעלצערס טעיפס וואס איינער האט געוואלט מאכען א גאנצע אנדריי קעגען דעם און ר' זושא האט אים גערופען און געזאגט אז ער שפילט מיט פייער וווייל ער וועט אים נישט מוחל זיין, איז ער געגאנגען פרעגען דעם ספינקער רבין, אז היות ווי ער מיינט דאך נאר לשם שמים וועט אים דאך עס נישט שאדן, האט ר' העשלע געזאגט אפי לשם שמים שאדט, נאר אויב עס איז לשם שמים טוט מען עס אעפ"כ.

אויב דו מיינסט לשם שמים טו עס אפי' סוועט דיר יא שאדן.

און דאן האט דער איד געכאפט אז מיינט שוין גארנישט לשם שמים

דאס איז א גוטס
נאך קיינמאל נישט געהערט
דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמתה לתמר »

שמעתי מידיד בעל המעשה
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ביי די מעשה האט יענער מעורר געוואלט יורד זיין לחייו פון שמעלצער, און דעמאלט האט דער ספינקא'ר רבי זי"ע געזאגט אז ס'קען שאדן אבער לשם שמים טאר מען זיך נישט רעכענען דערויף. איך ווייס נישט פונקטליך וואס די מעשה דא איז, אבער ביים משל האט דער מחותן/טאטע נישט געוואלט און באמת נישט וויי געטון דעם בחור. דער מצב טוט וויי.

לאמיר עס אויסוועלגערן. ער שרייבט אז דער מצב החיים בכלל, אינדערהיים ווי אין די ישיבה איז מורא'דיג שווער, הן מצד די בחורים הן מצד די עלטערן, מיט בליקן און מיט רמזים און מיט אפענע ווערטער - וואס אפילו די וואס זאגן עס מיינען גארנישט, שטעכט עס אבער זייער שטארק.

און דער בחור שטייט אויף ווארט אויף זיין באשערטע. ער דאוונט, רייסט איין און טוט אלעס וואס נאר מעגליך אויפגעראכטן צו ווערן. אבער… פרעג אים נאר צי ער וואט גענומען "אלעס" וואס מ'טראגט אים אן. איך האב מיטגעהאלטן א שידוך וואס מ'האט אנגערטראגן אזא אינעם דעש'ס טאכטער, גראדע זייער א פיינע זאך אבער זי איז -----'ס טאכטער…. דו ווייסט וואס א [משוגענער, וכו' וכו' וכו'] ער איז? זאגט דער בחור: אלעס קען גיין אבער נאר נישט דעיס!

דאס הייסט אז ער פארשטייט אויך אז ס'נישט קיין זאך וואס מ'נעמט פון שעלפ אראפ און ס'איז ווען סייז פיט אול. מ'דארף יעדע זאך באטראכטן בכובד ראש, און מ'דארף און ס'איז ראטזאם צו פרעגן נאך איינעם און נאך איינעם. און דער בחור און זיינע עלטערן טוען אויך אזוי!נו, אוודאי אזוי! מ'דארף דאך וויסן ווער-וואס-ווען-ווי. ס'איז דאך א לעבנס דעסיזשן.

והנה איז דא איינער פון די אנדערע זייט פון די מטבע וואס זוכט אן איידעם פאר זיין טאכטער. ער טוט די זעלבע וואס דער בחור טוט, פרעגט זיך אויך נאך, און איז אויך שוקל בכובד ראש אויף יעדע זאך. אחרי עיון רב האט א שדכן געדרוקט די ריכטיגע באטנס, און דער אויבערשטער האט געהאלפן און ס'קוקט אויס ווי ס'געפעלט. דארף מען זיך רוקן ווייטער…

לאמיר געבן א פרעג דעם בחור: בחור לעבן, אפשר זאלסטו נישט גיין ווייטער, ווייל ס'איז דא א פופציג/פערציג/דרייסיג/צוואנציג/צען/פינף פראצענט טשענס אז ס'וועט נישט געפעלן. אפשר גייסטו נישט צו באשוי?

איך גלייב אז רוב (נארמאלע, באזעסענע) בחורים וועלן ענטפערן אז אפילו אויב ס'איז נאר א פינף פראצענט טשענס סאל יא דורכגיין וויל איך אויך גיין ווייטער. אפילו ווען ס'איז א פינף און ניינציג פראצענט טשענס אז ס'וועט דורכפאלן. ווייל פינף פראצענט יא, איז גאנצע פינף פארצענט מער פון א זיכערע ניין.

און דער בחור גייט און ס'געפעלט נישט. אדער פאר'ן טאט'ן פון די מיידל אדער פאר'ן טאט'ן פונעם בחור. הקיצור דער שידוך איז אויס.

ביידע זייטן גייען אהיים אנטוישט. ביידע האבן געוואלט א שידוך טון, זיי זענען דאך ביידע געקומען. ביידע זוכן די טובה פון ביידעאון אויב זיי זעען אז ס'וועט נישט ארבעטן, מיינט דאס אז דער בחור/די מיידל וואס האט יא געוואלט איז אויך געטראטעוועט, ווייל לויט זיין אינפארמאציע וועט עס נישט שטימען. געדענק! דער בחור מיינט אז מ'האט אים גע'פסל'ט, אבער ס'איז נישט אמת. מ'האט נאר באשלאסן אז לויט די אינפארמאציע איז ער נישט "פאסיג" פאר "די" מיידל.

יעצט ווער זאל ליידן פאר וועמענ'ס טרערן? ביידע וויינען. ביידע זענען אנגעווייטאגט. ביידע האבן אריינגעלייגט כוחות אז מ'זאל האלטן דארט ווי מ'האלט. און ס'איז פאר ביידע צערינען. דער מדובר/מדוברת גייען צוריק לאיתנם הראשון, צום מצב וואו זיי זענען געווען בעפאר דעם שידוך. דער טאטע וואס האט אפגעשטעלט דעם שידוך האט נישט געמאכט דעם בחור/מיידל זיך עלטערן עלנד. ס'איז געווען דער מציאות פארדעם אויך. מ'האט געוואלט פיקסן די מציאות און ס'איז נישט געלונגען. ליידער. זייער ווייטאגליך.

וואס פונקטליך איז די שאלה?
זאל מען מער נישט אנטראגן קיין שידוכים פאר אלטע בחורים/מיידלעך?
זאל מען נאר אנטראגן איין שידוך - דאס וואס מ'ווייסט פון פאראויס אז ס'גייט זיך אויסארבעטן?
זאל מען נאר אנטראגן אזלכע שידוכים וואס דער אנגעווייטאגע זייט וועט קענען זיין דער וואס זאגט אייביג ניין?

דער מצב האט דער אויבערשטער געמאכט. נישט דער שדכן, נישט דער טאטע, נישט דער בחור, נישט די מיידל, און נישט איר טאטע.
דער מצב ערוועקט טרערן. ס'טוט זייער וויי. אבער אז יענער זאל ליידן פון דיינע טרערן ווען יענער טוט דיר א טובה?

וואס וואלט געווען דער דין אויב א דאקטאר שניידט ארויס א שמוציג שטיקל גלאז פון איינעמ'ס הענט, און ס'טוט זייער וויי און יענער וויינט. וועט דער דאקטאר ליידן פון יענעמ'ס טרערן?

איך האב ארויס די קשיא דא?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שיינער געדאנק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זאלער, איך האב פארשטאנען אז זיין פראגע איז צו דארף ער עפעס טאן, גיין איבערבעטן וכדו', אדער וויבאלד עס איז אינגאנצען נישט זיין שולד, איז ער פטור. און זיין פראגע איז ווייטער, קען מען ליידען פון אזא זאך?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיינס א קלוגע קאזינע (שוין אויפען עולם האמת) פלעגט זאגען "מען האט באקומען פעטש, מען האט געגעבען פעטש, און מען האט געטוהן א שידוך".

ביי יעדער בחור און מיידעל וואס טוהען נישט דאס ערשטע שידוך (און דאס איז כמעט יעדען), האט מען איינעם וויי געטוהן. דער פילט זיך געטראפען, דעם טוהט עס וויי, און אויב עס ווערט אויס נאכדעם וואס דאס הארץ צוהט שוין צו דעם, קען עס ברענגען צו טרערען ביים באטראפענע. מען קען זיך אבער נישט צופיל העלפען ווייל כך הוא דרכו של עולם.

וועגען דעם זענען דא עלטערען וואס דערציילען גארנישט פאר זייערע קינדער ווילאנג זיי ווייסען נישט אז "יענער" וויל. אנדערע זאגען יא אלעס און דאס קינד האלט אלעס מיט. ווי ביי איינעם, עס איז נישט דא א כלל.

דער עיקר איז אז מען זאל טוהן וואס מען קען צו ממעט זיין יענעם'ס צער, און ווען מען זאגט אפ, זאל מען עס טוהן מיט שכל, און אויב דער שדכן דריקט און שלעפט ארויס די ריכטיגע סיבה, ליגט אויף אים א פליכט נישט צו גיין צוריק פלוידערען, נאר פארוואסערען דער ריכטיגע תירוץ (דעם ווייטיגליכען תירוץ) וויפיל ער קען, אז עס זאל יענעם נישט וויי טוהן. נאך בעסער זאל דער שדכן מסביר זיין דעם באטראפענע אז עס איז נישט געווען אזא גוטע מעטש ווי מען האט געמיינט.

מיין מאמע ע"ה פלעגט זאגען אז בעסער זאל יענער מיך אפזאגען ווי איך זאל יענען אפזאגען; און צוגעלייגט אז; אויב יענער וויל נישט איז א סימן אז עס נישט געווען דער ריכטיגע זיוויג.

אז מען האט חתונה מיט נישט דער ריכטיגע זיווג שטייט שוין אין ספרים ווי ביטער עס קען זיין; דארף מען זיך פרייען אז מען איז אויסגעהיטען געווארען דערפון. אזוי בערך דארף מען מסביר זיין פארען קינד. (בעסער יעצט וויינען ווי שפעטער וויינען).

עס זענען דא נאך עצות וויאזוי זיך צו באגיין און נישט וויי טוהן, אדער כאטש ממעט זיין דאס ווייטאג; וועליך עס לאזען פאר אנדערע. מען דארף צו דעם אויך האבען סייעתא דשמיא. דאס איז אבער זיכער אז פאר געבען יענעם א הילכיגען פראסק (יותר מדי) אז יענער וועט זיך אויס וויינען פארען באשעפער, שפילט מען זיך מיט פייער. איך מיין אז אין די יהי רצון וואס מען זאגט יעדען אינדערפרי דארף מען עס אויך אין זין האבען אז מען זאל זיין אפגעהיטען פון אזעליכע מצבים און פאסירונגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פטר חמור
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטר חמור »

יישר כח פאר די מגיבים.
ווען מיין שאלה וואלט געווען אז איך האב איינעם אפגעזאגט א שידוך, וואלט איך אויך נישט אינגאנצען געהאלטן ווי זאלער. אמת אז עולם כמנהגו נוהג, מ'דארף אנטרגן שידוכים, די לעבן קומט מיט פעטש, בעסער יעצט וויינען, וכו' וכו', אלעס שיינע הסברות. אבער ווען מ'קוקט פון דעם באטראפענעם'ס שטאנדפונקט, קען מען נישט מסביר זיין אז ער וואלט געטון די זעלבע א.א.וו., ווייל למעשה ציפט עס געפערליך. און ווי איך האב ערווענט אין די שאלה, איז עס א שפיל מיט פייער, און פון פייער "בריט מען זיך אפ"!! אפגעזען צו עס איז די סדר העולם, צו עס איז געווען א הכרח, אונס, א.ד.ג.

אבער מיין שאלה איז ביי יעדע פאל ווי מ'טוט איינעם וויי ווען עס איז א הכרח צו באונס. כ'האב נישט קיין דוגמא אויפ'ן מינוט - אדרבה, אז איינער קען גוט ארויסברענגען אזא מצב וועט עס דער עולם בעסער פארשטיין - און מ'האלט יעצט לאחר המעשה. ס'איז נישט שייך צו מתפלל זיין ס'זאל נישט געשען , עס איז דערנאך, און מ'ווייסט אז עס טוט יענעם זייער וויי. וואס איז מען מחויב צו טוהן? להלכה? מדת חסידות? ביז ווי דארף מען חושש זיין?

די מעשה וואס איך האב מיגעהאלטן, - עס האט צופיל פריוואטע דעטאלן, כ'קען עס נישט ברענגען - איז געווען מיינע צוויי נאנטע חברים, כ'קען מעיד זיין אז 1) דער וואס האט ווייגעטון - כ'ווייס נישט צו ער האט ממש נישט געהאט קיין אויסוועג, אבער כ'בין זיכער אז עס איז דא א שטארקע מקום צו זאגן אז ס'איז געווען בהכרח. 2)דער באטראפענער - א ערווואקסענער מענטש אין אלגעמיין, נישט קיין געפילישער בכלל - קרענקט עס נאך היינט עד דכדוכה של נפשו, ער קען וויינען בכיות נוראות דערוועגן, און ער וויל און קען בשום אופן נישט מוחל זיין דער וואס האט עס געטון.
ווידער דער וואס האט ווייגעטון האט נישט קיין מושג בכלל ווי ווייט ער האט איינעם דערהארגעט.

יעצט מיין שאלה איז זייער פשוט: מ'דארף אויף אזא זאך תשובה טאן? זיך אויסלאכן? אויב יענער וויל נישט מוחל זיין, איז דא א חשש אז עס קען צוריקקומען? וויפיל דארף מען זיך צורייסן צו באקומען יענעמ'ס מחילה??
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך מיין דער עולם איז פארגאנגען אביסעל, און זיך געשטעלט דוקא אויף די איינע משל. ביי שידוכים איז דא אסאך זאכען וואס ביי אנדערע זאכען נישט, ובתוכם, די אלע ווערטער פון די טייערע חבירים. אזוי אויך איז דער עולם אריין אביסעל אין געפיל. לאמיר זעהן וואס די רמב"ם זאגט. כ'מיין צו זאגען מיר דארפן געהעריג פון אינעווענדיג.

די פראגע איז באופן כללי. איינער האט געמאכט א געשעפט וכו', און א צווייטער האט געהאט צער, אבער יענער האט נישט קיין ריכטיגע "טענה", דאך טוט עס יענעם וויי, און יענער לאזט טרערן, צו אן טרערן, יענער איז שטארק בצער. וואס טוט זיך?

כ'מיין אז דאס איז די נקודה. נישט קיין ספעציפישע משל.

לאמיר די ערשטע זאך זעהן, ווי קען אזא שאלה שטיין געשריבן? אין פלא יועץ? ביי "דמעות"? ביי "צער"? ווי שטייען די הלכות פון וויי טאן א צווייטען? ביי יו"כ ביי איבערבעטן?

בקיצור, ווי פאנגט מען אן צו זיכען?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

פטר

דאס אז יענער גיסט טרערן איז נישט גענוג "פאר זיך" אז ס'זאל זיין א פראבלעם, ער דארף זיין גערעכט אויך עכ"פ פון זיין פערספעקטיוו. ר' ישראל סאלאנטער פלעגט זאגן אויף אין לו עליו אלא תרעומות אז אויף תרעומות דארף אויך זיין א היתר.

א פשוטע משל איז ווען מ'דארף איינעם אפזאגן פון א זשאב ווען ס'קלאר די איינציגסטע וועג פארן מעביד אבער דער פועל ווערט אומגליקליך.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מילכיגער האט געשריבן: פטר

דאס אז יענער גיסט טרערן איז נישט גענוג "פאר זיך" אז ס'זאל זיין א פראבלעם, ער דארף זיין גערעכט אויך עכ"פ פון זיין פערספעקטיוו. ר' ישראל סאלאנטער פלעגט זאגן אויף אין לו עליו אלא תרעומות אז אויף תרעומות דארף אויך זיין א היתר.

א פשוטע משל איז ווען מ'דארף איינעם אפזאגן פון א זשאב ווען ס'קלאר די איינציגסטע וועג פארן מעביד אבער דער פועל ווערט אומגליקליך.


ס'איז נישט אינגאנצן אזוי,

דא קומט אריין א חילוק אויב דער באטראפענער איז אנגעווייטאגט אבער "פארשטייט" דעם צד שכנגד אדער נישט,
איך קען נישט פאסקענען, אבער ס'איז קלאר אז אזא חילוק עקזיסטירט,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

נישט צו פאררוקן די כללות'דיגע טעמע איז ביי ארבעט אויך דא אזא מציאות, אז דער ארבעטער האלט/גלייבט אז מ'האט אים בא'עולה'ט עד לב השמים, און דער באלעבאס האלט פונקט פארקערט און ממש ער האט נישט קיין ברירה און זאגט אים אויף, און נישט נאר וואס דער ארבעטער פארשטייט נישט דעם באלעבאס, נאר ער גלייבט אז ער האט בא'גנב'ט די יארן פון זיין לעבן וואס ער איז דארט געווען (און געגלייבט אז דורכדעם וועט ער ווערן א "שותף").

ביי אזא קעיס האבן למעשה אלע רבנים געזאגט פה אחד אז ס'איז דאס בעסטע אזוי צו טון; ארויס און פארטיג. ס'האט זיכער וויי געטון דעם ארבעטער עד דכדוכה של נפש - פאר א יאר-צוויי, ביז ער האט געלערנט אביסל וויאזוי ביזנעס ארבעט און אין רעטראוספעקט פארשטאנען אז מיט ארבעטן שווער און געטריי באקומט מען נישט קיין שותפות, נאר אז דאס גאנצע וואס ער האט באקומען באצאלט איז געווען נאר חלף עבודתו.

לענינינו איז דארט אויך געווען א שפיל מיט פייער - אבער די מעשה וואס די גמרא דערציילט מיט'ן שפיל מיט פייער האט אויך פערעמיטערס. ער האט געדארפט אהיים קומען. זי האט געווארט. ער האט זיך פארשלעפט. ער וואלט זיך געדארפט יאגן מער, כדי איר נישט צו דערשרעקן וכו'.

פון וואו ווערט ארויסגעלערנט אז דער פשט'ל פון 'א שפיל מיט פייער' גייט אויך אן ביי "אלע" מציאות'ן וואס סיי ווען מען "מיינט" אז מ'האט אים בא'עולה'ט און וויינט גייט דער אנדערער כאפן דערפאר?
(לכאורה האבן דאס די ליטווישע בעלי מוסר גענוצט נאר פאר'ן מוסר חלק, און נישט לגבי פסק'נען הלכות), אבער ס'קען זיין אז דאס איז די הלכה, אבער פון די מעשה זעט מען עס לכאורה נישט. והפוסקים יפסקו.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דא האסטו אביסל מראי מקומות איבער דעם ענין.

עי' במס' חגיגה (ה.) בגמרא מאי על כל נעלם, ובספ"ק למדו מזה דכאשר מגיע צער לחברו אפילו אינו מכוון לזה מגיע להאדם רח"ל איזה דבר בגלל זה, עיין במהר"ל, ספר חסידים (סי' מ"ד), ובפלא יועץ (ערך בעלי חיים).

ובמדרש (ב"ר פרשת וישב פד, כ) איתא לפי שגרם מנשה לשבטים לקרוע בגדיהם על מעשה הגביע הנמצא באמתחת בנימין לפיכך נקרעה נחלתם חציה בארץ וחציה מעבר לירדן, והגם שמנשה עשה כן ע"פ צוואת אביו, וכן בנימין גרם לשבטים לקרוע וג"כ נפרע לו בשושן הבירה שנאמר ויקרע מרדכי את בגדיו.

ובמס' ב"ב (צא.) בועז נענש על שלא הזמין מנוח ועי' שם במהרש"א שלא היתה כוונתו לצערו.

ובמס' שמחות (פ"ח ה"ח) איתא דרשב"ג אמר לר"י כה"ג בשעה שהוציאו להורג אולי העונש שאפשר פעם אחת באת אשה ושאלה בפיה והי' ישן, ואמר לה השמש כי ישן עתה ולא הניח לה להכנס, ונצטער האשה, וי"א דרשב"ג אמר כן לר"י, וכן איתא במכילתא דרבי ישמעאל (משפטים, מסכתא דנזיקין, יח) כבר היה רבי ישמעאל ורבי שמעון יוצאין ליהרג, אמר לו רבי שמעון לרבי ישמעאל, רבי, לבי יוצא שאיני יודע על מה אני נהרג, אמר לו רבי ישמעאל לרבי שמעון, מימיך לא בא אדם אצלך לדין או לשאלה ועכבתו עד שתהא גומע כוסך או עד שתהא נועל סנדלך או עד שתהא עוטף טליתך ואמרה תורה אם ענה תענה, אחד עינוי מרובה ואחד עינוי מועט, ובדבר הזה אמר לו, נחמתני רבי.

וכן מצינו בשרה אמנו דעל הצער שנגרם לאבימלך אמר לה אבימלך הנה הוא לך כסות עינים, ונתקיים ביצחק (מגילה טו.), והגם ששרה לא עשתה דבר.

וכן ביצחק ואבימלך, מכיון שרימה את אבימלך אחותי היא, יעקב רימה בברכות, והגם שיעקב אבינו ע"ה עשה כן ע"פ צוואת אמו מ"מ נענש שלבן רימה אותו עם לאה.

ומצינו עוד כהנה רבות.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שיינע מראי מקומות למעלה; הערען מיר שוין א תורהדיגען פערספעקטיוו.

מען קען ניצען נאך. ווייסט איינער אפשר א מעשה רב (און אפילו נישט רב) פון גדולי ישראל ווי זיי האבען גע'עצהט וועגען דעם?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פטר חמור
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטר חמור »

ייש"כ למעלה.

האמיר נישט קיין צייט אויף די מינוט, עמער אי"ה באלד נאכקוקן די מראה מקומות.

אויב מעגליך, ביטע ברענג נאך פון מעשיות ווי מ'האט עס געמוזט טון.

ווי אויך אזוי ווי spusmn האט געבעטן, אויב ווייסטו, אדער א צווייטער, פון א מעשה פון גדולי ישראל, אדער סתם א מעשה בימינו ווי איינער האט געליטן פון אזא מעשה, ביטע עס צוברענגען.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א געוואלדיגע מעשה דא סוף עמוד http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=15 און אריבער דעם דף.
גראדע מעכעלע
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 07, 2014 12:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע מעכעלע »

פין די מעשה מיט האדמו''ר מבפינקא מבואר דאף אם כוונתו לשם שמים וועט מען ליידען,
וכןאין פין עשיו'ס טרערן ליידען מיר נאך ביז יעצט,
נאר דער געטשעפטער דארף וויסן אז עס איזז זייער סכנה'סדיג ווען מען איז מעניש בשבילו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7135
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'זייער זייער אן אינטערעסאנטער אשכול. איך וואלט נאר געוואלט פרעגן למשל אויב מ'בעהט איבער און יענער איז מוחל איז דא מראה מקומות אז ס'איז גורם א חסרון.

למשל א גראסערי מאן לאזט נישט אויפשרייבן ווען די ביל איז זייער הויעך, איינער זאגט אפ א חברותא, מ'זאגט אפ בחורים פון א ישיבה, איינער זאגט אפ א היטש, (ביי א היטש קען אויך זייער ווייטון) מ'זאגט אפ צו זיין דער צענטער (אדער עלעפטער) ביי א מנין.

נאכדעם איז דא ווען ס'קומט צו טשעפענען א צווייטן ווען ס'איז (אדער מ'מיינט אז ס'איז) לשם שמים. אזויפיהל מעשיות ליגט מיר אין קאפ, פון אזוינע מינע טשעפערייען וואס (מ'זאגט) האט גורם געווען פראבלעמען.

איך טראכט אז ס'בלייבט איבער צו בעטן דעם באשעפער אז מ'זאל קיינעם נישט טשעפענען. ווייל צו קען מען יעדן יוצא זיין. אבער אז מ'בעהט דעם באשעפער, קען דער באשעפער מאכן אז יענער זאל נישט ברוגז זיין.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

גראדע מעכעלע האט געשריבן: פין די מעשה מיט האדמו''ר מבפינקא מבואר דאף אם כוונתו לשם שמים וועט מען ליידען,
וכןאין פין עשיו'ס טרערן ליידען מיר נאך ביז יעצט,
נאר דער געטשעפטער דארף וויסן אז עס איזז זייער סכנה'סדיג ווען מען איז מעניש בשבילו


קען זיין אז ס'איז נישט ממש אזוי, נאר ווי אויבנדערמאנט, די רבי האט עם געוואלט טעסטן צו ער מיינט טאקע לשם שמים ממש און די כור הבחינה דערצו איז צו ער איז גרייט צו ליידן. ווי יענער האט זיך טאקע שיין ארויסגעצויגן למעשה. בד"א.
written using the Meshimer web filter
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”