וה' פקד את שרה - קריאה מעורר הזמן
וה' פקד את שרה כאשר אמר,
מ'גרייט זיך אצינד צו שב"ק פרשת וירא, ווי מ'גייט אי"ה ליינען די פרשיות וואס מ'ליינט ראש השנה, די פרשה פון "וה' פקד את שרה" און די פרשה פון די עקידה, וואו עס שטייט די וואך אין מדרש תנחומא אז אברהם אבינו האט געבעטן "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", ווי באקאנט אז די ערשטע טאג ראש השנה ביי קריאת התורה ווען מ'ליינט די פרשה פון וה' פקד, איז מסוגל פאר פקידת עקרות, ווי אויך די הפטורה פון חנה, ווייל קריאה מעורר הזמן, איז דאך אודאי אז פרשת וירא ווען מ'ליינט די פרשיות איז זיכער אויך ביידע קריאות מעורר דעם זמן מק"ו, איינס ווייל "כל הקורא פרק בזמנו מביא טובה לעולם", והשנית והוא העיקר, שטייט דאך אז מ'בלאזט ר"ה שופר לערבב השטן, און צו דערמאנען עקידת יצחק, ווי די גמרא זאגט אז ר"ה איז די שטן עולה ומקטרג, קומט אויס ר"ה בשעת די קריאה דארף מען האבן שטארקע זכותים, אדער שטארק מערבב זיין דעם שטן, כדי ער זאל נישט קענען מקטרג זיין, משא"כ פ' וירא אין א פשוטע שבת אין חודש מרחשון, פאלט פארן שטן נישט ביי אז ער דארף מקטרג זיין, איז די קריאה מסוגל, פארן פשוט'סטן איד בשפל המצב, וואו ער זאל נישט שטיין, להפקד בדבר ישועה ורחמים, ווי אברהם אבינו האט מתפלל געווען אז אין יעדע עת צרה זאל געדענקט ווערן עקדת יצחק, און מיט דעם וועט מען געהאלפן ווערן איז דאך זיכער אז בעת ווען מ'ליינט די פרשיות ווערט זיכער נתעורר יענע זמן, ווי אויך איז באקאנט אז ביים "דברי חיים" איז פרשת יתרו ביים ליינען די פרשה פון קבלות התורה געווען סאך א גרעסערע התעוררות ווי שבועות, איז לכאורה די זעלבע זאך די קריאה פון פרשת וירא איז גרעסער ווי ראש השנה,
די ווארט פקידה טרעף מיר ביי אלע הצטרכות וואס אידן זאלן נאר דארפן, אויף "בני" שטייט "וה' פקד את שרה, אויף "חיי" זאגט מען ראש השנה ביים דאווענען "ובריות בו יפקדו להזכירם לחיים ולמות", פרשת וירא איז דאך מעין ראש השנה, ווי געשריבן, אויף מזוני שטייט "כי פקד ה' את עמו לתת להם לחם", און בני מיינט אלעס וואס מ'דארף האבן צו ערציען קינדער, מ'דארף זיין געזונט, און האבן פרנסה, און זיי מגדל זיין און חתונה מאכן, וכולהו וכולהו, איז דאך אודאי אז ווען מ'ליינט די פרשה "וה' פקד", איז מסוגל פאר אלעם, אין מדרש רבה די וואך אויפן פסוק "צחוק עשה לי אלקים כל השומע יצחק לי" שטייט "הרבה עקרות נפקדו עמה, הרבה חולים נתרפאו בו ביום, הרבה תפלות נענו עמה, ורב שחוק היה בעולם", איז דאך אודאי אז וועלן מ'ליינט די פסוק איז קריאה מעורר הזמן, אז עס זאל זיין נאר "שמחה" ביי יעדן איד, און געהאלפן ווערן בכל מילי דמיט’, און די זעלבע זאך ווען מ'ליינט די פרשת עקידה איז די קריאה מעורר דאס וואס שטייט אין מדרש תנחומא "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", כנ"ל געהאלפן צו ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, און צו מחילת עוונות, (פאר ווערט עס האט שוין עספיעט פרישע, זייט יו"כ)
די סאטמאר רבי (דברי יואל) זצ"ל, האט אמאל געזאגט אין מירון, אויף די גמרא, "למה אמותינו עקרות משום שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים", אז פארוואס האבן זיי פונקט געהאט די צרה, עס וואלט פוננקט אזוי געקענט זיי סיי וועלכע אנדערע צרה, נאר סתם אזוי ווען א צדיק האט א צרה איז ער מאמין באמונה שלימה אז "מאתו לא תצא רעות" און זאגט "גם זו לטובה" ער פארשטייט אז דער אייבערשטער וויל אזוי דארף לכאורה אזוי צו זיין, במילא רייסט ער נישט איין, משא"כ ביי די צרה פון נישט האבן קינדער ח"ו, אויף דעם זענען צדיקים נישט מוותר, רייסן זיי יא איין, במילא האבן אונזערע אבות ואמהות דוקא געהאט די צרה, כדי זיי זאלן מתפלל זיין, און מיט דעם האבן זיי געעפענט א צינור פאר אידן אין אלע דורות ווען עס זאל ח"ו נאר נישט זיין די צרה, זאלן זיי קענען מתפלל זיין און געהאלפן ווערן, קומט אויס פון דעם אז ווען איינער איז ח"ו געשלאגן מיט די צרה איז עס ווייל הקב"ה מתאוה לתפלתו און ער וויל אז ער זאל מתפלל זיין,
עס איז ליידער נישט קיין סוד בימינו אלה, וויפיל אידן האלטן שוין יארן נאך די חתונה און זעהן ליידער נישט קיין פתח של ישועה, אין דעם ענין, וויפיל אידן וויינען יעדן טאג ביי "ונהי' אנחנו וצאצאינו" אויף זייערע דורות העתידים, און האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זעהן זייערע דורות מיט די אויגן, וויפיל נחלי דמעות האבן שוין אידן פארגאסן ר"ה ובפרט היי יאר, בשעת'ן ליינען "וה' פקד את שרה", וויפיל אידישע מענער און אידישע פרויען, האבן זיך געשטיקט פון טרערן ביים זאגן די הפטרה ביי די ווערטער "כי את חנה אהב וה' סגר רחמה", און מתפלל געווען אויפן "ותהר חנה ותלד בן", לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט אסאך דרכים אין רפואה פאר די זאכן, וואס איז אמאל נישט געווען, איז ב"ה דא סאך שטערקערע האפענונג ווי אמאל, בפרט ווי די גמרא זאגט "אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף" און מיר זענען שוין טיף אריין אינעם לעצטן פערטל פון אלף השישי, איז די זמן זיכער מסוגל אראפצוברענגען אלע נשמות, דארף מען זעהן אויסנוצן די מינוטן ווען מ'ליינט די פרשיות איינצורייסן פאר די אידן וואס קוקן ארויס אויף סיי וועלכע ישועה ובפרט פאר די וואס ווארטן און לעכצן צו דעם "כעת חי' והנה בן", און האפן אז דעם קומענדיגן ר"ה זאל שוין זיין "כי פקד ה' את ענייך" זאלן געהאלפן ווערן און זאלן שוין קומענדיגע ר"ה זאגן די הפטרה בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, און ס'זאל אראפגעברענגט ווערן אלע נשמות מגוף עדי נזכה לביגו"צ בב"א