פון דעם פיוט אין יום שבת קודש הוא(?) וואס מען זינגט סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר יוכיח בו מנוח, זעהט אויס אז אין יענע צייטן האט מען געוואוסט דערוועגן, און דאס האט געדינט ווי אן איבערווייז פאר די אפיקורסים.
מיינסט דער Bermuda Triangle?
מען זאגט אז רבי מנשה בן ישראל האט געהאט א גלאז מיט וואסער פון סמבטיון און א גאנצע וואך האט עס געבוזעוועט און שבת איז עס געווען שטיל. ווייסט איינער דער מקור?
פון דעם פיוט אין יום שבת קודש הוא(?) וואס מען זינגט סמבטיון הנהר שבכל יום רץ ונמהר יוכיח בו מנוח, זעהט אויס אז אין יענע צייטן האט מען געוואוסט דערוועגן, און דאס האט געדינט ווי אן איבערווייז פאר די אפיקורסים.
מיינסט דער Bermuda Triangle?
מען זאגט אז רבי מנשה בן ישראל האט געהאט א גלאז מיט וואסער פון סמבטיון און א גאנצע וואך האט עס געבוזעוועט און שבת איז עס געווען שטיל. ווייסט איינער דער מקור?
ער אליינס דערציילט עס אין זיין ספר 'מקוה ישראל' פרק י' בשם רבי מרדכי יפה (בעל הלבוש) בספרו יפה תואר וז"ל: וגם מחזיק את דבריו שאדם אחד היה לו כלי זכוכית מלא מהחול שבנהר סמבטיון ובכל ששת ימי המעשה היה החול ההוא סוער והולך בהזכוכית ובשבת היה נח, ואני כמו כן מעיד על זה כפי השמועה ששמעתי מאבי ז"ל ובודאי אמת הוא, כי הוא מן דברים הנמנעים שאב יספר שקר לבניו, וספר כמה פעמים שבעיר לישבונא בארץ פארטיגאל היה כושי אחד שהיה לו כלי זכוכית מלא מהחול הנ"ל והרך בכל ערב שבת לעת הכנסת שבת לרחו שהיה נקרא רוו' נאווא שהוא בלשון הקודש רחוב החדש כי שם היו דרים יהודים שהיו אנוסים לאמונת נוצרים והכושי ההוא היה מכנה אותם בשם יהודים והיה קורא להם והראה להם את הזכוכית שבידו ער איז דארט זייער מאריך אין דעם
2nd ריקוועסט פאר גוגל מאפעס פון די ברי החושך אזוי אויך אינפארמאציע וואס עס טוט זיך אין די בערג און אויב מען קען אהינגיין (אפשר קעמיר אראנזשירען א טור פון חכמי מורשת נהר סמבטיון...)
די זכרון איז א גנב. איך האב אמאל געליינט א מאמר וועגן דעם סמבטיון וואס דארט איז געשטאנען פון א מקור (???) אז ערגעץ אין די ר׳ אדער ש׳ יארן האט דער סימן פון דעם סמבטיון זיך אויפגעהערט.
איך האב אמאל געשריבן ערגעץ איבער די נושא פון עשרת השבטים אין לשון הקודש, אבער דאס שטייט דארט: בספר ידיו אמונה מהגאון ר' בנציון שלעז זצ"ל, והוא בדרך שאלה ותשובה [מיוסד על דרך ממאן – ומאמין] מביא: "...ממאן – הנה נהר סמבטיון אשר נזכר בתלמוד ובמדרש יכחישו המבקרים עתה, כי כהיום נסעו כל החלד [כדור העולם] ולא ראו נהר כזה, ולא תוכל שאת חרפתי מזה! מאמין – סכל מה זה יקח לבך, הם יוכיחו ממה שנסעו כל החלד כי אין נהר סמבטיון, ו[אדרבה] אני מוכיח מנהר סמבטיון כי לא נסעו כל החלד...! ...הלא סמוך לעירינו יש עיר ווילשאאנ"ע שמה אשר לא דרך בה רגל חוקר מעולם, וגם עמקים סביב לה, ומעולם לא ירד בה רגל פילוסוף ואולי שם מקום סמבטיון... וכאן מחדש הגאון דבר פלא: ..."זאת ועוד אחרת, לו יהי' כי אין עתה הסמבטיון... הלא כמה דברים נאבדו מהחלד אף מתולדות הבריאה ולא רק מעשה אדם, הלא אמרו כי השמיר אשר היה ג"כ בריאה מה' נאבד עתה!"
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
נאבדו קען מיינען אז מען ווייסט פשוט נישט וואס דאס איז און נישט אז עס איז מער נישט דא.
קען טאקע זיין, נישט אויסגעשלאסן "די גאנצע מיסטעריע פון עשרת השבטים איז איין גרויסע "קען טאקע זיין...."
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
פאר די אינטערסאנטקייט פון די זאך קוק נאך אין מהר"ל (נצח ישראל), נאך א גאנצע פרק וואס ער רעדט דערפון, פירט ער אויס אז זיי זענען שוין באמת נישט בנמצא, נאר ס' איז א העכערע זאך
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
אין גמ' ווערט געברענגט א דעה אז די עשרת השבטים זענען פארפאלן געווארן און זיי גייען נישט צוריקקומען, און עס איז דא זייער אסאך וואס זאגן אז די אלע שבטים אין אפגאניסטאן און די גאנצע געגענט זענען אפשטאמיגע פון זיי, לויט די גמ' קען מען זייער גוט פארשטיין די היינטיגע מציאות און עס פעלט שוין נישט אויס קיין סמבטיון, איי לויט די גמ' וואס איז מיט די מעשה פון בעל האקדמות, וואס איז געווען נאך די צייטן פון גמ' (קען זיין איך מאך א טעות) יבואו המתרצים ויתרצו. איך טראכט אפשר אז די גמ' מיינט צו זאגן אז עס וועט געשען צוביסלעך, ווייל עס מאכט דאך נישט קיין סענס אז עס זאל פארגעסן ווערן א מסורה איינס צוויי, (עס איז נישט געווען אין אמעריקע ווי עס איז געווען א שמעלץ טאפ) און מען זעט היינט אז אפילו די שבטים (TRIBES) וואס האבן עפעס ענליכס צי אידישקייט ווערן נתמעט והולכים, און ווערן מער און מער פארגעסן. אויך ליגט מיר עפעס אין קאפ אז די מעשה איז געווען מיט די בני משה וואס זיי ווייסט מען שוין יא ווי זיי זענען זענען, און זייער אסאך האבן עולה געווען קיין א"י פון אינדיע, און נישט פארגעסן זיי זענען אויך געווען פון די פארטריבענע פון סנחריב
אין די אשכול וועלן מיר רעדן וועגן די עשרת השבטים וואס איז אויך מעניני דיומי אין די דריי וואכן. אנהייבן וועלן מיר מיטן שיטת התנא ר' עקיבא וואס האלט אז עשרת השבטים אינן חוזרין וואס ווייסט דער עולם מער איבערדעם?
בין איך אביסל אינטערשטעליג אין דף היומי און היינט האב איך געלרענט די בלאט אין מסכת יבמות דף טז: - יז. :
א"ר אסי עובד כוכבים שקידש בזמן הזה חוששין לקדושין שמא מעשרת השבטים הוא והא כל דפריש מרובא פריש בדוכתא דקביעי דאמר רבי אבא בר כהנא וינחם בחלח ובחבור נהר גוזן וערי מדי חלח זה חלזון וחבור זו חדייב נהר גוזן זו גינזק וערי מדי זו חמדן וחברותיה ואמרי לה זו ניהר וחברותיה חברותיה מאן אמר שמואל כרך מושכי חידקי ודומקיא אמר רבי יוחנן וכולן לפסול כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל בנך הבא מן ישראלית קרוי בנך ואין בנך הבא מן העובדת כוכבים קרוי בנך אלא בנה והאיכא בנות ואמר רבינא שמע מינה בן בתך הבא מן העובד כוכבים קרוי בנך גמירי דבנתא דההוא דרא איצטרויי אצטרו איכא דאמרי כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר בה' בגדו כי בנים זרים ילדו יתיב רב יוסף אחוריה דרב כהנא ויתיב רב כהנא קמיה דרב יהודה ויתיב וקאמר עתידין ישראל דעבדי יומא טבא כי חרבי תרמוד והא חריב ההיא תמוד הואי רב אשי אמר היינו תרמוד היינו תמוד אכפולי הוא דמכפל חריב מהאי גיסא אותיב מהאי גיסא ואי חריב מהאי גיסא אותיב מהאי גיסא יתיב רב המנונא קמיה דעולא וקא הוי בשמעתא אמר מה גברא ומה גברא אי לאו דהרפניא מאתיה אכסיף אמר ליה כסף גלגלתא להיכא יהבת אמר ליה לפום נהרא אמר ליה אם כן מפום נהרא את מאי הרפניא אמר ר' זירא הר שהכל פונין בו במתניתא תנא כל שאין מכיר משפחתו ושבטו נפנה לשם אמר רבא והיא עמוקה משאול שנאמר מיד שאול אפדם ממות אגאלם ואילו פסול דידהו לית להו תקנתא פסולי דהרפניא משום פסולי דמישון ופסולי דמישון משום פסולי דתרמוד פסולי דתרמוד משום עבדי שלמה והיינו דאמרי אינשי קבא רבא וקבא זוטא מיגנדר ואזיל לשאול ומשאול לתרמוד ומתרמוד למישן וממישן להרפניא:
איז מיר אינטערסאנט וואס ס'טוט זיך טאקע מיט די עשרת השבטים היינטיגע צייטן? ווייל לויט די גמרא קומט אויס אז זיי האבן אפילו נישט געלאזט קיין דורות. און כ'האב שוין אסאך געהערט אז מ'ווייסט יא עפעס פון זיי. איז אינטערסאנט צו וויסן ווען זענען זיי געווארן אפגטיילט געווארן פון כלל ישראל? וואס איז געווארן מיט זיי אינפארלויף פון די דורות? וכו' וכו'
זיי געזונט האט געשריבן:
בין איך אביסל אינטערשטעליג אין דף היומי און היינט האב איך געלרענט די בלאט אין מסכת יבמות דף טז: - יז. :
א"ר אסי עובד כוכבים שקידש בזמן הזה חוששין לקדושין שמא מעשרת השבטים
דאס איז טאקע איינע פון די ראיות אז עס איז יא געווען א התבוללות, און א חלק פון די עשרת השבטים - און ווי און מדרש שטייט איז עס געווען א חלק פון די שוואכערע ביי זיי - זענען אויסגעמישט געווארן צווישן די פעלקער, און דאס זענען די וואס מען טרעפט היינט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
זוך איך א מקור אויף די עשרת השבטים דעם טיטול 'עם קדוש' אדער סתם 'קדושים' אויך ווער ס'קען מיר אנצייכענען א מקור מפורש, אז משיח וועט נתגלה ווערן קודם פאר די עשרת השבטים און דערנאך פאר כל כלל ישראל שכוח
ובאחרית הימיםיתקבצו עשרת השבטיםהאובדים והנדחים, תחת דגל יוסף שהוא משיח בן יוסף אשר יאסוף נדחים, שזה היה משל העץ השני ליוסף עץ אפרים ולכל בית ישראל שיתחברו אליו בעת קץ,ואח"כיתאחדו גם בני יהודה הנקבצים כבר, להיות תחת שבטו וממשלתו, ויתהוו לגוי אחד עפ"י נסי ד' ונפלאותיו
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון