איך האב שוין א פאר מאל געוואלט אנהויבן א שיעור אבער צוריקגעטרעטן ווייל פון מיין עקספיריענס איז דאס זייער שווער. פארוואס?
- אנדערש ווי אנדערע ידיעות, מוז מען "ארבייטן" אויף קונה צו זיין מעט. פון הערן די קאנסעפט האט מען גארנישט נאר טאמער מ'טוט די עקסערסייז איינמאל און נאכאמאל.
- ווען איינער וויל שוין יא ארבייטן, איז שוין דא מן המוכן אן א שיעור זייטלעך אויף אלע מיני לעוועלס (ווידיאס, שיעורים, ביכער, האום ווארק). איז ממילא זעה איך נישט ווי א שרייבער אויף אייוועלט קען מוסיף זיין.
וואס יא? טאמער קען איינער אנהייבן פרעגן שאלות אין מעט (ער 'כאפט' נישט עפעס, קען נישט ארויסקריכן מיט א חשבון וכדו') בין איך גרייט אי"ה צו העלפן.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אויב די האסט אסאך געדולט אין א רצון עס צו קענען קענסטו זיך דא לערנען ממש פון אנפאנג ביז ארויף זייער הויעך איך האב דא געלערנט ביז איך האב שוין נישט געהאט קיין געדולט https://www.khanacademy.org/math
מאנ-יימער האט געשריבן:
יישר כח abr און חיים צבי, האמער געדאונלאוד די עפפ.
מילכי וואטש אוט, איי עם קאמינג פאר יו... #אלדזשעברא
הלאטי מי יתן והי' איך זאל האבן מיט וועם צו רעדן א אידיש ווארט דא... אבער ווי געשריבן איז דאס דאונלאודן די עפפ אזוי ווי די וואס הייבן אן א דייעט מיטן סנעפן א BEFORE פיקטשע...אסאך ארבייט חבר! ס'איז אבער ווערט אלע געלטער.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שיינע משל... אבער די 2:1 נוצט מען ענדערש פאר ODDS ווי למלשל ווען מ'וויל זאגן אז די ODDS אז דיין מעשה איז אמת איז 1:250000000000000
RATIO קען מיינען פלעין א פרעקשאן, אדער קען עס זיין א קיצור לשון פון עפעס אנדערש (ביים נעמען א מארגעזש רעדט מען פון רעישא אבער דארט מיינט עס די רעשיא פון רענט אווער טאטל אינקאם).

מילכיגער האט געשריבן:

ס'גייטעך אן אז כ'האב געווינען די לאטערי?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מילכיגער האט געשריבן:
שיינע משל... אבער די 2:1 נוצט מען ענדערש פאר ODDS ווי למלשל ווען מ'וויל זאגן אז די ODDS אז דיין מעשה איז אמת איז 1:250000000000000
RATIO קען מיינען פלעין א פרעקשאן, אדער קען עס זיין א קיצור לשון פון עפעס אנדערש (ביים נעמען א מארגעזש רעדט מען פון רעישא אבער דארט מיינט עס די רעשיא פון רענט אווער טאטל אינקאם).
ס'גייטעך אן אז כ'האב געווינען די לאטערי?
נאך ווי...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
zookeeper האט געשריבן:
פשוט איז למשל אז סזענען דא 24 וייסע און 16 שווארצע קינדער און א קלאס פון 40 וואס איז די ratio?
ווענדט זיך. טאמער רעדסטו פון די שווארצע וועסטו זאגן אז די רעשא פון שווארצע צו ווייסע איז 16/24 אויב פארקערט איז דאס 24/16
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
מי חכם האט געשריבן:
איז דא עפעס מער צו מעטה ווי וואס מען האט געלערנט אין חדר? אדער זענען אלע הויך שטאפלערישע ווערטער און פאני בוכשטאבן נאר שארטקאטס, גרינגער צו מאכן דאס רעכענען ווען עס קומט צו קאמפליצירטע חשבונות, אבער באמת קען מען מיט בלויז + - × ÷ אנקומען צו אלעם מען דארף נאר ארבעטן אביסעלע שווערער (און דער עיקר נוצן אביסל דעם קאפ)?
מלה"ד (להבדיל בין קדש לחול) אז מ'קען עברי מיט טייטש מיינט נאך נישט אז מ'קען א שווערע סוגיא נאר אן עברי קען מען קיין סוגיא נישט קענען.
מיט אריטמעטיק (וואס מ'לערנט אין חדר) קען מען נישט אויסרעכענען קיין שיעור מקוה און נישט כלאים. ס'איז דא אן א שיעור זאכן וואס מ'מוז פאר דעם האבן העכערע כללים און יסודות. וד"ב
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
לאמיר נעמען א פשוט נומבער אלץ ביישפיל: 3, די נומבער 3 קען מען שרייבן אלץ רעשיא:
frac3.gif (864 Bytes) געזען 3376 מאל
, אדער למשל די נומער "א דריטל" קען מען שרייבן אלץ רעשיא פון צוויי נומבערס: 1/3 (דו קענסט מער נישט עטעטשען, 3 איז דאס מערסטע וואס מען קען.)
נאכדעם זענען דא נומבערס וואס וויפיל מ'זאל נאר טרייען וועט מען נישט קענען דאס רעפרעזענטן אלס א רעשיא פון צוויי נומבערס און די נומבערס הייסן אירעשאנעל. א ביישפיל איז π (פּיי) - די רעשיא פון א סוירקלס סירקאמפרענס (וויפיל עס איז רינגס און ארום) צו די סוירקל'ס דיאמעטער (וויפיל עס איז פון איין עק ביז די עק אקעגן איבער).
דאס איז א אירעשאנעל נומבער ווייל מיר קענען דאס נישט בשום אין אופן אראפשרייבן ווי א רעשיא צווישן צוויי נומבערס. (דאס איז אגב נוגע א גמרא, אין עירובין יד עומד א ווי די גמרא זאגט כל שיש בהיקפו ג׳ טפחים יש בו רחב טפח, דאס הייסט אז די רעשיא פון די סירקומפרענס (היקפו) צו די דיאמעטער (רוחב) איז יא א רעשענעל נומבער 3/1, און תוספות אויפן פלאץ (ד"ה והאיכא) פרעגט " וקשיא דאין החשבון מדוקדק לפי חכמי המדות)
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער