נייע סידיס!
פאלגענד וועלן מיר אנהייבן מיטן נייעם סידי "כל הנשמה שלי" וואס איז ערווארטעט צו ערשיינען קומענדיגע וואך בעז"ה פונעם וועלט בארימטן זינגער 'בעני פריעדמאן'.
בעני איז שוין היינט גארנישט פרעמד ביים עולם און האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט זיינע פריערדיגע אלבומס וואס זענען איינס ביי איינס געווען ריכטיגע 'היטס'! און דעריבער ווען דער עולם הערט אז בעני קומט שוין ענדליך ארויס מיט א פרישן סידי איז דאס גאר גוטע נייעס און דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג צו האלטן די סידי אין די הענט,
וועלן מיר דא ברענגן עטליכע אנדעקאטן איבער דעם נייעם סידי;
-די יעצטיגע סידי וועט זיין צום גוטן די 5'טע סידי פון 'בעני'.
-זינט די לעצטע סידי וואס איז ערשינען פון בעני איז שוין אריבער קרוב צו 3 יאר ווען ער האט ארויס געגעבן דעם וועלט-בארימטן סידי 'יש תקוה' אין 2012.
-די גאנצע סידי איז געווארן פראדאצירט דורך בעניס לאנג-יעריגער חבר 'ישראלי מאיער' און די מוזיק האט אראנדזשירט 'איען פרייטער'.
-עס פארמאגט 12 נגונים/טרעקס און ווי בעני זאגט האט אריינגעלייגט אסאך קאפ און געפיל צוזאמצושטעלן אן אויסוואל פון 12 'דיפערענט' נגונים.
-די 12 ניגונים זענען געווארן קאמפאזט דורך 12 קאמפאזערס ד"מ יעדע ניגון דורך א צווייטן, אריינגערעכנט איין ניגון קאמפאזירט דורך א 12 יעריג יונגל!
דאס איז די קאווער פונעם נייעם סידי וואס איז היינט נאכמיטאג ארויסגעגעבן געווארן: