מעג מען אריבערוואקן דעם וויליאמסבורג בריק שבת?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

מעג מען אריבערוואקן דעם וויליאמסבורג בריק שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

מעג מען וואקן דעם וויליאמסבורג ברידזש שבת? לכאורה נישט! עס גייט אריבער מער ווי א תחום וואס איז נישט באוואוינט! וואסייסט?? וואונדערט זיך יעדער וועם איך פרעג די שאלה, עס איז דאך איין שטאט?!? יא יא אמת, אבער נישט ווייל די רעגירונג האט באשלאסן אז אלעס הייסט ניו יארק סיטי מיינט אז סיז איין שטאט, אויב אזוי, מעג מען דאך וואקן אין אפסטעיט פונקט אזוי ווייל אלעס איז ניו יארק סטעיט! וואס איז די שיעור? ווען יא און ווען נישט? נאך א שאלה וואס א גרויסער עולם פרעגט איז, דער וויליאמסבורג בריק איז דאך א קנאפע מייל גרויס, נא איז עס נישט גרעסער ווי די תחום, מוז מען האבן די פאקטן, לויט גוגל איז דער וומסב"ג בריק איבער צוויי מייל גרויס וואס איז מער ווי די זיבעציג אמות גרעניץ, און די צוויי טויזנט אמות וואס איז ערלויבט צו וואקן. הלכות ערובי תחומין איז קאמפליצירט אבער אויבנאויף איז די שאלה א ריכטיגע.

די שאלה האט מען געפרעגט פונעם פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי"ע, און זיין תשובה איז געווען אז וויבאלד מיט יארן צוריק איז געווען טאל איינקאסירונג בודקע, אדער זיכערהייט בודקע אינמיטן די ברידזש ווי עס איז (כמעט) אייביג געווען א מענטש און עס קען גערעכנט ווערן ווי כאילו מ'וואוינט דארט און דעריבער מעג מען וואקן. לכאורה לויט דעם טעם, איז אויב ווארפט מען אראפ דעם בריק און מען בויעט עס איבער וועט מען אפשר טאקע נישט מעגן וואקן?
אין מנחת יצחק אליין האבעך עס נישט געזעהן (איך האב נישט געזוכט...) אבער אביסל אן אנדערער נוסח לויטעט אז עס איז וועגן די קאנסטראקשען ארבעטער אדער פאליציי וועלעכע צירקולירן דעם ברידזש כסדר, דער טעם קוקט אויס אביסל א שוואכערער ווי דער ערשטער אבער איך זאג וואס איך האב געהערט. איך האב געזוכט און געזוכט אויף גוגל און איבעראל און נישט געטראפן אזא זאך אז אמאל איז געווען א בודקע אויפן וויליאמסבורג בריק, אדרבה אז איינער קען אפירזוכן.

דעם שמועס האב איך געהערט לאנג צוריק, איך געדענק נישט פון וועמען, אלזא איך קען אים נישט איבערפרעגן און איך האב עס נישט נאכגעקוקט אין מנחת יצחק, במילא וויל איך הערן פונעם אויב ווער עמיצער ווייסט עפעס.

(ביים ברוקלין בריק איז נישט שייך די שאלה ווייל עס איז א קנאפער מייל לאנג)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווי ווייט איז פון בארטען צו בארטען, אונטער די בריק?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: ווי ווייט איז פון בארטען צו בארטען, אונטער די בריק?

איך ווייס נישט. איך האב געזוכט אבער נישט געקענט אפירקראצן, איך בין נישט קיין גוטער סוירטשער
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

פון קענט עוו אין וויליאמסבורג ביזן FDR אין די איסט סייד איז גענוי א האלבע מייל

פון בעדפארד ווי מ'הייבט אן וואקן די ברידזש ביז קלינטאן ווי מ'ענדיגט איז 1.3 מייל
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

הדה"ד א שטורעם אין א גלעזל וואסער...
siechel hausher
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך siechel hausher »

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די שאלה איז געפרעגט געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר צבי גרינבוים ני"ו פון קרית יואל במח"ס צדיקים קרויים חיים ער האט עפעס געשריבן אויף דעם. קענסטו אנפרעגען ביי אים. אויב דענק איך גוט האט ער מיר געזאגט יארן צירוק אז די היתר איז געווען, אז סאיז דא א שטיבל ערגעץ אינדערמיט פאר א שומר/ פאליציי, און נישט אז די פאליציי וואקט ארום. אבער נאכאמאל פרעג אן ביי אים אליין ווייל מיין מעשה גייט צירוק מיט א שיינע פאר יאר, און געדענק איך נישט אזוי פינקטליך.
siechel hausher
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך siechel hausher »

טשולדיגטס אפטאמיסיט, זעה איך אז די האסטו אויך אזוי געשריבן לגבי די שטיבל אונמיטען די בריק. איך האב עס פריערט פארזעהן
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

זוך אויף נחמן נתן ארטיקל פון י אבראהאם דארט איז דער אדרעס צום מנחת יצחק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין ירחון עולת החודש וואס פלעגט ארויסקומען יארן צוריק, געדענק איך א גאנצע געטועכץ אהין און צוריק וועגן אט דער נושא

אויב איך געדענק גוט, איז עס געווען בשנת תשל"ח

קען מען דאס זעהן אויף היברו בוקס? אדער אוצר החכמה?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אפטימיסט האט געשריבן: מעג מען וואקן דעם וויליאמסבורג ברידזש שבת? לכאורה נישט! עס גייט אריבער מער ווי א תחום וואס איז נישט באוואוינט! וואסייסט?? וואונדערט זיך יעדער וועם איך פרעג די שאלה, עס איז דאך איין שטאט?!? יא יא אמת, אבער נישט ווייל די רעגירונג האט באשלאסן אז אלעס הייסט ניו יארק סיטי מיינט אז סיז איין שטאט

געהערט פון די שאלה יארן צוריק און אז הגאון ר"י ראטה האט געשריבן אדער געפסקנט אז ס'איז איין שטאט אין הלכה ווייל ברוקלין איז קאנעקטעד צו די סיטי דורך טונעלס און לפי"ד איז עס א הלכה פשוטה
לעצט פארראכטן דורך בנימין הלוי אום דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געפונען עפעס:

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=26
א תשובה פון שטראסבורגער רב און להבחל"ח הגר"י ראטה
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אפטימיסט האט געשריבן: נישט ווייל די רעגירונג האט באשלאסן אז אלעס הייסט ניו יארק סיטי מיינט אז סיז איין שטאט,)

וואס דען גיבט די סטאטוס פון א שטאט?

דאס איז זיכער אז ס'ווענדט זיך וויאזוי ס'הייסט ביי די שטאטראט, אבער גראדע ביי א כתובה רעכנט מען ברוקלין אלץ עקסטערע שטאט.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.

איז דו זאגסט אז די שאלה איז יא גילטיג?
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן: זוך אויף נחמן נתן ארטיקל פון י אבראהאם דארט איז דער אדרעס צום מנחת יצחק

דא איז עס viewtopic.php?f=63&t=14620&
לעצט פארראכטן דורך פאמיליעמירעלס אום דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

siechel hausher האט געשריבן: עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די שאלה איז געפרעגט געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר צבי גרינבוים ני"ו פון קרית יואל במח"ס צדיקים קרויים חיים ער האט עפעס געשריבן אויף דעם. קענסטו אנפרעגען ביי אים. אויב דענק איך גוט האט ער מיר געזאגט יארן צירוק אז די היתר איז געווען, אז סאיז דא א שטיבל ערגעץ אינדערמיט פאר א שומר/ פאליציי, און נישט אז די פאליציי וואקט ארום. אבער נאכאמאל פרעג אן ביי אים אליין ווייל מיין מעשה גייט צירוק מיט א שיינע פאר יאר, און געדענק איך נישט אזוי פינקטליך.

יא! הרה"ח ר' מאיר צבי גרינבוים שליט"א האט אויפדעם א גאנצע ספר! ליקוטי תשובות פון אלע גדולים בימים ההם.

אגב הרה"ח הנ"ל האט אין זיין באזיץ נאך 10 בענדער תשובות אדרעסירט צו אים אויף אלע ענינים, ברויך מען מאכן א "מכון" זאל עס ארוסגעבן.
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הגר"י בלוי ז"ל שרייבט אויך דערוועגן אין זיין ספר אויף עירובין, אז כ'וועל האבן צייט וועל איך מארגן אי"ה אריינסקענען די צוויי בלעטער
א געשפעט האב איך
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אפטימיסט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.

איז דו זאגסט אז די שאלה איז יא גילטיג?

אז נישט, ווייל עס איז ווייניגער ווי אלפים אמה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

לויט דיין חשבון דארף עס זיין מער, ווייל א מייל דארף זיין 5280, און אלפים אמה איז 4000 פיס

אייער קיכל זאגט אז עס איז א האלבע מייל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ברוקלין אין מאנהעטן איז ווי א עיר של קשת וואס עס ווערט פארעכענט ווי איין שטאט
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כאפצעם האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן: נישט ווייל די רעגירונג האט באשלאסן אז אלעס הייסט ניו יארק סיטי מיינט אז סיז איין שטאט,)

וואס דען גיבט די סטאטוס פון א שטאט?

דאס איז זיכער אז ס'ווענדט זיך וויאזוי ס'הייסט ביי די שטאטראט, אבער גראדע ביי א כתובה רעכנט מען ברוקלין אלץ עקסטערע שטאט.

לדוגמא ביי די שטאטראט האט מען אפאר יאר צוריק אוועקגעשטעלט אולם עטריום אלס מאנסי אבער נאך א זיצונג פון די רבני העיר איז געבליבן אז ביי א כתובה שרייבט מען יא ספרינג וואלי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.

איז דו זאגסט אז די שאלה איז יא גילטיג?

אז נישט, ווייל עס איז ווייניגער ווי אלפים אמה.

ס'איז טאקע ווייניגער ווי א תחום, אבער מער ווי 70 אמה וואס זאל מאכן אז ס'זאל הייסן ווי אינדרויסן פון שטאט, דהיינו זאלסט קענען טאקע אריבערגיין דעם בריק אבער מוזט זיך אפשטעלן אויף דעלענסי ווען דו קומסט אן צו אלפים אמה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.

איז דו זאגסט אז די שאלה איז יא גילטיג?

אז נישט, ווייל עס איז ווייניגער ווי אלפים אמה.

ס'איז טאקע ווייניגער ווי א תחום, אבער מער ווי 70 אמה וואס זאל מאכן אז ס'זאל הייסן ווי אינדרויסן פון שטאט, דהיינו זאלסט קענען טאקע אריבערגיין דעם בריק אבער מוזט זיך אפשטעלן אויף דעלענסי ווען דו קומסט אן צו אלפים אמה.

אביסל צו קאמפליצירט פאר מיר
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: נא, א תחום איז 2000 איילן, וואס איז בערך 4000 פוס.

א האלבע מייל איז 2640 פוס.

איז דו זאגסט אז די שאלה איז יא גילטיג?

אז נישט, ווייל עס איז ווייניגער ווי אלפים אמה.

ס'איז טאקע ווייניגער ווי א תחום, אבער מער ווי 70 אמה וואס זאל מאכן אז ס'זאל הייסן ווי אינדרויסן פון שטאט, דהיינו זאלסט קענען טאקע אריבערגיין דעם בריק אבער מוזט זיך אפשטעלן אויף דעלענסי ווען דו קומסט אן צו אלפים אמה.

יא, דאס קען שוין זיין. איך האב גערעדט פון דעם אז ער האט גערעכענט די בריק פון עק צו עק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”