Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג
דערווייל האב איך נישט געזען קיינעם ברענגן פון די אויבנדערמאנטע, מען ברענגט פון ר' מיכאל בער וואס זייענדיג בעובי הקורה האט ער נאך געוויסט עני טיים ווי די אלע פראפעסארן וואס זייערע דיעות ווערן געברענגט אויפן געוועב,Letshelpothers האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:24 pmרבשע בארואיגט אייךמזל מידיע האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:49 pmבס"ד
יענער וויל נישט פרעגן, ער וויל ענטפערן. ער האט שוין גרייט א גאנצע לייברערי דערפאר.
קודם איז געווען די תמימות'דיגע שאלה, וויאזוי קען זיין דער רבי איז ניצול געווארן כ"א כסלו, אמער, מען האט דאך נישט געקענט אויסדרייען די באן צו אוישוויץ בפרטיות, ווייל מען האט דאך שוין געהאט איינגעווארפן די גאז קאמערן ערגעץ יענע טעג. ממילא מוז זיין אז...?
נאכדעם איז געווען א "סתירה" און "תיקו" וועגן די לעצטע געלטער דארט ביי די באן, אראנדזשירט דורך ר' לייבוש רובינפעלד פון די שטערנבוך גרופע אין שווייץ. ממילא מוז זיין אז...?
נאכדעם איז געווען א סתירה וועגן די געלטער פאר אייכמאן ימ"ש בעצם יום השבת דורך ר' חיים ראטה און פרוידיגער אז די באן זאל קענען פארן ווייטער, נאך אינמיטן זומער.
נאכדעם איז געווען א שאלה וועגן קאסטנער און די חלום פון טעאדער פישער.
און יעצט רעדט מען שוין וועגן די עצם הצלה, און די פלענער אויף טויזנט מאל מער הצלה, אלס א "סכנה" ----- בשעת די אוכלי שפנים וחזירים אין שווייץ און טערקיי און תל אביב האבן געשריגן רק בדם און איין קו אין פאלעסטינע איז מער ווערד.
הגה"ק כמלאך אלקים רבי מיכאל בער זי"ע, דער יחיד בדור וואס האט זיך געקענט דערוואגן צו צופליקן דעם רבינ'ס פאספארט בפניו הקדושים (אויף וואס מען האט געארבייט אפאר יאר כידוע), און דורכדעם אראפגעשטעלט דעם צדיק הדורות צו איבערפלאנצן כלל ישראל אין גלות אמעריקע, וואס האט בפועל געראטעוועט הונדערטער טויזנטער אידן ביים קריג (סלאוואקיי, פוילן, אונגארן, בודאפעסט, פארשפרייט און דורכדעם אפגעשטעלט אוישוויץ) און געהאט פלענער צו ראטעווען מיליאנען, א קדוש מרחם כאחד הראשונים וואס כל רז לא אניס לי', ער ווערט געשטעלט אויפ'ן באשולדיגונגס באנק פאר זיינע מעשי הצלה דורך...?
והמשכיל בעת ההוא ידום. שפראכלאז.
איר מישט אויס ניקים אין איר ליינט נישט געהעריג תגובות אין נאכדעם רעגט איר זיך
1) יא איך באב געוואלט וויסן ווי די באן האט זיך געדארפט צוריק דרייען אזוי ווי איך האב געברענגט אויבן אין א תגובה זיי מוחל ליין וועגן הימלער ימש וואס איז געווען פרעזענליך פארמישט אין וואס זיין אויסקוק איז געווען אויפן פלאנט דעמאלטס בסך הכל אביסעל אבזירווירען דעם ימח שמוניקֶֶס בליק אויפן מצב דעמאלטס
2) וועגן די גרעניץ אין די צו זאם ארבעט האב איך שוין געזאגט זיי מוחל ליין
ווי אויך מענטשן ווילן וויסען וועגן די חלום איך וויס נישט ווי אלט די ביסט אבער ביי מיר האט עס יארן נישט געשטימט מיט דר פישער וואס איז קלאר נישט געווען רייי פעטער ביז ער האט געשריבען די בריוו אין עס איז געווארען פארשפרייט איר דארפט נישט שרייען ווען מענטשן וווילן האבן קלעריטי
והשלישות אויב איינער פרעגט צי עס דא א תשובה וועגן דעם וואס איז די פראבלעם ער זיכט צו בארייכערן זיין ידועת סוואלט געווען זייער אינטערסאנט צו וויסען איך וואלט אויך זייער הנאה געהאט
אז איר וועלט נאר נעמען אינפרמעשין פון ר סענדער דייטש אין ר שלמה יעקב זענט איר בארעכטיגט
אבער היינט איז דא זייער אסאך אינפארמעשין עוועליבעל אין מענטשען האבן ליב צו נישטערען עס פרעגט יענעם נישט אפ אין יענער האלט נישט פאר איין מינוט אז רחמד האט נישט גוט געטוהן בסך הכל וויל ער וויסען צו סדא געשריבען וועגן דעים
י
און יא! א טשעלענדזש צו ר' מיכאל בער פון א דיעה אויפן געוועב פון א פרייער פראפעסאר מיט אייגענע אגענדעס, איז א זאך וואס רעגט אויף רעכטדענקיגע מענטשן, ופשוט היא
און אפילו די שאלה פון א תשובה קען נאר ווערן געפרעגט אויב עס קומט באגלייט מיט א הנחה אז וואס די גדולי ישראל האבן געטון איז זיכער ריכטיג, נאר איך וויל זען א מקור