מקורות: איך האב געליינט יארן צוריק יואל בראנדס חיבור בשליחות נידונים למות, קרנצלערס א ביכל, משה פראגערס בוך קורות ימי ועד הצלה, מושיען של ישראל ח״ח, מאפילה לאור גדול.
סאיז אביסל קאמפליצירט, די פארהאנדלונגען דרייען זיך מיט פילע נעמען, לענדער, צייטן, לויט ווי איך בין ארויסגעקראכן איז עס בערך אזוי ווי איך שרייב, אדרבה יבאו ההיסטאריקערס און זאלן עס אויסבעסערן.
אביסל קלארקייט איבער די פארהאנדלונגען.
עס זענען דא עטליכע אידישע פירמעס וואס זענען געווען דא אינוואלוועד.
א) די ארטאדאקסן, ארטאדאקסישע קהילה אין אונגארן, אגודה אין שווייץ, אגודה אין אמעריקע.
ב) די דזשאינט, אמעריקאנע אידישע ארגענזאציע, שווייצע ברענטש.
ג) די ציונים, קאסטנער לאקאל ציוני, די ועד לאומי אלגעמיינע ציוניסטישע ארגענעזאציע.
די פארהאנדלונגען זענען פארגעקומען אויף דריי פלעצער
א) בודאפעסט, אידן מיט להבדיל דייטשן.
ב) טערקיי, בראנד א שליח פון די לאקאלע אונגארישע ציונים, מיט די אלוועלטליכע ציונים.
ג) שווייץ, אידן מיט להבדיל דייטשן.
די פארהאנדלונגען אין אונגארן זענען פארגעקומען אין דריי צייטן:
א) גראד ווען די דייטשן זענען אריין אין אונגארן, איידער די טראנספארטן.
ב) במשך די טראנספארטן, און אין פעסט איז נישט געווען קיין דעפארטאציעס.
ג) נאך די דעפארטירונגון, נאך געווען טויזענטער אידן אין פעסט, און בכלל אונטערן דייטש.
גרויסע געלטער אויף וואס די דייטשן האבן געלייגט א אויג, האבן געהאט:
א) די ציונים (סוכנות- הועד לאומי).
ב) דזשאינט.
קליינע געלטער צו שמירן האבן געהאט:
א) ארטאדאקסישע קהלה אין פעסט.
ב) ועד הצלה (אגדות ישראל) אין אמעריקע, און אין שווייץ.
גארנישט קיין געלט:
אונגארישע ציונים, קאסטנער.
עס זענען געווען עטליכע הצלה פלענער:
א)די גרויסע פלאן, ראטעווען אלע אייראפישע אידן (אונגארן טשעכיי).
ב) זאנדאר (מיוחסים) טראנספארט.
ג) אויפהערן די אלגמיינע רציחות, אפלאזן די פעסטע אידן.
הויפט אידישע שפילער
ארטאדאקסן אין פעסט, פנחס פרוידיגער (אן ערליכער איד, א עסקן) , ר׳ חיים ראטה, קאהן פראנקל וכו׳.
ציונים אין אונגארן, קאסטנער (א אינגער פיפיגער לויער, א ציוני), זיין שותף יואל בראנד.
ציונים אין טערקיי, חיים ברלס, און להבדיל ר׳ יעקב גריפל.
דזשאינט אין שווייץ, סאלי מאיער.
ארטאדאקסן אין שווייץ (ועד הצלה) שטערנבוך, און ר׳ לייבוש רובינפעלד.
שווייצע אידן, דזשארדזש מאנטעלא, און דער ציוני נתן שוואלב.
אמעריקאנע אידן, אגודה, ר״א קאלמענאוויטש, ישראל ראזנבערג, מייקל טרעס
דזשאינט, היימאן
הויפט שפילער גוים וואס זענען געווען אינוואלוועד:
דייטשן
הימללער, הויפט תלין, אויפזעהער איבער די אידן פראגע אין דייטשלאנד, וויסליצעני -תלין פון טשעכיי, אייכמאן, תלין פון אונגארן, קורט בעכער (געהילף פאר אייכמאן) טראמפי (שווייץ), קראמעי, אויפזעהער אויף די באן (סוף קריג).
אמעריקאנע
מעקללעלענד, אמעריקאנע רעגירונג, wrb
און נאך.
ווער האט געוואלט ראטעווען די אונגארישע אידן ?
ראטעווען מענטשן ? יעדער.
באצאלן פאר די דייטשן ?
ארטאדאקסן (נאר די ארטאדאקסן טראכטן פון שמירן אינטערן טיש.....) !
אלזא, סאיז דאך געווען א מלחמה מיט די דייטשן, די שרעקליכסטע וואס די בריאה האט פראדאצירט, נו, גיין שיקן געלט פארן שונא ? אין די אליאירטע לענדער איז עס געווען קעגן געזעץ ! יעדע אינטערנאציאנאלע טראנספער האט דעמאלט געברויכט א פערמיט.
יעצט לאמער מאכן אביסל סדר.
די ארגינאלע פלאן פון אויסקויפן די אידן קומט פון טשעכיי, פון די ארבעטער גרופע, (רחמ״ד וו״מ, ודעימיה) וואס האבן פארהאנדלט מיט וויסליצעני, און וויסליצעני מיט זיין באלעבוס הימלער, הימלער וויל די ביזנעס, (קלאר א קעגן די ווילן פון היטלער- וועלעכע וואלט קיינמאל נישט איינגעגאנגען).
וויסליצעני (כמיין נישט ממש אינטער אייכמאנס רוקן- אבער וויסליצעני איז דער הויפט שפילער) האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אין אונגארן מיט פרוידיגער, פרוידיגער גיבט געלט איינגאבע צו ווייזן ערנסטקייט, יעצט ברויך מען זיך ווענדן צו די וועלט אידנטום.
קאסטנער באווייזט צו מאכן קאנטאקט מיט אייכמאן, דער פאקטישער תלין אין אונגארן, (אייכמאן איז א ערליכער נאצי, ער איז קעגן די גאנצע פארהאנדלען, האט נישט קיין ברירה, ווייל הימלער הייסט). קאסטנער מיט אייכמאן פארשטייען זיך, סגעלונגט אים איבערצונעמען די פארהאנדלונגען דארט ווי מהאט געהאלטן, קאסנער שיקט ארויס זיין חבר בראנד קיין אינסטאמבול צו טרעפן די ועד לאומי פאר געלט.
די ציונים מאכן דאס גענאר פון בראנד, סווערט נישט גארנישט פון די גאנצע שליחות.
קאסטנער זעט אז סווערט גארנישט, למעשה איינגאבע האט מען דאך שוין געגעבן, בעט ער פון אייכמאן א זאנדער (מיוחסים טראספארט), און מוועט צאלן א קלענערע סכום, און אין די זעלבע צייט וועט מען ווייטער רעדן פון די גרויסע פלאן, אפצושטעלן די רציחות פאר גרייסע געלטער.
קאסטנערס שווער (יוסף פישער) וואוינט אין קלויזענבורג, קאסטנער בעט אים צאמצונעמען א ליסטע פון די ציונים אינעם געטא, ווי מוועט זיי ברענגען קיין קלוזנבורג.
איינער פון די רעספעקטירטע ציונים אין קלויזנבורג, טידער פישער ( א שותומ״צ א שטיקל ת״ח) חלומ׳ט זיך פון זיין מאמע אז מזאל ארויפלייגן דעם רבי׳ן, ער באווירקט יוסף פישער, יוסף פישער בעט עס פון קאסטנער, קאסנער פארשטייט אז סלוינט זיך צו האבן דעם רבי׳ן, (ווייל סוכ״ס האט ער געמוזט צוקומען צו פרוידיגער׳ס געלט).
די טראספארט קומט אן קיין פעסט מיט 400 מענטשן, און ווארטן אז מזאל צאמשטעלן א גרויסע טראנספארט פון גאנץ אונגארן, און מזאל אויסהאמערן א דיעל.
און פעסט ברויך מען געלט, ווער ס׳באצאלט קען ארויפגיין אויפן טרעין, (די ציונים׳ס זיצן זענען אימזיסט.... פרומע אדער סתם אונגארישע ברויכן צאלן..) דעם רבי׳נס זיץ באצאלן די ארטאדאקסן.
די באן הייבט אן פארן.
אייכמאן (ווארשיינליך מיט די גוטהייסונג פון הימלער) פילט אז די גרויסע פארהאנדלונגען ווערט נישט גארנישט, ער באשליסט צו שיקן די באן קיין אוישוויץ...
מסטאפט אין לינץ.
יוסף פישער שיקט צוריק א שליח קיין פעסט פארציילן פאר קאסטנער, קאסטנער שיקט שנעל א שליח (אין מיטן שבת) צו פרוידיגער (ר״ח ראטה) אז סאיז צרות.... מדארף נאך געלט די ארטאדאקסן לייגן אראפ נאך געלט צוואנציג טויזנט פראנק.... און די באן דרייט זיך און דרייט זיך... אייכמאן קען נישט באשליסן וואס צו טון.... קיינער אין פעסט ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט די באן, און אפילו ווען יא, קענען זיי גארנישט טון....
אזוי אינמיטן ארומדרייען, מאכט פארט די באן א דורך פרעשבורג, חיים שטערן מאכט זיכער אז די באן האלט זיך אביסל אויף, משאפט עסן און אנדערע זאכן פאר די אידן.
די באן וואלט לכאורה אנגעקומען קיין אוישוויץ.
שלמה גפן ווערט געוואר אז דער רבי איז דורך געפארן, און אז די באן האט נישט קיין קלארע אינסרוקציעס ווי צו פארן.
ער שרייבט א בריוו קיין שווייץ צו זיין שוואגער ר׳ משה גראס, (ארגינאל א בעלזער חסיד, אויך א אנהענגער פון רבי׳ן) אז ער זאל איבערדרייען שווייץ, ער טרעפט דארט דזשראדזש מאנטעלא (ער איז געווען עפעס א אמבעסאדער), דזשראדזש מאנטעלא מאכט א פרעסע קאנפרענס, ווי ער באשולדיגט די דייטשן אז מקען מיט זיי נישט פארהאנדלען, און דא האסטו א באצאלטע טרעין, וואס סאיז קלאר אפגעשמועס אז ספארט אויף די פריי, און זיי שיקן עס יעצט קיין אוישוויץ.
די דייטשן זעען אז די וועלט האלט מיט, זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו פארגאזן דעם טרעין, כמיין דעמאלט איז די גאנצע פארהאנדלען דערנאך, ווי אויך איז עס מאראלישע נישט שיין פאר זיי, זיי האלטן נישט ווארט, באפרייען ווילן זיי אויך נישט, איז געבליבן אז מגייט עס לייגן אויף האלד.
די באן פארט קיין בערגן בעלזן, ווי מוועט זיין, ביז מענדיגט די פארהאנדלען.
די פעסטע אידן, ארטאדאקסן אדער ציונים קענען קיין סאך מער נישט אויפטון, שלמה גפן מיט משה גראס האבן באוויזן אריבער צו שלעפן די פארהאנדלונגען קיין שווייץ.
די דייטשן קוקן אויף א גרעסערע פלאן, מיט גרעסערע געלטער, סאלי מאיער באזיצט אנגיבליך ריזיגע סכומים, די ועד הצלה שטערנבוך, רובינפעלד, (הגם רובינפעלד איז שוין נישט געווען דעמאלט אפיציעל אין ועד הצלה, נישט אויסהאלטנדיג שטערנבוכ׳ס קאפריזן, שטערנבוך איז געווען זייער א שווערע מענטש צו דילן, אבער ביי די באן האט זיך רובינפעלד אריינגעלייגט ראשו ורובו) דרייען איבער וועלטן אז סאלי מאיער זאל פארהאנדלען מיט די דייטשן.
סאלי מאיער האלט נישט געהעריג ביים פארהאנדלען, קודם די אמעריקאנע רעגירונג (מעקללעלענד) לאזט נישט געבן געלט, די ועד הצלה דרייט איבער די וועלט אז מזאל לאזן און הייסן מאיער פארהאנדלען, די דייטשן ווייזן ׳גוטע ווילן׳ און לאזן ארויס קליינעם חלק פונעם טרעין.
סאלי מאיער מאכט משוגע די דייטשן, שלעפט צייט, ענדליך זאגט מאיער אז ווען די טרעין וועט זיין אין ביים גרעניץ פון שווייץ וועט ער געבן געלט, און ענדיגן די גרויסע דיעל, די דייטשן זענען סקעפטיש, גלייבן אים נישט געהעריג, בעצם וואלטן זיי שוין לאנג אפגעהאקט די געשפרעכן מיט דעם קוריאזען מאיער, אבער... אין די זעלבע צייט... מאכן די ארטאדאקסן דירעקטע קאנטאקט מיט די דייטשן, די ועד הצלה פרעגט די דייטשן וואס פארלאנגען זיי ארויס צו לאזן די טרעין, ברענגען צום גרעניץ, דאס הייסט איינגיין אויף מאיערס דיעל.
די דייטשן בעטן 40 טרעקטערס, שטערנבוך שאפט א ליין אוו קרעדיט, ענדגילטיג שיקט מען געלט פון אמעריקע (ועד הצלה, ע״י מייקל טרעס) , די דייטשן זענען מסכים ארויסצו לאזן דעם טרעין, אבער פארלאנגען אויסדרוקליך אז מאיער מוז אויך האלטן ווארט.
ביי די לעצטע מיטינגען קומט מאיער נישט אן.
די טרעין פארט, די ענין איז קלאר, אויב הערט מען נישט פון מאיער, פארט די באן נישט אריבער, מאיער ווי פארשטענדליך איז נישט בנמצא, שטערנבוך איז פארלוירן.
לייבוש רובינפעלד פארט ארויס אליין צום גרעניץ מיט פעקלעך קעש, על כל צרה שלא תבא.
די באן שטייט עטליכע שעה ביי די דייטשע גרעניץ.
לייבוש רובינפעלד פארהאנדלט מיט קרומעי אז די באן זאל פארן אפילו מאיער איז נישט דא (די לעגענדע גייט אז ער האט אראפגעלייגט פעקלעך מזומן, זיין זון הגאון ר׳ דוד שליט״א קען עס נישט באשטעטיגן, אבער זאגט נאך פונעם טאטן אז ער מיינט אז ער האט נאך די מערסטע געטון פארן באן).
קראמעי באשליסט צו אויטאראזירן די באן זאל פארן, סקומט א באפעל פון בערלין אז מאיער מאכט חוזק, מזאל זאפארט צוריק דרייען די באן, קראמעי איגנארירט דעם באפעל, צייכנט אן אז ער האט עס באקומען שפעטער, די באן פארט א דורך.
בך בטחו.
מענטשן וועלעכע סאיז צו פארדאנקן דעם באן.
רחמ״ד פארן ברעכן די אייז און אנהייבן פארהאנדלען מיט די דייטשן.
פרוידיגער פארן פירן די פארהאנדלונגען אין פעסט.
חיים ראטה, ארבעטן צוזאמען מיט פרוידיגער.
קאסטנער, די זאנדאר טראספארט איז געווען זיין המצאה.
חיים שטערן פארן אפהאלטן די באן אין פרעשבורג.
שלמה גפן פארן שרייבן די בריוו.
דזשארדזש מאנטעללא פאר די פרעסע קאנפרענץ.
סאלי מאיער פארן בכלל פארהאנדלען.
שטערנבוך פארן איבערדרייען די וועלט צו צווינגען אז מאיער זאל פארהאנדלען, און פארשטייט זיך פאר אליין פארהאנדלען.
ועד הצלה אין אמעריקע, פארן שיקן געלט, און איבערדרייען די וועלט אז מאיער זאל פארהאנדלען, מייקל טרעס פארן שאפן געלט.
ועל כולם ר׳ לייבוש רובינפעלד, פארן זיין אינוואלוועד א גאנצן צייט מיט א ערנסטקייט, ווארפן געלט, פראבירן צו פארהאנדלען מיט מאיער, ארבעטן צוזאמען מיט שטערנבוך, און להבדיל מיט די דייטשן.
ווערט באשולדיגט:
די ציונים אין טערקיי, פאלעסטינע, פארן לאכן יואל בראנדן אין פנים, און שטרויכעלען די ארגינאלע פלאן.
קאסטנער, ווערט באשולדיגט פארן פארכאפן די פארהאנדלונגען, און עווענטועל איינגיין אויף א קליינע טראספארט, הגם מהאט ווייטער גערעדט פון גרויסע זאכן, אבער ביני לביני זענען טראנספארטן געפארן יעדן טאג קיין אוישוויץ, זיינע אנהענגער טענה׳ן אז דאס איז געווען די בעסטע פאר יענע אומשטענדן, סאיז שווער מחליט צו זיין וואס דער אמת איז.
ער ווערט אבער זיכער באשולדיגט, אויסקלויבן א קליינע צאל ציונים, דאס איז כעין מענגעלעס סעלעקציעס, און פארן פארפירן במזיד די קלויזנבוגער אידן אז מגייט זיי נישט שיקן קיין אוישוויץ.
סאלי מאיער, ווערט באשולדיגט אז ער האט נישט געוואלט געבן געלט און ענדיגן דעם דיעל, ביי די דזשאינט איז ער א היראו, פארן פארהאנדלען אן אראפלייגן א פעני, הגם פאר די באן האט עס נישט אויסגעמאכט, ווייל זי איז צום סוף באפרייט געווארן, אבער ווען ער גיט ווען געלט וואלט מען אפשר אפגעשטעלט די רציחות בכלל, כמיין דאס וואס איז נאך געווען דעמאלט צו ראטעווען. זיינע מענטשן שרייען אז ער האט נישט געהאט קיין געלט... די אמעריקאנע רעגירונג האט נישט געלאזט געבן גארנישט... פארהאנדלען ? יא.....
ווארשיינליך האט ער יא געהאט געלט, אבער ער האט זיך געפרייט אז ער טאר נישט געבן, און ער וואלט מסתם יא געקענט געבן ווען ער מיינט עס אביסל ערנסט.... וואס ער ווערט זיכער באשולדיגט איז אין נישט וועלן פארהאנדלען, נאר נאך גרויס דרוק.
שלמה גפן ווערט קריטיקירט דוכן דזשוינט היסטאריקער אז ער בעט אין זיין בריוו נאר וועגן רבי׳ן, דאס קען מען זען קלאר אז סאיז נישט ריכטיג.
לייבוש רובינפעלד איז עהנליך קריטיקירט געווארן, דורך שוואלב אין שווייץ, אז ער רעדט נאר פון די רבנים, ער האט זיך פארטיידיקט אז ער שוואלב רעדט נאר פון אינגע, מוז ער רעדן כסדר פון די אלטע...