yield האט געשריבן: Cb ? whats this
סי מיינער
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
יאפין האט געשריבן:yield האט געשריבן: Cb ? whats this
סי מיינער
יאפין האט געשריבן: דעמאלטס לייג אדורך די אשכול אין גוגעל טרענסלעיטער...
ניגון עתיק האט געשריבן: 6) אז מ'געבט א פינגער בעט מען א האנט: א שיעור אויף DYNAMICS, סימנים ווי שטארק אדער שוואך צו זינגען. (למשל: Pianissimo, Forte, Crescendo)
ווי אויך: Articulation (למשל: Fermata, Staccato) וכו' וכו'.
יואב בן צרויה האט געשריבן: ס׳איז דא א סדר מיט וועלכע די שארפס און פלעטס ווערן אויסגעשריבן אויף די ׳סטעף׳ (די ליינס אויפן נאוט צעטל ווערן אין ענגליש אנגערופן staff). די סדר איז ווי פאלגאנד: פאר 'שארפס׳ איז עס #F דערנאך #C דערנאך #G דערנאך #D דערנאך #A און דערנאך #E. פאר ׳פלעטס׳ איז עס Bb דערנאך Eb דערנאך Ab דערנאך Db דערנאך Gb דערנאך Cb. איך האב נישט געזעהן ס׳זאל זיין א סימן עס צו געדענקען אזוי ווי ס׳דא מיט די ליינס און ספעיסעס פונעם סטעף.
pianist האט געשריבן: הערליך שיין און קלאר, יישר כח לאדיך.
עמיצער האט פריער געפרעגט פארוואס די bass clef ענדיגט זיך מיט א A און treble clef הייבט זיך אן מיט א E.
איך האב אמאל געהערט א הסבר דערויף אבער איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגען ווי קראנט ס׳איז.
איז אזוי, קודם א שטיקל הקדמה.
ס׳איז דא אמאל וואס מ׳שרייבט א ניגון און ס׳איז דא א key העכער די F אדער נידריגער פון די A (ביי treble clef) וואס טוט מען? מ׳שרייבט דעם נאט אין מ׳לייגט צו ליינס וויפיל ס׳פעלט זיך אויס מ׳גייט ארויס (ארויף אדער אראפ) פון די פינעף ליינס.
יעצט אויף א פאל וואס מ׳לייגט צו אויף אראפ וועט מען גיין נאר ביז א B איינמאל אויף א A ביזטו שוין אין די Bass clef (און די זעלבע אויף ארויף פון Bass clef וועט מען גיין נאר ביז א D ווייל E איז שוין אין די treble clef)
יעצט צו די הסבר וואס איך האב געהערט. פאר בערך 250 צוריק האט מען נישט געשריבן אויף באזינדערע קלעפס (אגב ס׳איז דא מער פון צוויי bass and treble) נאר ס׳איז געווען ליינס פון די low G ביז ארויף צום F, שפעטער האט מען עס ארויסגענומען צו מאכן גרינגער די ליינען.
נאכאמאל.. איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגען אויב ס׳איז אמת
לכתחילה אריבער האט געשריבן: כ'מיין אז מען ברויך "איבערבויען" די אשכול!! לייגען די תגובות אין א רייע. מן הקל על הקשה. עס איז היפש פארדרייט. צוליב די שמועסן וואס זענען ארויס פון די ארגינעלע פאוסט.
לאדיךארויס האט געשריבן:יאפין האט געשריבן: גוטע בעלי מנגנים קענען דאס אויך וויסען, וואו א G וכו' .
איך ווייס נישט וויפיל מאל ס'וועט מיר געלונגען... אבער יעצט זעענדיג דיין תגובה האב איך עס אויסגעטרייט, ארויסגעזאגט דעם A קלאנג פון מיין מויל, לויט ווי איך האב זיך פארגעשטעלט, נאכדעם געטשעקט דא , און וואנדער איבער וואונדער. איך האב גוט צוגעטראפן!!
יאפין האט געשריבן: און אז דו וועסט דאס טוהן כסדר וועסטו אייביג צוטרעפען.
מילין_יקירין האט געשריבן: כהאב נאך גארנישט געליינט... אבער אויב לאדיך שרייבט, לכאורה ווייסט ער וואס ער רעדט. גיימער מארגן ליינען בעזר השם
נאטרוליסט האט געשריבן: איך האב א גרויסע קאלעקציע פון ניגונים אן ווערטער (500 און ארויף), און איך מוטשע זיך שטארק צו נומעררירן די ניגונים , טיש ניגונים, שטייטע, שנעלע, וואלצן, מארשן וכו'. און א שיינער מספר פון "זעלבע ניגונים" זענען אנגעווארפן און איז נישט לייכט אנצומערקן און נועמערירן די פארשידענע ניגונים אן קענען נאטן, לכה"פ מינימאלע אידענטיפיקאציע פון יעדע ניגון איז כמעט נישט מעגליך צו קענען מאכן אשטיקל סדר.